בלאט 184 פון 214

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 26, 2023 5:30 pm
דורך פשוט ביותר
א ייונגערמאן וואס איז זייער נייגעריג פאר ידיעות און הוסטוריה וואס וויל זיך אויסלופטערן מיט דברי חכמה ושמחה און אריינווארפן מיינע צוויי צענט ווען ס'שייך און אביסל לופטיקייט, בפרט נושאים וואס מ'קען נישט דורכרעדן און פיזישע קאווע שטיבל באם שכינות'דיגע בית המדרש וויל איך כאטש לייענען און שרייבן און די נושאים און א וורטיאלע קאווע שטיבל.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 6:03 pm
דורך מכדי
א שרייבער ברויך האבן צוטריט צום ביבליאטעק פונעם קולטור, צו פארשן דאס וואס אינטערעסירט זיינע קאמעראדן, און די וועלט ארום, און זיך צו באקענען מיט די שפראך פונעם צייטגייסט. מיין אינטערעסע איז סיי אין די נושאים וואס ווערן אויסגעשמועסט, און סיי אין די שפראך וואס ווערט גענוצט אויף אויסצושמועסן די טעמעס.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 6:04 pm
דורך אלטמאן
איך בין א פלענע יוד. גארנישט אינטערסאנט צי פארציילן.

איך פלעג דא ליינען אמאל ווען מען האט נאך געקענט ליינען אן אן אקאונט, איך האב פארלאזט קאווע שטיבל א צייט צירוק, אין איצט מאך איך אן אקאונט צי קענען ליינען אין שרייבן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 6:04 pm
דורך שלמה יוסף
קאווע שטיבל זעט מיר אויס ווי אן אפנע פלאטפארמע צו הערן או לערנען וועגן פארשידענע מיינונגען. זאל עס זיין וועגן אונדזער היסטוריה אדער טאג טאגליכע לעבן. איך האף צו האבן דעם אפנע שמועס מיט מענטשן מיט דעם זעלבן מהלך המחשבה.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 6:05 pm
דורך שפיגל־מאכער
איך קום פון קרית יואל אבער איך וואוין יעצט אין מאנסי. ׁכבין דא סתם צו קענען שמיעסן מיט נאך אידן אין צו קענען זעהן אידישע נייעס און שיינע זאכען פון ארום די וועלט

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 6:05 pm
דורך ארי הערשקא
איך האב אלב געהאט א געפיל צו שרייבן און צו לאזן הערן מיין מיינונג אויף כל מיני נושאים, נו, דאן מיינעך אז דא איז מיין פלאץ...
האב איך געהערט דא, דארט פון די קאווע שטיבל פלאטפארמע, און איך כ'פלעג אלס ליינען ארטיקלן פונעם וועב זייטל, אבער היינט האב איך אפגעמאכט זיך צו גענצליך איינשרייבן

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 11:40 pm
דורך שמן למאור
ארי הערשקא האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 6:05 pm איך האב אלב געהאט א געפיל צו שרייבן און צו לאזן הערן מיין מיינונג אויף כל מיני נושאים, נו, דאן מיינעך אז דא איז מיין פלאץ...
האב איך געהערט דא, דארט פון די קאווע שטיבל פלאטפארמע, און איך כ'פלעג אלס ליינען ארטיקלן פונעם וועב זייטל, אבער היינט האב איך אפגעמאכט זיך צו גענצליך איינשרייבן
דו ביסט דאס דער באקאנטע ארי הערשקא פון די טעלעגראם פלאטפארמעס?

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:58 pm
דורך עמרם
שפיגל־מאכער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 6:05 pm איך קום פון קרית יואל אבער איך וואוין יעצט אין מאנסי. ׁכבין דא סתם צו קענען שמיעסן מיט נאך אידן אין צו קענען זעהן אידישע נייעס און שיינע זאכען פון ארום די וועלט
עליכם השלום !
סתם אונטערסאנט נאכנישט דא א טאג און שוין גע'לייקט קרוב צי צוויי טויזענט

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 5:19 pm
דורך סקעפטיקער
שפיגל־מאכער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 6:05 pm איך קום פון קרית יואל אבער איך וואוין יעצט אין מאנסי. ׁכבין דא סתם צו קענען שמיעסן מיט נאך אידן אין צו קענען זעהן אידישע נייעס און שיינע זאכען פון ארום די וועלט
יהא בואכם לברכה

אגב, עס איז נישט קיין ענין צו לייקן יעדע איינציגסטע תגובה, עס פארלירט די חשיבות. און די נאטאפעקאציעס נערווירן נאר

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 7:21 pm
דורך עמרם
עמרם האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 4:58 pm
שפיגל־מאכער האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 6:05 pm איך קום פון קרית יואל אבער איך וואוין יעצט אין מאנסי. ׁכבין דא סתם צו קענען שמיעסן מיט נאך אידן אין צו קענען זעהן אידישע נייעס און שיינע זאכען פון ארום די וועלט
עליכם השלום !
סתם אונטערסאנט נאכנישט דא א טאג און שוין גע'לייקט קרוב צי צוויי טויזענט
אפדעיט:
אנגעקומען נעכטן , נאך נישט געשריבן קיין איין תגובה
און שוין געגעבן איבער פינף אין אהאלב טויזענט לייקס

סתם אינטרעסאנט צי וויסן וואס איז דיין ציל, מן הסתם העכערע כוונות...
ובסוד מי יבא ?

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 7:30 pm
דורך ברוך שפינוזה
איז בכלל מעגליך צו ליינען 5,000 תגובות אין צוויי טעג? און ער לייקט גאנצעטע אשכולות מיט די פארמעקטע תגובות דערין, זעהט אויס ווי שעלדאן קופער איז דא מיט א קוריאזען עקספערימענט.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 7:33 pm
דורך מנהל
אויסגעשפארט.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 7:58 pm
דורך שמן למאור
מנהל האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 7:33 pm אויסגעשפארט.
מיר סתם אנגעפירקלט מיט איבער 200 לייקס, יעצט דארף איך גיין אויסליידיגן מיין פאולדער און זען אויב איז דא עפעס זאכליכע זאכן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 10:12 pm
דורך דארשטיג
איך שרייב ווען מער דא, אבער ליידער שרייבעך שווער אידיש אפילו עס איז מיין מאמע לשון.

איך ליין שוין דא א לאנגע צייט אין איך האב שטארק הנאה. איך בין א חסידישע אינגערמאן, אין זיך צו בארייכערען מיינע ידיעות

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 10:13 pm
דורך הוגה דעות
חד אמר ישחנה מדעתו וחד אמר ישיחנה לאחרים
להוגה דעות בין חברים מקשיבים, חכמים, וידועים במדע, להתווכח ולהנצח, ולקבל את האמת ממי שאמרו, ולהסתכל בשאהל קאווע רק מה שיש בתוכו

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 10:14 pm
דורך לעכט
איך בין א צווי און צוואַנציק יעריגע יונגערמאן וואס האט ברוך השם דו זכי׳ צו זיצן און לערנען רובֿ טאָג
חתונה געהאַט צוויי יאר צוויי יאר צוריק מיט מיין באַליבטע ווייב ב"ה! און איך האף און בעיט פֿונעם בוכ"ע אויף ווייטער
איך קום פון זייער א פירמע און פארמאכטע שטוב מיט דעם אלעם האב איך ליב מיינע עלטערן מער פון אַלע מיינע, מער פארמאכטע ברידער'ס

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 10:14 pm
דורך מאקסימום
מיין ציל אין לעבן איז קונה זיין פון אלעם דעם מאקסימום, און טון דעם מאקסימום. מאקסימום עבודת ה', מאקסימום אמת, מאקסימום ארבעט, מאקסימום חסד. און שרייבן מאקסימום 40 ווערטער.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 10:15 pm
דורך געקומען
שלום עליכם! און יישר כוח פאר אזא הערליכע אויסוואל פון דעות און ארטיקלען. מ'קען דא כסדר טרעפן אחים לדעה און אזוי אויך דברי חכמה וואס מ'וועט נישט זעהן ערגעץ אנדערש. אלזא וויל איך מצטרף זיין צום געניסען פון קוואל און אפשר אויך מפעם לפעם מעיר זיין הערות והארות.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 28, 2023 10:15 pm
דורך העפפיפריילעך
איך קום אויף קאווע שטיבל זיך אויסצוליפטערן און שמואסן מיט חברים אל דא ואל הא
מיטצוהאלטן די נייעס, שמואסן, פארברענגען אין וואס נישט
איך דארף ארויסברענגען לשבח פאר קאווע שטיבל פארן צושטעלן אזא פלאטפארמע מיט אזויפיל אינטערעסאנטע זאכן
ישר כח

Re:

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 4:14 pm
דורך סקעפטיקער
רעזשאו האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:53 pm איך בין א נייגעריגער מענטש וואס איך האב ליב זיך צו לערנען און באגעגענען מיט נייע זאכן און ענינים און הערן פון אנדערע מענטשן אינטערעסאנטע זאכן. ווען עס קומט אויס קען איך אויך צולייגן אביסן צום שמועס.
@מנהל, ער איז א גלגול פון @שפיגל־מאכער, ביטע אויסשפארן

Re: Re:

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 9:58 pm
דורך עמרם
סקעפטיקער האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 29, 2023 4:14 pm
רעזשאו האט געשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 10:53 pm איך בין א נייגעריגער מענטש וואס איך האב ליב זיך צו לערנען און באגעגענען מיט נייע זאכן און ענינים און הערן פון אנדערע מענטשן אינטערעסאנטע זאכן. ווען עס קומט אויס קען איך אויך צולייגן אביסן צום שמועס.
@מנהל, ער איז א גלגול פון @שפיגל־מאכער, ביטע אויסשפארן
אויך פארשטאנען אזוי
אבער למעשה האט ער זיך איינגעשריבן סאך פאר שפיגל מאכער
ווי אזוי קען ער זיין זיין גלגול...
אבל יש לתרץ ...

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 10:29 am
דורך הגאון הצדיק
איך בין אן א"י א בנן של קדושים איך טוה אסאך און יחוס און אין ספרים הקודש אין מיין פרייע צייט זיך טארינק איך אביסל קאווע דא אין שטיבל שוין גאר א לאנגע צייט
די נאמען ניק וואס איך האב מיך אויסגעוועלט איז וייל אזוי באטיטלט מען מיך

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 10:29 am
דורך וחי בהם
איונגערמאן אחסידישער פון ארץ ישראל לערנט אאלבע טאג און כולל בני ברק, און מגיה ספרי קודש נאך מיטאג. מאך שוין חתינה קינדער ב"ה, אין איך וויל משתתף זיין אין חשובע פורום "קאווע שטיבל". איך האב אסאך ידיעות אין היסטוריה פון ארץ ישראל.