בלאט 185 פון 213

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 10:27 pm
דורך ישראל גלויבער
בן אדם האט געשריבן:וויפיל אידן זענען געהארגעט געווארן אין די צווייטע וועלט מלחמה; און אויך, וויפיל מענער, וויפיל פרויען און וויפיל קינדער.

זעקס מיליאן יודען.
מענטשן זענעןן געווען אסאך מער, די שאלה איז צו מ'קען רופן לויט דיר ציוניסטן, יודען. אבער א בן אדם - ווער ס'ווערט גערופן הייסט עס איז געשטארבן אסאך מער.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 2:26 am
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ר' בערל; למעשה שלאגט איר כפרות מיט טשיקענס אדער איר דרייט אפאר גרינע אין גאד ווי טראסט בלעטעלך העכערען קאפ??

דערווייל מיט א טשיקן. נישט קיין בראקקאלי טשיקן...!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 12:55 pm
דורך ישראל גלויבער
berlbalaguleh האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ר' בערל; למעשה שלאגט איר כפרות מיט טשיקענס אדער איר דרייט אפאר גרינע אין גאד ווי טראסט בלעטעלך העכערען קאפ??

דערווייל מיט א טשיקן. נישט קיין בראקקאלי טשיקן...!

ס'נייע מנהג אין ווישניץ, מ'שלאגט מער נישט מיט עופות, נאר מיט בני יואל

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 1:44 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל גלויבער:ס'קען זיין אז אין וויזשניץ שלאגט מען כפרות מיט בני יואל אדער בני ישמעאל (להבדיל). אבער איך בין נישט קיין וויזשניצער...!

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 2:33 pm
דורך יהודי פשוט
אבטולמוס שרייבט אז די נייע וועקער גייט ווי מצה וואסער, איך האב שוין לאנג געוואלט וויסן וואס איז דאס מצה וואסער וואס גייט אזוי גוט? איך האב עס שוין געזיכט אין אלע געשעפטן אבער נישט געטראפן

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 3:15 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
יהודי פשוט האט געשריבן:אבטולמוס שרייבט אז די נייע וועקער גייט ווי מצה וואסער, איך האב שוין לאנג געוואלט וויסן וואס איז דאס מצה וואסער וואס גייט אזוי גוט? איך האב עס שוין געזיכט אין אלע געשעפטן אבער נישט געטראפן
ס'קען זיין ס'מיינט מצה וואס ווערט געמאכט פון וואסער, וואס אלע לויפן עס קויפן, ווי טייער ס'זאל נישט זיין, ביז נאך פסח איז נישטא קיין זכר דערפון

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 3:20 pm
דורך הבל וריק
יהודי פשוט האט געשריבן:אבטולמוס שרייבט אז די נייע וועקער גייט ווי מצה וואסער, איך האב שוין לאנג געוואלט וויסן וואס איז דאס מצה וואסער וואס גייט אזוי גוט? איך האב עס שוין געזיכט אין אלע געשעפטן אבער נישט געטראפן

ס'איז דייעריע שעפעלע. דייעריע.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 4:38 pm
דורך יין שרף
מצה וואסער מיינט א שיסעלע קאלט וואסער וואס מען נוצט ביים מצות באקן צו אפקילן הענט ווען מען קנעט די טייג, אז עס זאל נישט צו שטארק ווארעם ווערן און מחמיץ זיין די טייג. און די שיסל מוז מען כסדר אויסגיסן, ווייל עס ווערט חמץ. (ע"פ גמרא פסחים, מי תשמישו של נחתום. ובזמנינו כתבו הפוסקים דאין נוהגין כן)

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 5:31 pm
דורך יהודי פשוט
בעיקר וואס איך וויל פארשטיין איז אזוי, אויב יעדע אייטעם וואס גייט גוט זאגט מען אז עס גייט אזוי ווי מצה וואסער, מיט'ן "כ" הדמיון (כמצה וואסער) אויב אזוי פארוואס האט נאך קיינער נישט גע'עפענט א קאמפעני וואס זאל פראדוצירן מצה וואסער אליין? מען וואלט לכאורה געדארפט ממש רייך ווערן דערפון??

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 8:24 pm
דורך berlbalaguleh
יהודי פשוט האט געשריבן:אבטולמוס שרייבט אז די נייע וועקער גייט ווי מצה וואסער, איך האב שוין לאנג געוואלט וויסן וואס איז דאס מצה וואסער וואס גייט אזוי גוט? איך האב עס שוין געזיכט אין אלע געשעפטן אבער נישט געטראפן

יהודי פשוט: איך האב מצה וואסער וויפיל דו ווילסט. איך קען עס דיר פארקויפן. מיין רבי זעיכער צאאדיק ליבראאכעה האט עס גיבענטשט איידער ער איז נתבקש געווארן לישיבה של מעלה און די אראלים האבן מנצח געווען די מצוקים. די גאנגבארע פרייז איז $30...00 א 3/4 ליטער (750 מילי ליטער.) ס'קומט אין פארשיעדענע שטארקייטן. אנגעהויבן פון 40 פרוף ביז 170 פרוף...!

איך פלעג אמאל בימי חורפי אייננעמען 2 רביעית'ן (בערך 7 אונצעס) א יעדע נאכט איידער איך האב געמאכט הכנות צו זאגן קריאת שמע שעל המיטה. נאר לעצטנס פיהר איך מיך אז איך בין נאר טועם פון אט די הייליגע משקה ( פרוף114 און העכער) אום שב"ק ביי קידושא רבא. אויך א יעדן מוצאי תענית האביך געהאט א מנהג זיך צו דערכאפן דאס הארץ מיט בערך 2 1/2 רביעית'ן. הני מילי אויב מ'דארף נישט גיין דעם נעקסטן טאג ארבעטן...!

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 9:46 pm
דורך יהודי פשוט
ר' בערל: אויב יעדעס מאל איר האט געטרונקען פון דעם האט איר באצאלט דעם פרייז וואס איר שרייבט דא, דאן זענט איר לכאורה אמאל געווען אן עושר!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:59 am
דורך berlbalaguleh
יהודי פשוט: איך ווייס נישט אויב אן עושר. נאר א פלעשל משקה האטציך ביי מיר ליידער נישט געהאלטן אפילו א וואך...!

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 30, 2017 11:25 pm
דורך וואלווי
יהודי פשוט האט געשריבן:בעיקר וואס איך וויל פארשטיין איז אזוי, אויב יעדע אייטעם וואס גייט גוט זאגט מען אז עס גייט אזוי ווי מצה וואסער, מיט'ן "כ" הדמיון (כמצה וואסער) אויב אזוי פארוואס האט נאך קיינער נישט גע'עפענט א קאמפעני וואס זאל פראדוצירן מצה וואסער אליין? מען וואלט לכאורה געדארפט ממש רייך ווערן דערפון??


ס'איז יענס געלעכטער. די אלע וואסער קאמפאניס מאכן מער און מער געלט יעדעס יאר, און גאר לעצטענס איז אריינגעגעבן געווארן א קלאגע אין געריכט א קעגען פאלאנד ספרינגס אז זיי זענען פול אף ש* און ס'איז ניטאמאל פון א ספרינג, און אונז נער'נים קויפן גאלאנען נאך גאלאנען פון דעם. וואס איז געשון מיט פשוטע וואסער וואס אונזערע עלטערען האבן געטרינקען פאר טויזענט יאר?

אפשר איז די סאראטאגא ווישי וואסער געווען די מצה וואסער וואס די זוכסט. (ווער געדענקט?...)

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 30, 2017 11:40 pm
דורך קורקלענד

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 12:02 am
דורך דער גאלדענער אדלער
וואלווי שרייבט;

""אפשר איז די סאראטאגא ווישי וואסער געווען די מצה וואסער וואס די זוכסט. (ווער געדענקט?...)""

ס'קומט פסח יעצט?? וואס האסטו דיך דערמאנט פון סאראטאגא ווישי וואסער??? סאם האו האבן עס די עלטערע דור געטרינקן, און שטייטסעך נאר פסח, די קליינע גרינע פלעשעלעך מיט די געלע לעבעלס דערויף.

ווען מ'האט עס דעליווערט האט מען געקענט זעהן אז פסח איז אט דא, וואס ווישי דייקא, האט מיט פסח פארשטיי איך עד היום הזה נישט, קען זיין וויבאלד ס'האט געהאט א זאלציגן טעם, אבער איין זעך געדענק איך נאך יא דערפון, נאך א פולע פסח'דיגע סעודה צו נאך די סדרים, האט מען אראפ געטרינקן א צוויי גלעזעלעך, און אלץ איז געווען מסודר, ס'געווען אזוי ווי פיינע קאלטע ביר נאך א טשולענט.

און אינטערעסאנט איז ס'קומט ניטאמאל פון סאראטאגא
אויפן פלעשעל איז געשריבן "סאראטאגא סטייל"

נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 12:13 am
דורך וואלווי
פאר'ן יונגען דור וואס אפשר האבן דאס נאר נאך טועם געוען במעי אמן:

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 12:27 am
דורך דער גאלדענער אדלער
וואלווי האט געשריבן:פאר'ן יונגען דור וואס אפשר האבן דאס נאר נאך טועם געוען במעי אמן:
כ'געדענק נאר די קליינע באטעלעך, דאס מוז זיין פון פאר מיינע צייטן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 12:30 am
דורך וואלווי
אדער פארקערט, ווען ס'געווארן נאך מער אכשר דרא און מ'טרינקט נאר מים חיים. די באטעל זעט אויס מער מאדערן מן הסתם איז עס נאך די קליינע קיוט באטעל תקופה וואס דעמאלטס האט מען עס נישט געקויפט ביי אונז ווי "מצה וואסער".

נשלח: זונטאג אקטאבער 01, 2017 2:18 am
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:פאר'ן יונגען דור וואס אפשר האבן דאס נאר נאך טועם געוען במעי אמן:
כ'געדענק נאר די קליינע באטעלעך, דאס מוז זיין פון פאר מיינע צייטן.

דער גאלדענער אדלער: זיכער. מיין שווער, ע"ה האט נישט געקענט זיך זעצן צום סדר אדער צו די שבת'דיגע סעודה אויב ס'איז נישט געווען א קעיס פון די גרינע באטלעך אין שטוב. ביז זיין טאכטער (מיין ווייב, שליט"א) האט עפעס אנגעהויבן נישט גוט פילן. און דער דאקטער האט פעסטגעשטעלט אז דאס קומט פון טרינקען צו פיהל סאראטאגא/ווישי וואסער. האמיר אויפגעהערט צו טרינקען פון אט די משקה. זייט דאמאלס האבן זיי געהאט אן עקאנאמישע ירידה, רח"ל...!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 4:05 pm
דורך סקרן
וואס איז געשעהן מיט אינזער @ליטוואק ער לאזט זיך אזוי אראפ און לאזט די א"ג עדאלטס אהנפיר'ן זייערע מעשה סאטמאר און צודרייען אלע נארמאלע אשכולות פון גיוס צו בראקעל צו מאיר פרוש אא"וו??
עצה טובה קמ"ל @ליטוואק לאז אים אפ וועט ער צוריק דיין צו טוויטער און אונז אפלאזן

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 4:06 pm
דורך סקרן
צו אומן

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 4:17 pm
דורך יעלה ויבא
ווי קען מען קויפן א פאלדינג בעט אין ב"פ חוץ פון whillemes?

lead, follow, or get out of the way!

ענייני רגש

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 7:12 pm
דורך מיר'ער בחור
געווענדליך סתם אזוי בין איך מער א קעלטערע מענטש בטבע, אבער ס'קען זיך מאכן צומאל אז ווען איך הער א שטארק רגש'דיגע ניגון/תנועה, וועט עס מיר ממש ברענגן צו וויינען בלי שום קשר צו די ווערטער פון די ניגון, איך מיין צו זאגן, אז ס'קען נישט זיין אז די נושא/ווערטער פונעם ניגון איז דאס וואס ברענגט ארויס די געוויין, ווייל די נושא איז אין רוב פעלער נישט עפעס וואס אינטערעסירט מיך עקסטער שטארק, איז מיין שאלה צו ס'קען זיין אז אין סוב קאנטשעס רעדט די נושא יא צו מיר, אדער איז דא עפעס אנדערש וואס באדערט מיך אין די תקופה אזוי שטארק עד כדי כך אז ווען anything וועט נאר צורירן צו די געפילן פון מיין הארץ וועט זיך עס בעל כורחו אויסגיסען, אדער אפשר שטימט עס מיט דעם וואס כ'האב אמאל געהערט אז יעדע מענטש דארף וויינען א יעדע כך וכך זמן (עפעס וועגן די אויגן זאלן זיך אויסוואשן... בערך אזוי) אין אפשר גאר אן אנדערע סיבה אינגאנצען, btw ס'מאכט זיך נאר אין געוויסע תקופות, (וואס איך האב נישט געזעהן -עכ''פ אויבנאויף- דווקא אז עפעס עקסטער זאל מיך באדערן אין יענע תקופות) ?