בלאט 186 פון 213

נשלח: מאנטאג אקטאבער 02, 2017 8:11 pm
דורך berlbalaguleh
מירער בחור: דער חשוב'ער מאמענט מאגאזין האט יעצט ארויסגעגעבן די נפשי אפטיילונג. איך מיין אז זיי האבן אויכעט א מחלקה פאר בריוו שרייבער. בבקשה ווענד דיך צו זיי. זיי וועללן זיכער האבן א פיתרון פאר דיין דילמא. חוץ דעם קענסטו דיך אייביג ווענדן צו איינס פון די הונדערטער פסיכאלאגן וועלכע זענען נרשם אין די דפי זהב. מאך נאר זיכער אז דער דאקטער נעמט מעידקעיד. סליחה. דו ביסט דאך אין די מיר'ער ישיבה. מוזסטו פרעגן ביי דיין קופת חולים...!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 4:09 pm
דורך ישראל גלויבער
כ'וויל וויסן ווען הייסט א רבי רשכבה''ג? ווען די גבאים דיסיידן אזוי? אדער ווען ער איז טאקע דער רבן של 'כל' בני הגולה?
און ווער איז באמת געווען דער רשכבה''ג זייט די שואה?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 4:50 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ישראל גלויבער האט געשריבן:כ'וויל וויסן ווען הייסט א רבי רשכבה''ג? ווען די גבאים דיסיידן אזוי? אדער ווען ער איז טאקע דער רבן של 'כל' בני הגולה?
און ווער איז באמת געווען דער רשכבה''ג זייט די שואה?
ס'גייט ביי די סייז

נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 4:59 pm
דורך סקרן
ס'גייט ביי וועם סאטמאר אינדארסט

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 5:46 pm
דורך יהודי פשוט
"מיין" רבי איז אלעמאל דער רשכבה"ג און יענעמ'ס נישט

נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 7:40 pm
דורך ישראל גלויבער
לדעתי איז נאכן שואה געווען דער בעלזער רב ר' אהרן זי''ע דער רבי פון אלע גלייך, קיינער האט זיך נישט אפגעטיילט פון זיין מרות. אלע איבריגע זענען געווען א טעות הדפוס מיט די געטריבענע טיטלען. לדעתי!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2017 2:49 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
בין איך דא געגאנגען חאלאמויעד האלטן, איך מוטשע זיך מיטן קינדער, געב צו עסען, נעם אין טוילעט, שטיי אויפן ליין, כאפ טיקיטס!!

בשעת מיין עגמ״נ האב איך באמערקט אפאר פרוי׳ן מיטשען זיך אליין מיטן קינדער, אן א מאן צום הילף, נאכן קארנפירמן מיטן ווייב אז זיי זענען אלע חתונה געהאט, נישט געגט, וויל איך פארשטיין פארוואס קענען זייער מענער זיצן אין פארקינג לאט אין וואטשען יו טוב אבער איך טאמער זאג איך פארן ווייב כגיי א רגע אין טוילעט מאכט זי א דריי מיטן פנים, כאילו מאך אין די הויזן.

אפשר וועגען דעים טאר מען נישט קוקן אויפן פרויען

נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2017 4:05 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זייערע מענער זענען געבליבען אין בית המדרש מיט א קצות נתיבות. לאז דיין ווייב אליינס דרייווען די קאר, און דו וועסט ווערען א גרויסע תלמיד חכם.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 09, 2017 10:39 pm
דורך [NAMELESS]
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:בין איך דא געגאנגען חאלאמויעד האלטן, איך מוטשע זיך מיטן קינדער, געב צו עסען, נעם אין טוילעט, שטיי אויפן ליין, כאפ טיקיטס!!

בשעת מיין עגמ״נ האב איך באמערקט אפאר פרוי׳ן מיטשען זיך אליין מיטן קינדער, אן א מאן צום הילף, נאכן קארנפירמן מיטן ווייב אז זיי זענען אלע חתונה געהאט, נישט געגט, וויל איך פארשטיין פארוואס קענען זייער מענער זיצן אין פארקינג לאט אין וואטשען יו טוב אבער איך טאמער זאג איך פארן ווייב כגיי א רגע אין טוילעט מאכט זי א דריי מיטן פנים, כאילו מאך אין די הויזן.

אפשר וועגען דעים טאר מען נישט קוקן אויפן פרויען

די ביזט דער צו וועם דער אידענע האט אגאנצן צייט געקרימט מיט די נאז? מיין ווייב האט מיר דאן געזאגט: "קוק, יעדע ווייב שיסט עדיטוט, נעם עס נישט אזוי פארזענדליך". אוי האמיר אונז זיך מיטגעהאלטן אויף ענקער חשבון.

באמת מוזטו אבער פארשטיין ביזט געווען צעהן מינוט בעפאר פאר א ציגרעטעל, דערנאך ביזטו געווען ביזי מיטן טעלעפוין, אצינד לויפסטו הכנות... אלעס האט דאך א שיעור...

אבער צווישן מיר און דיר, וואויל צו דיר אז די טוסט דיין פליכט אויף די וועלט, וויי צו דער וואס זיצט אין קאר אויף יו טוב, אדער (ווי [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] האקט) זיצט אין בית מדרש מיטן קצות און נתיבות אנשטאטס פארברענגן מיט די משפחה שמחות יו"ט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 11, 2017 11:45 am
דורך מוזיק עקספערט
עס רעדט זיך יעצט עפעס אין די נייע וועגן שפאניע און קאטאלאניע, איינער ווייסט פינקטלעך וואס דארט גייט פאר???
איך בין אינגאנצן צומישט

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 02, 2017 2:46 am
דורך מיר'ער בחור
איז דא עפעס א נפקא מינה אין וועלכע שעות דורך די מעת לעת איינער לייגט זיך שלאפן לגבי די מאס אויסגערוהטקייט שפעטער איבער'ן טאג?
שטעקט עפעס אמת אין דאס וואס מ'זאגט אז איין שעה פאר צוועלף אזייגער איז ווערט שווה בשווה מיט צוויי שעה דערנאך?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 11:04 am
דורך טרויבן88
איך וויל קויפן קלאוד סטארעדזש ווי איך וועל ארויפלייגן אלע שאוס וואס די עולם דא ברויכט. עפענען אן אקאונט פאר יעדע סעזאן איז אן אויסמוטשענדע ארבייט. יעצט עס זענען דא קאמפעני'ס וואס פארקויפן לעבנסלענגליך סטארעדזש (לענגער ווי טויט שטראף...). עס קאסט געלט. איך ווייס נאכנישט וויאזוי איך וועל עס פינאנצירן... [tag]החוקר[/tag] ניצט א קאמפעני pcloud וואס זעט אויס זייער גוט, זיי אפערן סטרימינג וואס איז מוראדיג. זייער פרייז איז 250 פאר 2 טעראבייט פארן לעבן, איך וויל עס קויפן. ווייסט אפשר איינער דא פון א בעסערע קאמפעני מיט א בעסערע פרייז?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 12, 2017 11:56 am
דורך טמיר
איך האב נישט קיין תירוץ צו די שאלה. אבער איך וויל דא אפלאדירן טרויבן88 פארן זיין אן עוסק בצרכי ציבור באמונה "שלא ע"מ לקבל פרס". ממנו ילמדו וכן יעשו!

לגבי די שאלה. די פרייז סאונדט זייער ביליג. למשל גוגל מיין איך בעט פאר אזא אמאונט פון דעטע איבער 200 א יאר

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 9:54 am
דורך אן עסקן
.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 15, 2017 12:37 pm
דורך אן עסקן
.

ביר

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 8:23 pm
דורך ווייל אזוי
ס'איז מיר אויסגעקומען צו זיין ביי א ליטווישע שבת האב איך געזען אז ער ברענגט ארויס אפפ ברענד ביר איך געדענק אפילו נישט די נעמען אבער נארמאלע ביר א שטייגער ווי קורס, באדווייזער, קאראנא איז נישט געווען, (אין אן אנדערע פאל האב איך עס אויך באמערקט) איז מיין שאלה פון ווי נעמט זיך די אלע הרי אררט און צו'חוש'טע ביר פארוואס קענען זיי נישט האבן קיין נארמאלע ביר???

אפשר [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] וועט וויסן, אדער א צווייטער.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 8:25 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פאר דעם דארף מען גוט מעיין זיין אין דער ספה"ק הגאון פון הרב דוב אליאך. מ'קען אויך קוקען אין דער חסידים ומתנגדים, וואס ביידער בענדער קען מען קויפען אויף עמעזאן, דורך זוכען chassidim umisnagdim. זיי ווערן פארקויפט אין עקסטערע בענדער.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:13 pm
דורך [NAMELESS]
ווייל אזוי האט געשריבן:ס'איז מיר אויסגעקומען צו זיין ביי א ליטווישע שבת האב איך געזען אז ער ברענגט ארויס אפפ ברענד ביר איך געדענק אפילו נישט די נעמען אבער נארמאלע ביר א שטייגער ווי קורס, באדווייזער, קאראנא איז נישט געווען, (אין אן אנדערע פאל האב איך עס אויך באמערקט) איז מיין שאלה פון ווי נעמט זיך די אלע הרי אררט און צו'חוש'טע ביר פארוואס קענען זיי נישט האבן קיין נארמאלע ביר???
אפשר [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] וועט וויסן, אדער א צווייטער.

אהה, דאס מיינט ליטווישע ביר, אן קיין טעם און ריח, א פערפעקט שידוך, דער ליטאי מיטן פארשטיקענעם ביר.

דאס איז די זעלבע מענטשן וואס טרינקן קאווע אין א פלעסטיק קאפ, גרעיפדזשוס פון א פלעסטיק באטל, סעלצער אן געז, געפילטע פיש פון א דזשאר (JAR), טשולענט מיט פאטעיטאס, הערינג אן קיכל נאר מיט סנעקערס, ביי קידוש שבת סערווירן זיי דזשעלי בינס מיט פרוכט סאלאט (ווי פארשטענדליך ווארימע מעלאנע מיט די שווארצע דזשעלי בינס) און נאך
-------------------
[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] ווער נישט געטשעפעט
[tag]דער גאלדענער אדלער[/tag] געשריבן לכבוד דיר

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:31 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער אמת איז, ענק אמעריקאנער זענען א באנדע יויויס, עטץ ווייסט נישט וואס ס'מיינט ביר. מ'נעמט פלעיווארד סעלצער, מ'מאכט איהם אייז קאלט אז מ'זאל גארנישט קענען טועם זיין, און דאס הייסט ביר.

קויף א סטאוט ביר, אדער א פארטער ביר, טרינק עס נישט קאלט און נישט ווארעם, פאמעלאך זיפצען און טועם זיין מיט די נאז, און דעמאלס וועסטו וויסען וואס הייסט ביר.

און דאס איז די זעלבע פאלק וואס מאכט iced tea. א מין מהלך, מ'נעמט טיי און מ'טרינקט איהם קאלט!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:36 pm
דורך [NAMELESS]
נארוואסדען?? איך זאל טרינקען טיי מיט מילך גאר? ענגלישע פאץ.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:39 pm
דורך [NAMELESS]
האב איך דען נישט געוויסט אז דער ליטוואק טרינקט ווארימע ביר...
אבער דאס טרינקן הייסע iced tea דאס איז שוין א בריסקע חידוש און גרויסע צריך עיון

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:45 pm
דורך berlbalaguleh
ריכטיג: אבער לפי האמת איז דא א גרויסער חילוק צווישן ענגלישע טיי וואס מ'קאכט אויף פון פרישע טיי בלעטער. און די סארט אינסטענט טיי וואס מ'פארקויפט אין אמעריקע אין טיי בעגס. אז דו וועסט אמאל טרינקען די סארט טיי וואס איז פריש אויפגעקאכט פון טיי בלעטער וועסטו זיך וואונדער'ן פארוואס דו האסט נאך אמאל געטרינקען די אנדערע סארט, וואס איז געמאכט פון די אפפאל פון די טיי בלעטער. די סיבה פארוואס טיי איז אזוי פאפולער אין ענגלאנד איז (לפענ"ד) ווייל ענגלאנד האט אמאל געהערשט אויף אינדיע. אן פון דארט קומט די טיי בלעטער...!

מ'דערציילט אז דער יורש העצר פון די בריטישע מלוכה פרינץ טשארלס אף ווינדזאר ירום הודו, איז אמאל געווען אויף א באזוך אין ווייסן הויז. און מ'האט איהם מכבד געווען מיט א טיי. לויט דעם דרך פון אמעריקע. מ'האט געלייגט א גלאז הייס וואסער. און נעבן דעם א טי בעג. און דער הויכגעשעצטער, ספאוילד פרינץ האטציך ארומגעשפיעלט דערמיט. נישט וואוסנדיג וואס מ'דארף צו טון מיט דעם...!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 9:45 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ריכטיג האט געשריבן:נארוואסדען?? איך זאל טרינקען טיי מיט מילך גאר? ענגלישע פאץ.

דו טרינקסט טיי אן מילך? וויי איז דיר.
נאר מסתמא האסטו עס קיין מאל נישט געטרינקען ווי עס דארף צו זיין. מ'דארף לייגען אביסל מילך אין אן אנגעווארעמטע גלאז, און אויף דעם גיסען דער הייסע טיי. און נישט נוצען instant tea למען ה'.