שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

מאכט אייך היימיש און באקוועם...
רעאגיר
שומרים2
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 5:02 am

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך שומרים2 »

איך האב געהאט א אלטע ניק מיטן נאמען שומרים, אבער ביום מן הימים ווען איך האב פראבירט אריינצוסיינען מיט מיין
געווענליכע ניק האט מיין פעסווארד נישט געארבעט בעווה"ר, איך האב פראבירט צווייטן מאהל
צו בעטן פונעם סיסטעם א פרישע פעסווארד אבער אין קול ואין עונה, בלית ברירה האב איך אראפגעבויגן
מיין קאפ און מקבל געווען די נייע גזירה פון לא יאמר עוד שמך שומרים רק שומרים2 און איך שעם מיך נישט
אזויווי באבוב45 שעמט זיך נישט.
מלך החיות
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 10, 2023 11:52 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך מלך החיות »

איך קוק שוין לאנג ארויס צו טרעפן א פלייץ פאר צו קענען ליינען און שרייבן און ארום פרעגן וועגן ארום פארשידענע אינטרעסאנטע נושאים צוזאמען אנדערע מיט היימישע הערליכע יידן כהאף אז דיע זייטל וועט זיין די ריכטיגן מקום פאר די צוועק
והאר עינינו
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 3:18 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך והאר עינינו »

א גוט יאר.
מיין 40 ווערטער וועלן זיך באציען צו די שאלה, ''פארוואס האט איר מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל'' איך האב מחליט געווען זיך אנצושליסן אין קאווע שטיבל, פשוט ווייל איך האב געזוכט א אידישע ווינקל ווי צו קענען ליינען אלע אידישע, און וועלטליכע טעמעס, אויף די געשמאקע אידישע שפראך.
איך האף אז איר וועט הנאה האבן פון מיר.

והאר עינינו.
מנהל
מנהל
מנהל
הודעות: 510
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 873 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך מנהל »

שומרים2 האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:34 pm איך האב געהאט א אלטע ניק מיטן נאמען שומרים, אבער ביום מן הימים ווען איך האב פראבירט אריינצוסיינען מיט מיין
געווענליכע ניק האט מיין פעסווארד נישט געארבעט בעווה"ר, איך האב פראבירט צווייטן מאהל
צו בעטן פונעם סיסטעם א פרישע פעסווארד אבער אין קול ואין עונה, בלית ברירה האב איך אראפגעבויגן
מיין קאפ און מקבל געווען די נייע גזירה פון לא יאמר עוד שמך שומרים רק שומרים2 און איך שעם מיך נישט
אזויווי באבוב45 שעמט זיך נישט.
זעה אז דיין נייע ניק זאל נישט נאכאמאל אויסגעשפארט ווערן
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=16697
פאר אנווייזונגען וויאזוי זיך צו פארבונדען מיט'ן מנהל קליק דא.
פאר אנווייזונגען וויאזוי צו באקומען צוטריט צו 'מאחורי' קליק דא.
האוועל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 11:55 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך האוועל »

איך בין א נארמאלע חסידעשע איד איך ווייס ניט אנאבל וויאזוי צו טראכטען אויפגעקלערטע זאכען אבער היות מיין דשאב איז אלס משגיח אין א ישיבע פיל איך אז סוואלט געווען כדאי אז איך זאל פארשטיין די היינטיגע בחורים
מיט א שמייכל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 12, 2023 7:01 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך מיט א שמייכל »

איך גלייך זייער א רויגן לעבן אן קיין פרעשר אין איך זיך אויס צו ליפערן אדער זיך צו לאזן ליפטרן איז דאס די מטרה פון לעבן און זיך הנאה האבן פון די וועלט און פון יענער וועלט און פארשטיין פארוואס מען לעבט.
טא סענטס
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 10:00 am

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך טא סענטס »

א גוטן צום חשובן מערכת און פאר אלע וואס וועלן ליינען מיינע שורות ב"ה איך בין עוסק על המחיה ועל הכלכלה פארשטייציך מיט א קביעות עיתים און איך האב אויסגעוועלט דעם פלאטפארמע זיך צו אויסליפטערען בין גברא לגברא מיט שיינע אינטערסאנטע שמועסן און פארברענגען איך האף איך וועל הנאה האבן
לייביששרייבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 595
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 28, 2023 6:18 am
האט שוין געלייקט: 321 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1389 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך לייביששרייבער »

די חבורת תיו"ט לאזט נישט שמעוסן בין גברה לגברה אויכעט נישט
הק' לייביש שרייבער
א פאקט איז א פאקט נישט קיין חילוק פון ווי עס שטאמט.
חיים׳ל ברוקלינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:06 am
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך חיים׳ל ברוקלינער »

היימישער יונגערמאן אין די דרייסיגער יארן, אויפגעוואקסן און וואוינט אין ברוקלין נ״י. כ׳האב אלס לי געהאט צו באזוכן דא און ליינען מיט דארשט אונטערסאנטע חומר, און כ׳וועל אויך אי״ה צוגעבן צום שטיבל אזוי אז ונתנו זאל טאקע זיין אהין און צוריק.
צוויי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 251
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:35 pm
האט שוין געלייקט: 132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך צוויי »

שלום עליכם!
איך בין א פשוטע איד וואס דער אייבערשטער האט אראפגעשיקט אויף דער וועלט.
איך האב זייער ליב צו ליינען, באקאנט ווערן און נייע ידיעות, הערן פון אנדערע וואס זיי האבן מיטצוטיילן, און אויך אליינס איבערגעבן אייגענע עקספריענס,
איך האב ליב צו הערן נאך א מיינונג אויסער מיינע, איך האב ליב אלס צו וויסן צוויי זייטן פון די מטבע
בונדלעך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 4:54 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך בונדלעך »

איך בין א נארמאלע חסיד'ישע וואוילער איד. איך בין קראנק און מיעד פון די בייעס און מאניפולאציע אין די היימישע גאס און אויבנאן. איך גלייך א פלאטפארמע וואו יעדער געבוירן אויף גאט'ס וועלטל האט א ווערד און ס'איז אין אידיש. איך בין אפן אבער איך קלויב אויס מיין וועג מיט שטאלץ. איך גלייך צו העלפן אנדערע, אבער עס טוט מיר וויי און איך לאז זיך מער נישט ווערן אויסגענוצט.
איך וואוין אין אפסטעיט ניו יארק, אין א פלאץ מיט לופט, גראז און אלע סארט מענטשן.
שריפט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 5:11 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך שריפט »

א גוטן
איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער
כ׳האב אבער א אינטערעסע צו ליינען און הערן אנדעדע פון אנדערע זייער פרעספעקטיוו אויף פארשידענע ענינים כ׳פלעג ליינען און נישט געווען איינגעשרובן אבער אזוי ווי לעצטענס קען מען נישט געהעריג ליינען האב איך מחליט געווען זיך איינצושרייבן.
הפלא ופלא
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 12
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 5:12 pm
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך הפלא ופלא »

א היימישער אינגערמאן, וואוינט אין די קרית יואל אומגעגנט. איך גלייך צו שרייבן און צו פאוסטן שיינע ארטיקלען און נייעס, קרישקעלעך און נאך. שטענדיג פאזיטיוו און מיט א שמייכל. עס ציהט מיר צו ווערן א חבר אינעם שטיבל, צו געפונען אן ארט צו מיטטיילן שיינע זאכן.
כתית למאור
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 5:23 am

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך כתית למאור »

איך האלט זייער שטארק פין קאווע שטיבל ווייל עס איז א פלאץ ווי מען קען שרייבן פין אלע נושאים איז האב איך באשלאסן אז איך וויל ווערן א מעמבער ווייל איך וויל אויסגעפינען נייע ידיעות און ווייל איך וויל ציגעבן צום שטיבל ווי ווייט איך קען
משה פיינער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 1:30 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך משה פיינער »

א אינגערמאן וואס וויל זיין ברייט אויף זאכן וואס טיט זיך אויף די וועלט, סיי אין פאליטיק סיי אין אידישקייט, דא אויף די העליכע פלאטץ איז דא די מעגלכקייט צי ליינען שרייבן אין אלעס הערן
האראוויץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 1:59 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך האראוויץ »

איך בין דער יידישער איבערזעצער פאר די געזעלשאפט פון טשענסטאכאווער יידן. איך האב א מאל געוווינט אין ארץ ישראל, אבער איך האב זיך צוריקגעצויגן צו מיין געבורטס-לאנד, ארגענטינע. איך וויל זיך רעגיסטרירן בכדי צו קענען ליינען אלעריי אינטערעסאנטע זאכן וואס זענען פארעפנטלעכט דא...
מאירפ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 5
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 4:21 pm
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך מאירפ »

יעך בין פשוט א סימפעל אינגערמאן, מיט א נייגעריקייט אויף א צוויטענס מיינונג און שטעלונג, און א געשמאק צו שערן מיין מיינונג אויף רעלעוואנטע סאבדזשעקטס.
וואס איך הער פון גוטע פריינט, איז דאס שטיעבעל א לייכט געשטומטע געשמאקע היכל זיך אויסצולופטערען און קלאר ווערן און קלארשטעלן.
מן הארץ
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך מן הארץ »

איך בין א חסידישעג יונגערמאן פולקאם און די סיסטעם, תוכו כברו.
איך בין און די פריע דרייסיגער יארן, פארהייראט איבער צען יאר מיט א שטוב פון עטליכע קינדער קע״ה. איך פאל שוין דא אריין צו ליינען אין שטיבל פון צייט צו צייט פאר עטליכע יאר. האב איך געקלערט אז עס איז שוין צייט פאר אן אקאנט.
ערליך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 2
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 11:09 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך ערליך »

שלום עליכם פריינט. איך האב מיך אנגעשלאסן אין קאווע שטיבל ווייל איך בין בטבע א שטיקל חוקר און כ'האב ליב צו הערן און רעדן/שרייבן מיט אנדערע מיינס גלייכען, אבער אין ביהמ"ד וכדו' קען מען פארשטייט זיך נישט רעדן אזוי אפן ווי פארשטענדליך, ממילא בין איך אנגעקומען צו קאווע שטיבל, כדי צו קענען קלוגער ווערן און פארברענגען פון אנדערע וואס זענען מיינס גלייכן, דהיינו אידן יראים ושלמים וואס פרובירן צו פארשטיין אביסל וואס מ'טוט און זאגט. ויהי בואי לברכה
עפל_קוגעל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 12:55 am
האט שוין געלייקט: 42 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך עפל_קוגעל »

גארנישט ספעציעל. א פשוטע אינגערמאן וואס גלייכט צו ליינען אין פרייע צייטן,
וואס נאך קען איך שרייבן דא אנצופילן הונדערט זעכציג אותיות? וואס שרייבט יעדער?
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים
חאסקעל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 10:18 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך חאסקעל »

איך בין א בעל הבית וואס וואוינט אין האוועל ניט דזשערסי אין איך האב ליב צו ליינען ידיעות און נייעס ווי אויך צו הערן מוזיק מיט זעהן ספעציעהל רעבישע נייעס ווי אויך האב איך ליב צו טועה גראפיקס. ועוד
קטנתי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 8:48 pm

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך קטנתי »

איך בין א איד וואס אינטערעסירט זיך זייער שטארק אין פארשידענע הסטארישע געשענישען אן ב"ה גאנץ באקאנט און אסאך נושאים עס זעט מיר אויס אז דא ווערן דורכגעשמועסט אויך האקעלע טעמעס סאיז מיר א כבוד און פארגעניגען מיטצו האלטן ווען מען דארף זיך מפעם לפעם אויסטשוכען
מאנאפאל
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 1
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:22 am

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

שליחה דורך מאנאפאל »

א גוטן חשובע מיטגלידער,
איך בין שוין געווען אין פריערדיגן גלגול דאהי איינגעשריבן, נאר מחמת צוק העתים האב איך נישט באזוכט דא א שיינע פאר יאר.
איך פלאן און האף אנטייל נעמען אינם שטיבל פונדאס ניי מיט פרישע כוחות און זיך צו בארייכערן מיט די ברייטע ידיעות פון די חברים מיט וואס דער מקום איז געבענטשט מיט.
רעאגיר