בלאט 186 פון 214

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:34 pm
דורך שומרים2
איך האב געהאט א אלטע ניק מיטן נאמען שומרים, אבער ביום מן הימים ווען איך האב פראבירט אריינצוסיינען מיט מיין
געווענליכע ניק האט מיין פעסווארד נישט געארבעט בעווה"ר, איך האב פראבירט צווייטן מאהל
צו בעטן פונעם סיסטעם א פרישע פעסווארד אבער אין קול ואין עונה, בלית ברירה האב איך אראפגעבויגן
מיין קאפ און מקבל געווען די נייע גזירה פון לא יאמר עוד שמך שומרים רק שומרים2 און איך שעם מיך נישט
אזויווי באבוב45 שעמט זיך נישט.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:34 pm
דורך מלך החיות
איך קוק שוין לאנג ארויס צו טרעפן א פלייץ פאר צו קענען ליינען און שרייבן און ארום פרעגן וועגן ארום פארשידענע אינטרעסאנטע נושאים צוזאמען אנדערע מיט היימישע הערליכע יידן כהאף אז דיע זייטל וועט זיין די ריכטיגן מקום פאר די צוועק

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:35 pm
דורך והאר עינינו
א גוט יאר.
מיין 40 ווערטער וועלן זיך באציען צו די שאלה, ''פארוואס האט איר מחליט געווען צו ווערן א חבר אין קאווע שטיבל'' איך האב מחליט געווען זיך אנצושליסן אין קאווע שטיבל, פשוט ווייל איך האב געזוכט א אידישע ווינקל ווי צו קענען ליינען אלע אידישע, און וועלטליכע טעמעס, אויף די געשמאקע אידישע שפראך.
איך האף אז איר וועט הנאה האבן פון מיר.

והאר עינינו.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:40 pm
דורך מנהל
שומרים2 האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 4:34 pm איך האב געהאט א אלטע ניק מיטן נאמען שומרים, אבער ביום מן הימים ווען איך האב פראבירט אריינצוסיינען מיט מיין
געווענליכע ניק האט מיין פעסווארד נישט געארבעט בעווה"ר, איך האב פראבירט צווייטן מאהל
צו בעטן פונעם סיסטעם א פרישע פעסווארד אבער אין קול ואין עונה, בלית ברירה האב איך אראפגעבויגן
מיין קאפ און מקבל געווען די נייע גזירה פון לא יאמר עוד שמך שומרים רק שומרים2 און איך שעם מיך נישט
אזויווי באבוב45 שעמט זיך נישט.
זעה אז דיין נייע ניק זאל נישט נאכאמאל אויסגעשפארט ווערן
https://kaveshtiebel.com/viewtopic.php?t=16697

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 10:26 pm
דורך האוועל
איך בין א נארמאלע חסידעשע איד איך ווייס ניט אנאבל וויאזוי צו טראכטען אויפגעקלערטע זאכען אבער היות מיין דשאב איז אלס משגיח אין א ישיבע פיל איך אז סוואלט געווען כדאי אז איך זאל פארשטיין די היינטיגע בחורים

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 10:26 pm
דורך מיט א שמייכל
איך גלייך זייער א רויגן לעבן אן קיין פרעשר אין איך זיך אויס צו ליפערן אדער זיך צו לאזן ליפטרן איז דאס די מטרה פון לעבן און זיך הנאה האבן פון די וועלט און פון יענער וועלט און פארשטיין פארוואס מען לעבט.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 10:26 pm
דורך טא סענטס
א גוטן צום חשובן מערכת און פאר אלע וואס וועלן ליינען מיינע שורות ב"ה איך בין עוסק על המחיה ועל הכלכלה פארשטייציך מיט א קביעות עיתים און איך האב אויסגעוועלט דעם פלאטפארמע זיך צו אויסליפטערען בין גברא לגברא מיט שיינע אינטערסאנטע שמועסן און פארברענגען איך האף איך וועל הנאה האבן

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 8:48 am
דורך לייביששרייבער
די חבורת תיו"ט לאזט נישט שמעוסן בין גברה לגברה אויכעט נישט

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:34 pm
דורך חיים׳ל ברוקלינער
היימישער יונגערמאן אין די דרייסיגער יארן, אויפגעוואקסן און וואוינט אין ברוקלין נ״י. כ׳האב אלס לי געהאט צו באזוכן דא און ליינען מיט דארשט אונטערסאנטע חומר, און כ׳וועל אויך אי״ה צוגעבן צום שטיבל אזוי אז ונתנו זאל טאקע זיין אהין און צוריק.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:35 pm
דורך צוויי
שלום עליכם!
איך בין א פשוטע איד וואס דער אייבערשטער האט אראפגעשיקט אויף דער וועלט.
איך האב זייער ליב צו ליינען, באקאנט ווערן און נייע ידיעות, הערן פון אנדערע וואס זיי האבן מיטצוטיילן, און אויך אליינס איבערגעבן אייגענע עקספריענס,
איך האב ליב צו הערן נאך א מיינונג אויסער מיינע, איך האב ליב אלס צו וויסן צוויי זייטן פון די מטבע

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:36 pm
דורך בונדלעך
איך בין א נארמאלע חסיד'ישע וואוילער איד. איך בין קראנק און מיעד פון די בייעס און מאניפולאציע אין די היימישע גאס און אויבנאן. איך גלייך א פלאטפארמע וואו יעדער געבוירן אויף גאט'ס וועלטל האט א ווערד און ס'איז אין אידיש. איך בין אפן אבער איך קלויב אויס מיין וועג מיט שטאלץ. איך גלייך צו העלפן אנדערע, אבער עס טוט מיר וויי און איך לאז זיך מער נישט ווערן אויסגענוצט.
איך וואוין אין אפסטעיט ניו יארק, אין א פלאץ מיט לופט, גראז און אלע סארט מענטשן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:37 pm
דורך שריפט
א גוטן
איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער
כ׳האב אבער א אינטערעסע צו ליינען און הערן אנדעדע פון אנדערע זייער פרעספעקטיוו אויף פארשידענע ענינים כ׳פלעג ליינען און נישט געווען איינגעשרובן אבער אזוי ווי לעצטענס קען מען נישט געהעריג ליינען האב איך מחליט געווען זיך איינצושרייבן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:37 pm
דורך הפלא ופלא
א היימישער אינגערמאן, וואוינט אין די קרית יואל אומגעגנט. איך גלייך צו שרייבן און צו פאוסטן שיינע ארטיקלען און נייעס, קרישקעלעך און נאך. שטענדיג פאזיטיוו און מיט א שמייכל. עס ציהט מיר צו ווערן א חבר אינעם שטיבל, צו געפונען אן ארט צו מיטטיילן שיינע זאכן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:38 pm
דורך כתית למאור
איך האלט זייער שטארק פין קאווע שטיבל ווייל עס איז א פלאץ ווי מען קען שרייבן פין אלע נושאים איז האב איך באשלאסן אז איך וויל ווערן א מעמבער ווייל איך וויל אויסגעפינען נייע ידיעות און ווייל איך וויל ציגעבן צום שטיבל ווי ווייט איך קען

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:38 pm
דורך משה פיינער
א אינגערמאן וואס וויל זיין ברייט אויף זאכן וואס טיט זיך אויף די וועלט, סיי אין פאליטיק סיי אין אידישקייט, דא אויף די העליכע פלאטץ איז דא די מעגלכקייט צי ליינען שרייבן אין אלעס הערן

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:39 pm
דורך האראוויץ
איך בין דער יידישער איבערזעצער פאר די געזעלשאפט פון טשענסטאכאווער יידן. איך האב א מאל געוווינט אין ארץ ישראל, אבער איך האב זיך צוריקגעצויגן צו מיין געבורטס-לאנד, ארגענטינע. איך וויל זיך רעגיסטרירן בכדי צו קענען ליינען אלעריי אינטערעסאנטע זאכן וואס זענען פארעפנטלעכט דא...

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 5:39 pm
דורך מאירפ
יעך בין פשוט א סימפעל אינגערמאן, מיט א נייגעריקייט אויף א צוויטענס מיינונג און שטעלונג, און א געשמאק צו שערן מיין מיינונג אויף רעלעוואנטע סאבדזשעקטס.
וואס איך הער פון גוטע פריינט, איז דאס שטיעבעל א לייכט געשטומטע געשמאקע היכל זיך אויסצולופטערען און קלאר ווערן און קלארשטעלן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 9:40 am
דורך מן הארץ
איך בין א חסידישעג יונגערמאן פולקאם און די סיסטעם, תוכו כברו.
איך בין און די פריע דרייסיגער יארן, פארהייראט איבער צען יאר מיט א שטוב פון עטליכע קינדער קע״ה. איך פאל שוין דא אריין צו ליינען אין שטיבל פון צייט צו צייט פאר עטליכע יאר. האב איך געקלערט אז עס איז שוין צייט פאר אן אקאנט.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 9:41 am
דורך ערליך
שלום עליכם פריינט. איך האב מיך אנגעשלאסן אין קאווע שטיבל ווייל איך בין בטבע א שטיקל חוקר און כ'האב ליב צו הערן און רעדן/שרייבן מיט אנדערע מיינס גלייכען, אבער אין ביהמ"ד וכדו' קען מען פארשטייט זיך נישט רעדן אזוי אפן ווי פארשטענדליך, ממילא בין איך אנגעקומען צו קאווע שטיבל, כדי צו קענען קלוגער ווערן און פארברענגען פון אנדערע וואס זענען מיינס גלייכן, דהיינו אידן יראים ושלמים וואס פרובירן צו פארשטיין אביסל וואס מ'טוט און זאגט. ויהי בואי לברכה

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 18, 2023 9:41 am
דורך עפל_קוגעל
גארנישט ספעציעל. א פשוטע אינגערמאן וואס גלייכט צו ליינען אין פרייע צייטן,
וואס נאך קען איך שרייבן דא אנצופילן הונדערט זעכציג אותיות? וואס שרייבט יעדער?
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:00 am
דורך חאסקעל
איך בין א בעל הבית וואס וואוינט אין האוועל ניט דזשערסי אין איך האב ליב צו ליינען ידיעות און נייעס ווי אויך צו הערן מוזיק מיט זעהן ספעציעהל רעבישע נייעס ווי אויך האב איך ליב צו טועה גראפיקס. ועוד

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:01 am
דורך קטנתי
איך בין א איד וואס אינטערעסירט זיך זייער שטארק אין פארשידענע הסטארישע געשענישען אן ב"ה גאנץ באקאנט און אסאך נושאים עס זעט מיר אויס אז דא ווערן דורכגעשמועסט אויך האקעלע טעמעס סאיז מיר א כבוד און פארגעניגען מיטצו האלטן ווען מען דארף זיך מפעם לפעם אויסטשוכען

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:01 am
דורך מאנאפאל
א גוטן חשובע מיטגלידער,
איך בין שוין געווען אין פריערדיגן גלגול דאהי איינגעשריבן, נאר מחמת צוק העתים האב איך נישט באזוכט דא א שיינע פאר יאר.
איך פלאן און האף אנטייל נעמען אינם שטיבל פונדאס ניי מיט פרישע כוחות און זיך צו בארייכערן מיט די ברייטע ידיעות פון די חברים מיט וואס דער מקום איז געבענטשט מיט.