בלאט 187 פון 213

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 10:58 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
שלום שטיסל האט געשריבן:
ווייל אזוי האט געשריבן:ס'איז מיר אויסגעקומען צו זיין ביי א ליטווישע שבת האב איך געזען אז ער ברענגט ארויס אפפ ברענד ביר איך געדענק אפילו נישט די נעמען אבער נארמאלע ביר א שטייגער ווי קורס, באדווייזער, קאראנא איז נישט געווען, (אין אן אנדערע פאל האב איך עס אויך באמערקט) איז מיין שאלה פון ווי נעמט זיך די אלע הרי אררט און צו'חוש'טע ביר פארוואס קענען זיי נישט האבן קיין נארמאלע ביר???
אפשר [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] וועט וויסן, אדער א צווייטער.

אהה, דאס מיינט ליטווישע ביר, אן קיין טעם און ריח, א פערפעקט שידוך, דער ליטאי מיטן פארשטיקענעם ביר.

דאס איז די זעלבע מענטשן וואס טרינקן קאווע אין א פלעסטיק קאפ, גרעיפדזשוס פון א פלעסטיק באטל, סעלצער אן געז, געפילטע פיש פון א דזשאר (JAR), טשולענט מיט פאטעיטאס, הערינג אן קיכל נאר מיט סנעקערס, ביי קידוש שבת סערווירן זיי דזשעלי בינס מיט פרוכט סאלאט (ווי פארשטענדליך ווארימע מעלאנע מיט די שווארצע דזשעלי בינס) און נאך
-------------------
[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] ווער נישט געטשעפעט
[tag]דער גאלדענער אדלער[/tag] געשריבן לכבוד דיר

שלום: דיין פעדער קוקט אויס פיין גליטשיג, האסטוך איינגעהאנדעלט א נייעם רויטע פארקער? ס'דערמאנט פון מיין מלמד ווען ער פלעגט זיך קראצן די אויער דערמיט.
עניוועי האסט פארגעסן צוצולייגן, פיינע פרישע ווארעמע קימל ברויט, המן טאשן מיט מאן, אראק ברוינפען, פרון דזשוס מיט א לוילעך סענקע קאפי.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 4:36 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
מדחי אל דחי.....
המן טאשען קומען מיט מן און נאר מיט מן. נישט די היינטיגע מאדערנע מנהגים פון טשאקאלאד אדער לעקוואר.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 7:12 am
דורך איך אויך
גערעכט סארא חוצפה צו באשמיצן דעם באליבטן מון אוזני המן. כ'וועל דיר פארציילן א סוד אז מון קעיק איז אויך גוט געשמאק, אבער נאר געציילטע בעיקעריס מאכן עס און אויך נישט אייביג.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 7:23 am
דורך אישתישבי
איך בין מוחה אויף דעם וואס מען רעדט וועגן המן טאשען פאר חנוכה. בשעת חדוותא חדוותא. יעצט איז די צייט צו רעדן פין פאנטשקעס.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 11:57 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מדחי אל דחי.....
המן טאשען קומען מיט מן און נאר מיט מן. נישט די היינטיגע מאדערנע מנהגים פון טשאקאלאד אדער לעקוואר.

דער מקור פון דעם נאמען..."המן טאשן"...נעמט זיך פון יעקיש דייטש. דער אריגינאלער נאמען איז געווען..."מאן טאשן"...פון דעם איז געווארן המן טאשן...! אונז קענמיר זיין גאנץ רואיג אז המן הרשע האט געהאט אין זיינע טאשן אנדערע זאכן ווי א קוקי אנגעפולט מיט מאן. דארט האט ער געהאלטן די גזירה פון פארניכטונג פון די אידן...!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 12:24 pm
דורך געוואלדיג
איז דא א גרעניץ וואו ווייט עס קען גיין די סאנקציעס קעגן נארט קאריע אדער וועט מען אלעמאל קענען טרעפן עפעס נאך שארפער?!

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 12:38 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
געוואלדיג האט געשריבן:איז דא א גרעניץ וואו ווייט עס קען גיין די סאנקציעס קעגן נארט קאריע אדער וועט מען אלעמאל קענען טרעפן עפעס נאך שארפער?!
די רעגירונג לאזט אייביג איבער זייטיגע טירעלעך פון ווי צו מאכן פרישע געשעפטן, ס'אזוי ווי א חסידות צוטיילט זיך אין צוויי, און פון אויבן הערט מען סטראשונגען, מיט חרמות, איין שיינעם טאג ווערט מען געוואר אז דע גאנצע מחלוקה איז נאר געווען צו פיטערן די צאן קדשים, און אינטערן טיש איז אנגעגאנגן גרויסע רינעדיגע דיעלס פון ריעל עסטעיט און פראגראמען מיט ריזאונונג ווי ביידע האבן געמאכט שווערע געלטער. איראן יוכיח, מיט נאך אנדערע לענדערע ווי די עליטע האט געמאכט א לעבן און די פשוטי המון עולם גולם, האט מען ג'קנסט פארן טון ביזנעס מיט די רשעים

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 22, 2017 4:13 pm
דורך טרויבן88
יא, זיי זענען נישט אינגאנצן אויסגעשלאסן, און נאך מער אפילו, עס זענען דא לענדער וואס נעמען סחורה פון נארט קאריע, סא מענטשן מיינען ווען מען רעדט פון סאנקציעס אז עס איז טאטאל אפגעשלאסן. עס איז דא אסאך סחורה וואס גייט אריין און קומט ארויס פון דארט, למשל טשיינע קויפט קוילן פון נארט קאריע, בכלל בין איך מסכים צי די טעאריע אז אויב טשיינע וויל קענען זיי ווען אפהאלטן די גאנצע אטאם, נאר עס איז פאר זיי א גוטע שטעקן קעגן אמעריקא, ווען איך בין ווען טשיינע טו איך עס ווען אויך, בנוסף וואס מען קען אריבערגיין די גרעניץ קיין צפון קאריע, און ווען די שטייסט איין אין די האטעלן באצאלסטו געלט, וכו'

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2017 12:31 pm
דורך ונבנתה העיר
וואס האט 'עולם' מיט crowd? (עד העולם?...)

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 1:02 am
דורך שמעון וואלף
ונבנתה העיר האט געשריבן:וואס האט 'עולם' מיט crowd? (עד העולם?...)


מ'טרעפט שוין פון לאנג "מקשים העולם". און אידיש טייטשט מען "די וועלט פרעגט". איך ווייס טאקע נישט פארוואס

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 4:40 am
דורך וואלווי
שמעון וואלף, טראכט צירוק מיט איין טריט. ס'איז אפילו א לשון חז"ל "כולי עלמא" מודי, און אויף דעם איז לכאורה דא ביאורים אדער כללים וואס דאס מיינט און ווען מ'ניצט עס.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 5:54 am
דורך ברוך שפינוזה
ונבנתה העיר האט געשריבן:וואס האט 'עולם' מיט crowd? (עד העולם?...)

מלשון "ס'געווען א געפאקטער עולם"...
וכתיב "דער עולם איז געלאדנט צום קידוש"
וכתיב: כל העולם כולו ניזון בשביל חנינא בני.
וואס ס'מיינט צו זאגן אלע מענטשן פון די וועלט,
ומשם נתפשט, אז ווען מ'וויל זאגן אסאך מענטשן, זאגט מען, עולם גולם.

נשלח: פרייטאג דעצעמבער 29, 2017 12:44 am
דורך שמעון וואלף
ווען מ'רעדט פון יעדעם קען מען פארשטיין מ'ניצט די לשון כל העולם אדער כולי על א די גאנצע וועלט = יעדער איינער. אבער ווען מ'רעדט בלויז פון א צאל מענטשן איז טאקע א פלא אז מ'ריפט עס עולם

נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2018 7:38 pm
דורך איך אויך
ווער איז דעי רעבעלע?

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=d2VDxYXJ5As[/youtube]

נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2018 7:47 pm
דורך ביליג
זבליטוב בן ר' בעריש מספינקא

נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2018 10:43 pm
דורך וואלווי
נאך אזא טאנץ איז א "חוט המשולש במהרה ינתק"....

נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2018 11:41 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: און וואס וועללן טון דעם העיליגן זאבליטוב'ער רעבי'נס קינדערלעך שיחיו, אז מ'וועט אויסלויפן פון יוראפע'אישע שטעטלעך..? איך האב אן עצה פאר זיי . זיי זאלן זיך פארבונדן מיט מיר. איך האב א גאנצע ליסט פון שטעטלעך דאהי אין אמעריקע וואס מ'קען אנהייבן נוצן, למשל, ווי שיבויגען, וויסקאנסין. אדער האקענסאק, ניו דזשערסי. אדער הא-האאוקוס, ניו דזשערסי. איך קען נישט ארויסגעבן די גאנצע ליסט. פאר א צוגענגליכע פרייז, וועל איך בלי"נ צושטעללן די רשימה פאר א יעדן בנש"ק וואס וועט וועללן אריינגיין אין די ביזנעס...!

רבותיי, שטעלט אייך פאר. ס'וועט זיין א מיטינג ביי התאחדות ה---. און דער יושב ראש וועט אויסרופן...יעצט גייט רעדן דער שעבויגענ'ער רב. נאכדעים וועט נעמען דאס ווארט דער הא-האוקוס'ער רב שליט"א...!

נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2018 11:43 pm
דורך שמעקעדיג
איך פארשטיי נישט, ר' בערל. די אלע שטעט פון ארצות הברית און קאנאדא זענען דאך שוין אקופירט ביי די התאחדות הרבנים, מען קען נישט נעמען שטעטלעך וואס געהערט שוין פאר א צווייטן.

נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2018 11:47 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: די התאחדות הרבנים געוועלטיגט טאקע דארט. אבער די רבניש'ע שטעללעס זענען נאך ליידיג. און אויב ח"ו ס'וועט זיין 2 שיבויגענ'ער רבנים. וועט מען האלטן א דין תורה. אויב איך האב עפעס א דיעה צו זאגן וועט מען רופן איינעם דעם 45'ער שיבויגענ'ער רב. און דעם צווייטן, דעם 48'ער שיבויגענער רב. נאמבערס איז דאך זיכער דא גענוג...!

נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 12:44 am
דורך שמעון וואלף
Sweet lips, Tennessee איז נאך אוועילעבל אזוי אויך Middlesex, NJ.
וויאזוי סאונד דאס: מזל טוב, כ"ק אדמו"ר מ'dick, mishigan האט זיך משדך געווען מיט גאב"ד intercourse, Pennsylvania חדב"ן דומ"ץ hooker, Oklahoma

נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 12:48 am
דורך וואלווי
שמעון וואלף האט געשריבן:Sweet lips, Tennessee איז נאך אוועילעבל אזוי אויך Middlesex, NJ.
וויאזוי סאונד דאס: מזל טוב, כ"ק אדמו"ר מ'dick, mishigan האט זיך משדך געווען מיט גאב"ד intercourse, pennsylvania

:lol:


אדער No Name, Colorado און Truth or Consequences, New Mexico...

נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 12:50 am
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: און וואס וועללן טון דעם העיליגן זאבליטוב'ער רעבי'נס קינדערלעך שיחיו, אז מ'וועט אויסלויפן פון יוראפע'אישע שטעטלעך..? איך האב אן עצה פאר זיי . זיי זאלן זיך פארבונדן מיט מיר. איך האב א גאנצע ליסט פון שטעטלעך דאהי אין אמעריקע וואס מ'קען אנהייבן נוצן, למשל, ווי שיבויגען, וויסקאנסין. אדער האקענסאק, ניו דזשערסי. אדער הא-האאוקוס, ניו דזשערסי. איך קען נישט ארויסגעבן די גאנצע ליסט. פאר א צוגענגליכע פרייז, וועל איך בלי"נ צושטעללן די רשימה פאר א יעדן בנש"ק וואס וועט וועללן אריינגיין אין די ביזנעס...!

רבותיי, שטעלט אייך פאר. ס'וועט זיין א מיטינג ביי התאחדות ה---. און דער יושב ראש וועט אויסרופן...יעצט גייט רעדן דער שעבויגענ'ער רב. נאכדעים וועט נעמען דאס ווארט דער הא-האוקוס'ער רב שליט"א...!


ר' בערעל, מילא און ארה"ב קענען מיר זיך אליינס אויס, אבער אפשר העלפסטו ארויס מיט נעמען פון אורוגווי? אופ'ס כ'האב פארגעסען מאנטיווידעא איז שוין פארנומען, האסט נאך עפעס?

נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 12:06 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: יא. פונטא דעל עסטע. איסלא דע לאס ראטאס. קאטשאבאמבא, יצ"ו...יא. יעצט דערמאנט. גוי'עס. א היכי תימצא. די געגנט הייסט גוי'עס. און ס'איז א (אלטע) אידישע געגנט...!

לא אלמן ישראל. אין אונגארן איז נאך געבליבן א פאר פיינע נעמען וואס די מארגנ'דיגע בנש"ק'לעך קענען נוצן...קיטשי קאטיא. שענקי האזי. סעיל האמאש...!