בלאט 187 פון 214

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:02 am
דורך שמעון יואל
איך הער כסדר פון די אינטערעסאנטע נייעס וואס ווערט דא פארציילט, און פון די נושאים עס ווערט דא דיסקוסירט, קלוגע געדאנקען פון קלוגע אידן, האב איך באשלאסן זיך אנצושליסן אלץ א חבר כדי דאס קענען מיטהאלטן

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:02 am
דורך ישיבה
איך זיך א פלאטץ ווי זיך אויסלופטערן אביסל צי ליינען נייעס געשמאקע ארטיקלען אין הנאה האבן אויף א ערליכע וועג בעזרת השם. איך בין נישט קיין שרייבער בעיקר וויל איך ליינען, יישר כח למפרע

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:03 am
דורך מרדכי צבי
איך בין א יונגערמן אין מיינע 40ער יארען. איך האב זייער הנאה פין אייער פלאטפארם. עס איז באלערנט ביז גאר. איך האב זייער הנאה פין חסידישע פאליטיק. ספעציעל ווען עס איז אביסעל קאנטראווירשעל. די שרייבערס דא זענען גאר פראפעשינעל. עס איז באמת א תענוג רוחני וגשמי.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:03 am
דורך אחד מני אלף
מיין אינטערעסע בייציט זיך הויפטזעכליך צי אידישע היסטאריע. ספעציעל חסידישע היסטארע אין אלטע פארגעסענע קאפיטליך אוו די שורשים פין חסידישע מחלוקות. עס איז מיין האפענונג אז עס וועט עווענטועל זייו איין אפטיילונג געווידמעט אויף די ענינים והמסתעף. פילייכט וועל איך עפעס קענען צילייגן פין מיינע מאגערע קענטיניסן אין די נושא.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 11:57 am
דורך לפורקנך סברית
ישיבה האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 20, 2023 10:02 am איך זיך א פלאטץ ווי זיך אויסלופטערן אביסל צי ליינען נייעס געשמאקע ארטיקלען אין הנאה האבן אויף א ערליכע וועג בעזרת השם. איך בין נישט קיין שרייבער בעיקר וויל איך ליינען, יישר כח למפרע
ברוך הבא
איך האף אז איר וועט דא טרעפן א פלאטץ צו אויסלופטערן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 6:35 pm
דורך עבד ה'
איך האב זייער ליב צו ליינען הערן אנדערע מיינוגען אין פרובירן צו צולייגען מיינע צוויי צענט צו דעים בעיקר בנוגע חסידית וואס דא איז עס זייער רייך אין נארמאל אין נאכדערצו אויב עס איז אביסל קאנטערווערסאל באט מיט א נארמאלקייט אזוי דא

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 6:35 pm
דורך ואם תמצא לומר
א חסידישע יונגערמאן אין די דרייסיגער'ס - רעדט אין שרייבט אין יודיש, א חקרן, עס הייסט אז איך בין א ידען הויכעט, ויל זיך טיילן מיט ידיעות אין חקירות דא אינעם וועבסייט, כמסת הפנאי. אז מען טרונקט סיי וי סיי קאווע זאל עס שוין זיין אין א קאווע שטיבל.
איך זאג צו נישט איבער גיסן, אין איך וועל בע"ה כסדר לאזן דעם טרינק פלאץ ריין אין שיין.
כה לחי

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 6:36 pm
דורך א יודעלע
א שעמעדיגער א יונגערמאן וואס האט ליב מיט צוהאלטן נייעס אבער שעמט זיך צו רעדן ביי קופקעס אפשר דא וועט זיין גרינגער און אזוי צובילעך פאלירין די גאר שטארקע בושה און איך האף שטארק אז עס וועט מיר אויך העלפן אלגעמיין אין לעבן איך בין שטארק חסידיש און פון אינדויסן שטארק פאר פרומט אבער פון אינעוויניג בעלעבטישM

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 6:37 pm
דורך עסטרייכערלינגוויסט
גרוסן פון עסטרייך! איך בין אַ לינגוויסט. איך בין אינטערעסירט מיט שפּראַכן. איך בין אויך אינטערעסירט מיט קאָמפּיוטער וויסנשאַפֿט. איך איך האָב ליב צו שווימען.איך איך האָב ליב צו זיין אין דרויסן. איך אויך ווי טראַוואַלינג, פֿאַר בייַשפּיל איך אַרומפאָרן פיל צו פֿראַנקרייַך.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 21, 2023 6:38 pm
דורך פייפלה
איך בין א ירושליימער איד וואס איך זה גאנץ אפט אינטרסנטע נושאים וואס איך טרעף אינטרסאנט פאר מיר, איך קען זיכער אויך מוסף פון מיינע ידיעות און איך וואלט איייך באדנקנט אויב איר וועט מיר לאזן אריין גיין אין אייער פורום.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:42 pm
דורך זעליג קליין
איך האב ליב צו לייענען פארשידענע נושאם פון קאווע שטיבל איך בין נישט קיין שרייבער עס איז מיר שווער צו טייפאן אין איך בין נישט גיט ווען מען דארף שרייבן א לשון זכר צו א לשון נקבה אבער איך לייען אסך איך בין איבער די פופציק יאר איך האב נישט קיין קינדער אין דער היים

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:42 pm
דורך חלומות
איך בין א אינגערמאן וואס וויל לערנען פלייסיג און אויפשטיין פארטאגס למעשה ווייסטאך סקומט אן שווארמה אבער איך האלט מיין צוהל פאר מייגע אורגן און בעזה גיי איך אנוקומען

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:43 pm
דורך אייזיקל
שנראה מעלת חברינו ולא חסרונם. זהו תפילתי. אז ר אלימלך האט דאס געזאגט, וואס זאלן מיר זאגן. זאל דער אייבערשטער העלפען מיר זאלן צו דעים זוכה זיין.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:44 pm
דורך יודישיסט
צו די טייערע אנפירער פין די וועבזייטל קאווע שטיבל הי''ו
אט ממש דאס האב איך געזיכט, א ווירטואלע קאווע שטיבל וואס מען קען הערן פארשידענע מיינונגען אויף פארשידענע טעמעס און אזוי אויך פארשטייט זיך, זיך לאזן הערן און אלע מינע ענינים וואס וואס זענען געשפינט אין אוזערע לעבן פיו פשוטע נייעס פין אונזער געמיינדעס ביז צו קנטראווערסיאלע דעבאטעס, אלס אויף א רעספעקטפולן פארנעם.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:44 pm
דורך מנחם מנדל
א אינגערמאן שוין חתונה געהאט א שיינע פאר יאר אינטרעסע און ארט מוזיק קולטור היסטאריע, זוכט א אפענע פלאץ ווי צו שמעוסן און קונה זיין ידיעות,
רעפובליקן אנטי ליבראל קאנסעויטיוו

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג דעצעמבער 24, 2023 7:44 pm
דורך האניג
א גוט יאר טייערע חברים. ווען איך האב זיך צום ערשט באגעגנט מיט 'קאווע שטיבל' אנליין דורך גוגל סורטשעס, האט זיך געעפענט פאר מיר א וועלט פון חכמה. און איך רעד נישט דוקא פון חכמה וואס ווערט געשריבן דורך די מעמבערס דא. איך רעד פון מיין אייגענע חכמה, וואס איך האב קיינמאל גענוצט.

מישענדיג בלאט נאך בלאט אין דעם אינהאלטסרייכע קאווע שטיבל אוצר, האב איך זיך פשוט אויסגעלערנט צו טראכטן מיט מיין אייגענע חכמה וואס קודשא בריך הוא האט מיר געשאנקן.

חברים האבן מיר געזאגט: "שטיי ווייט פון קאווע שטיבל! ס'איז א פלאץ פון כפירה!" בין איך אבער איבערצייגט געווארן, אז קאווע שטיבל איז היינט די מקור האמונה! עכ"פ פאר מיר...

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:03 pm
דורך שייסל
איך בין א חסידישע יונגעמאן וואס האט אלעמאל געטראכט אינדרויסן פין די באקס. איך האב שוין יארן הנאה פון די פלאץ ווי מען קען קונה זיין ידועות און נקידות למחשבה. יעצט טראכט איך אביסל צו צילייגן דא פאר אינזער אלעמענס הנאה.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:04 pm
דורך א אידיש קינד
איך בין בעצם א מענטש וואס האט ליב צו ווסן וואס מער, אויב מ’קען עס אנרופן א חקרן, בעיקר האב איך ליב פולמסון וכדו’. איך קלער אז איך קען פון דא האבן א שטארקע תועלת, און אפשר אפילו פון צייט צו צייט צו צולייגן גאר פון מיינע ידיעות, פאר די תועלות פונעם ציבור.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:04 pm
דורך דרכי
איך האב ליב יעדע איד אהבת נפש נישט קיין חילוק פון ווי ער שטאמט נישט קיין חילוק פון ווי ער קומט נישט קיין חילוק וויאזוי ער פירט זיך אויף נישט קיין חילוק אין וועלכע מצב ער געפינט זיך כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:05 pm
דורך היום
היום - היינט
אסאך זענען דו זאכן וואס סטרעסן מיר מיין טאג טעגליך לעבן.
זאכן וואס איך דארף טיען אבער וויל שוין האלטן דערנאך, זאכן וואס איך וויל טיען אבער געשעהן נישט לויט מיין פלאן.
און בעיקר זאכן וואס זענען נישט אין מיין קאנטראל…
אבער היינט איז נאר איין טאג. נאר היינט!
היינט פראביר איך מאכן היינט דאס בעסטע וואס איך קען!

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:05 pm
דורך אפריע
א גיטן, איך בין א טאטע מיט א באנטש קינדער מיט א שווערע ז'אב, מ'דארף זיך אמאל אפרוען, אז מ'קען נישט גיין וועקעישן קומט מען צו קאווע שטיבעל זיך צי ארויס טשעקשן אין קימען צו זיך איך האף מען וועט מיך אריין נעמען.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:06 pm
דורך מיליאן
שלום עליכם עכט בין איך שוין געווען אינגעשריבן לאנגע יארן צוריק ממש פון אנפאנג אין אויך הנאה געהאט צו ליינען א גרויס חלק אבר צוליב מיין פארנומענקייט א אך נישט געהאט קיין סאך צייט מגיב צו זיין באט סאמהאו זעה איך אז לעצטנס בין איך געווארן ארויסגעסיינט אין איך קען נישט צוריק אריין אויך האב איך פארלוירן עקסעס צו די אימעיל וואס איך האב גענוצט אריינצוסיינען סא פראביר איך יעצט נאכאמאל
ישר כח

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 26, 2023 8:08 pm
דורך שלום סופר
איך וויל פשוט זיך קענען אויסליפטערן מיטהאלטען וואס אנדערע שרייבען און זיך אנרופען ווען איך זעה עפעס וויכטיג צו צולייגען און פרטים וואס אנדערע פארפאסן אדער ווייס אז עס איז נישט אינגאנצען ריכטיג. קוק איך ארויס צו פארברענגן און קונה זיין ידיעות