בלאט 188 פון 213

נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 3:46 pm
דורך איך אויך
איך זעה עכט נישט מיט וואס וויסקאנסין איז מיט עפעס פאניער ווי וואנאוויטש, האקענסאק ווי הודו- נאנאש און ניו דזשערסי ווי נעפלמיץ וכן הלאה ע''ז הדרך.

גראדע אז דו פרעגסט מענטשן אויפן גאס וועלן רוב מיינען אז מאשלוי איז גאר א שטאט אין ראמאניע, יעצט קען ר בערעלנו אויסרעכענן אלע הייוועיס..

נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2018 8:18 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך: דא מוז איך מיך באנוצן מיט א ווערטל פון מיין הייליגן רבי'ן שליט"א דער הייליגער יארמער רבי. זז"ג. ער האט געפרעגט א קשיא... פארוואס הייסט די שטאט דעברעצין אזוי...? ווייל דער דעברעצינער רב האט דארט געוואוינט. די זעלבע. פארוואס הייסט די געגנט און די הייוועי אין די בראנקס מאשאלוי (סאונד ווי א שטאט אין אונגארן). ווייל דער אדמו"ר מ'מאשאלאוי האט דארט געוואוינט...!

נשלח: מאנטאג מערץ 26, 2018 11:59 pm
דורך שמעון וואלף
פארוואס איז א גנעפל אויף די קי-באורד "number lock"? ווער די שווארץ יאר דארף עס? ווילסט נישט ניצן די נאמבערס, איז נישט, אבער פארוואס זאל איך עטליכע מאל א טאג דארפן מיטשענען דערמיט ווען איך דריק בטעות דעם קנעפל אנשטאטס די זיבן?!

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2018 12:57 am
דורך סאשי פיש
עס ווערט עראס אנשטאט די נאמבערס

נשלח: דינסטאג מערץ 27, 2018 11:58 pm
דורך שמעון וואלף
ווייס איך. אבער די קי-באורד האט דאך עראס אויך, פארוואס דארף מען צוויי עראס?

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2018 12:16 am
דורך קורקלענד
די קיבאורד האט נומערס אויך, ציוואס זאל מען דארפן צוויי מאל נומערן..

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2018 12:23 am
דורך שמעון וואלף
די האסט געענדיגט מיט צוויי פינטליך, זעהט אויס אז די פארשטייסט פארוואס מ'דארף די נאמבערס אויף די זייט, ווייל די אויסשטעל דערפון איז סאך פראקטישער. ווען די נאמבערס ווערן עראס איז עס אבער פונקט ווי די אנדערע עראס, נישט אזוי?

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2018 2:31 am
דורך וואלווי
שמעון וואלף האט געשריבן:די האסט געענדיגט מיט צוויי פינטליך, זעהט אויס אז די פארשטייסט פארוואס מ'דארף די נאמבערס אויף די זייט, ווייל די אויסשטעל דערפון איז סאך פראקטישער. ווען די נאמבערס ווערן עראס איז עס אבער פונקט ווי די אנדערע עראס, נישט אזוי?


ס'איז פאר די זעלבע סיבה פארוואס ס'דא נאמבערס אויף די זייט, און די סיבה איז פראקטישקייט. די פראקטישער מעלה פון די זייטיגע נומבער קיבארד איז אז מ'זאל נישט דארפן רוקען די פינגער אדער האנט ווען מ'טייפט שנעל פון אויסענווענדיג. ווען א מענטש טייפט שנעל און קען מיט א קליק טוישען פאר ערויס און נאכדעם צירוק און אלס פון אויסענווייניג פארט די טייפן זייער שנעל אן דארפן לייגען אן אויג אויף די קיבארד ווען מ'פארט מיט'ן האנט צו א צווייטע סעקשאן. אזוי ווי יעדער וואס ארבעט מיט נאמבערס ווייסט אז רוב צייט ליגט די האנט אינגאנצען צו דער רעכטס.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2018 12:27 am
דורך שמעון וואלף
ס'מיר קיינמאל נישט בייגעפאלן דאס. ס'קען טאקע צוניץ קומען די איידיע פון טוישן אויף עראס בשעת'ן ענטערן נומבערס און בעלז.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2018 1:20 am
דורך קורקלענד

נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2018 1:44 am
דורך וואלווי
מילא דער רעפארטער ווערצבערגער פון מיאמי/טשיינע, אבער כ'וויל וויסען ווער איז זיין crew וואס איז אייביג גרייט עם אפ צוכאפען???

נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2018 3:47 am
דורך קאצקע ציקער
וואס זיכט ער איז טשיינע פונקטליך?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: מיטוואך יוני 13, 2018 5:38 pm
דורך אונטער חכם
זענען הענעטי און קארלסאן פון פאקס טפשים, אדער זיי טוען פשוט זייער ארבעט (דעפענדן טראמפ)?

נשלח: מיטוואך יוני 13, 2018 5:56 pm
דורך קומזיץ
אונטער חכם האט געשריבן:זענען הענעטי און קארלסאן פון פאקס טפשים, אדער זיי טוען פשוט זייער ארבעט (דעפענדן טראמפ)?


הענעטי זעהט אויס ווי ער מיינט עס ערענסט ער איז מערנסטענס פארנומען מיט האקן אויף די לינקע און דעמאקראטן און טראמפ געבט עם סחורה ,
אבער פארוואס ווען איינער נעמט זיך אן פאר טראמפ איז ער א טיפוש? נאך אלעס האט ער גיטע פאלעסיס
און פירט אויס אסאך גיטע זאכן ווי אויך איז דא א מימרא "תעלא בעידנא סגיד ליה

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: פרייטאג יוני 15, 2018 1:07 am
דורך אונטער חכם
איך האב נישט געזאגט אז יעדער וואס נעמט זיך אן פאר טראמפ איז א טיפש, נאר די צוויי רעדן זייער אסאך טפשות.

נשלח: פרייטאג יוני 15, 2018 1:39 am
דורך קורקלענד
איך ווייס נישט וואס זייער איי. קיו. איז, אבער איין זאך איז זיכער אז זיי פארקויפן וואס זייערע אויסהערער ווילן הערן. לויט ווי ס'שטעלט זיך ארויס איז זייער אודיענץ זייער א טפשות'דיגע אודיענץ, דעריבער פארקויפן זיי טפשות. ווילאנג ס'פילט זיי אן די קעשענעס איז גוט.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 12:43 am
דורך [NAMELESS]
פארוואס זינגט מען אין באבוב דעם ניגון (דאכצעך פונעם קדושת ציון) בני אל תלך בדרך אתם "את רגלך מנע" מנתיבתם, אנדערש ווי דער לשון הכתוב "מנע רגלך מנתיבתם"?

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 12:57 am
דורך berlbalaguleh
ריכטיג: אפשר ווייל מ'האט זיך אזוי איינגעחזר'ט. ושבשתא כיון דעל על. אדער ווייל דער טאן שטימט בעסער אזוי...!

און וואס איז בכלל דער מקור פון דעם ניגון...?! דאס איז (מסתמא) געווען א מין חיזוק פאר די בחורים פון יענע צייטן אז זיי זאללן נישט נאכגיין נאך די אידעאלאגישע עבודה זרה'ס פון זייער דור. ווי סאציאליזם און ציוניזם...!

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 2:39 am
דורך [NAMELESS]
דער טאן שטימט לדעתי בעסער אויב מען זינגט יא ווי דער פסוק. און די ווערטער פארטייטשן זיך אויך בעסער אויב מען זינגט יא ווי דער פסוק ("מנע מנע מנע מנע" עס הערט זיך ווי דער טאטע בעט זיך ברחמים).

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 5:28 am
דורך טוביה
הטעם משום דברים שבכתב אי אתה רשאי לומר בעל פה

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 7:24 am
דורך הוגה
ריכטיג האט געשריבן:פארוואס זינגט מען אין באבוב דעם ניגון (דאכצעך פונעם קדושת ציון) בני אל תלך בדרך אתם "את רגלך מנע" מנתיבתם, אנדערש ווי דער לשון הכתוב "מנע רגלך מנתיבתם"?


דאכציך מיר אז די ניגון איז מיוסד אויף א שטיקל פיוט פון שבועות און נישט אויף די פסוק אין משלי. אין פיוט שטייט יא את רגלך מנע.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 8:43 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך געדענק אן אלטע טעיפ ווי מ'זינגט יא די ניגון מיט מנע מנע מנע, און נישט את רגלך מנע.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 8:43 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
.