בלאט 189 פון 213

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 10:02 am
דורך הוגה
פייט יום א' דשבועות.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 12:20 pm
דורך [NAMELESS]
ייש"כ. יעצט בלייבט נאר איבער זיך צו וואונדערן פארוואס דער קדושת ציון האט מעדיף געווען דעם פיוט איבערן פסוק. אדער אפשר איז דער אריגינעלע ניגון אויפן גאנצן פיוט און "בני" איז נאר דער אויספיהר פון א לענגערע ניגון? נישט מסתבר, ווייל דער פיוט קוקט נישט אויס ווי עס פאסט צו מאכן א שיינע ווארימע ניגון דערויף (גנב'נען גנב'נען טאר מען נישט וכו' איז כאטש א לעבעדיגע ניגון...), אבער אפשר שאץ איך אונטער באבוב..

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 12:26 pm
דורך הוגה
איך בין נישט דארט געווען ממילא ווייס איך נישט אבער א סברא קען איך זאגן. דער ניגון איז א 'טיש ניגון' פאר שבועות, ממילא איז עס מיוסד אויף די פייט לשבועות און נישט אויף משלי.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 12:52 pm
דורך טוביה
למה אינך מקבל סברא שלי

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 12:57 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז דא א פאר ניגונים אויף די פיוטים לשבועות, נאר אלע זענען פון דער צווייטע טאג. אזי בשלישי, לא תחמוד, קרוץ מחומר.
איך האב אלס פארשטאנען אז די סבה איז ווייל די ערשטע טאג שלאפט מען עס אדורך.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 1:00 pm
דורך [NAMELESS]
טוביה האט געשריבן:למה אינך מקבל סברא שלי

הרבה ניגוני באבוב נתייסדו על פסוקים, ולא חששו.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 1:03 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לאו דוקא אז דער קדושת ציון האט געקענט די פסוק. ודוק כי קצרתי.

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 1:20 pm
דורך גראף
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:לאו דוקא אז דער קדושת ציון האט געקענט די פסוק. ודוק כי קצרתי.
סאטמער איבער אלעס.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 1:46 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך זעה נישט די פחיתות הכבוד צו זאגן אויף איינעם אז ער קען נישט יעדע פסוק אין משלי.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 2:30 pm
דורך טוביה
נזכרתי בדיחה אחד אמר שאינו מדבר על רביס כי עושה אותו אויס רבי מי שהוא חסיד מאמין הרבי בקי במשלי

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 9:00 pm
דורך berlbalaguleh
טוביה האט געשריבן:נזכרתי בדיחה אחד אמר שאינו מדבר על רביס כי עושה אותו אויס רבי מי שהוא חסיד מאמין הרבי בקי במשלי

טוביה: איך זעה אז לשון הקודש/עברית קענסטו אויך נישט...הא. הא...!

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 9:23 pm
דורך איש חזון
כידוע זענען נישט אלע אמוראים געווען בקי אין תנ''ך (עי' ב''ק שלהי הפרה)

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 2:04 am
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז דא א פאר ניגונים אויף די פיוטים לשבועות, נאר אלע זענען פון דער צווייטע טאג. אזי בשלישי, לא תחמוד, קרוץ מחומר.
איך האב אלס פארשטאנען אז די סבה איז ווייל די ערשטע טאג שלאפט מען עס אדורך.


אדער ווי די ישיבישע, מ'דאוונט ותיקין אן יוצרות...

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 5:59 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יא, אבער די צווייטע טאג דאווענט מען א נארמאלע צייט, אויך אן יוצרות, ממילא איז עס גארנישט בעסער

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 6:05 am
דורך טוביה
הגרא אמר אסור לומר יוצרות משום הפסק

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 11:26 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אזוי? קענסט נאך א פוסק וואס האט אזוי געהאלטען?

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 11:49 am
דורך טוביה
עיין בטור הלכות קריאת שמע שיש ראשונים שלא אמרו פיוטים משום הפסק

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 12:06 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די ספרדים זאגן נישט קיין פיוטים אינמיטן דאווענען וועגן די טעם.

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 1:11 pm
דורך שמעקעדיג
עיי' בתקנות השטיבל שיש גבאים שפסקו שצריך לכתוב ווי א מענטש וד"ל.

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 1:46 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: הני מילי בדאיכא. אבל בדליכא...! איך פרוביר צוזאמצושטעללן עפעס א פראפייל אויף דעם ..."טוביה"...ער זעהט מיר עפעס אויס ווי א ..."פרעמדער"...אבער אפילו זיי ווייסן פון אזא זאך ווי ראשי תיבות, אדער נקודות...!

ומעשה שהיה. ביי א געוויסן קרייז פון חסידות. (וואו איך דריי מיך, א ביסל), האט איינער א ברנש ארויסגעגעבן א וועכנטליכן זשורנאל מיט פארשידענע תורה'לעך און גוטע ווערטלעך און מנהגים פון דעם מייסד החסידות. האט ער דארט געברענגט צווישן אנדערע מנהגים..."אז דער רבי זצוק"ל האט נישט דערמאנט דעם אייבישטנס נאמען"...דאס איז מיר געווען א שטארקע פלא. האביך נאכגעקוקט אין מקור . (אויף לשה"ק). שטייט דארט אזוי...אז בשעת מ'האט געזינגען די פסוקים אין הלל ביים סוף פון קפיטל מן המיצר (נישט בשעת'ן דאווענען) וואו מ'זאגט 2 מאל איבער דעם זעלבן פסוק. האט דער רבי, ביים צווייטן מאל נישט ארויסגעזאגט דעם שם...."לא הזכיר את השם"...האט דער גרויסער ע"ה און בעל תשובה געשריבן אז ער האט נישט דערמאנט דעם אייבישטנ'ס נאמען...!

עכ"פ. דאס עם הארצות שפרינגט ארויס. עפעס איז נישט אין ארדענונג מיט דעם..."טוביה"...אפשר איז ער א ..."סוכן סמוי"...ער ארבעט פאר די שב"כ אדער ..."מוסד"....! אבער קיין היימישער איז ער זיכער נישט. ער האט נישט געלערנט אין ישיבות...!

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 2:05 pm
דורך קלונימוס
איז פארהאן ערגעץ אין מאנסי ווי מ'קען קויפן די איזרעילי צייטונגען ווי למשל בקהילה אדער משפחה וכדומה, יעדע וואך, אזוי ווי ס'דא אין בארא פארק למשל ביי ניוזסטענד'ס אויף 13, איך ווייס אויך אז צומאל קען מען עס טרעפן אין די גראסעריס אבער איך וויל וויסן אויב ס'דא ערגעץ ווי ס'איז דא ע"פ רוב און נישט יעדע דריטע וואך איין צייטונג, נאר אזוי ווי אין ב"פ ביי די ניוזסטענד וואו ס'איז דארט כמעט יעדע וואך?

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 3:53 pm
דורך יין שרף
I think in Rockland Kosher

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 10:41 am
דורך שמעקעדיג
ווי קען איך ליינען אביסל מער ווי אזוי עס ארבעט די ריכטער פאזיציעס/געריכטן אין אמעריקע? אדער אפשר קען איינער באשרייבן אויפן שפיץ גאפל?
ווערטער למשל ווי "צווייטע קרייז" קלינגט מיר זייער נישט היימיש, וועלכע קרייזן רעדט מען דא?
"אפעלאט געריכטן" זענען בלויז פאר קעיסעס וואס מען אפעלירט? פארוואס הערט מען אסאך מאל אז אפיעלס גייען צוריק צום זעלבן דזשאדזש?
און נאך אסאך פראגעס שאי אפשר לפורטם כי רבים הם און מיין טיטשער האט אונז עס נישט אויסגעלערנט...