בלאט 190 פון 213

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 11:29 am
דורך דער גאלדענער אדלער
קלונימוס האט געשריבן:איז פארהאן ערגעץ אין מאנסי ווי מ'קען קויפן די איזרעילי צייטונגען ווי למשל בקהילה אדער משפחה וכדומה, יעדע וואך, אזוי ווי ס'דא אין בארא פארק למשל ביי ניוזסטענד'ס אויף 13

כ'מיין אז Shell gas station אויף רט. 59 האט עס אויך

נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 4:00 pm
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: און דער עקסאן סטעישן אויף רט. 59 נעבן אויגוסטא אויכעט. (מסתמא)...!

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: מאנטאג יולי 09, 2018 6:44 pm
דורך אונטער חכם
איך זוך עפעס א גוטע בוך אדער דאקומענטערי אויף די היסטאריע פון די פארשידענע פארעמעס פון רעגירונגען וויאזוי עס האט זיך אנטוויקלט, און וויאזוי עס איז היינט.

נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 3:25 pm
דורך יין שרף
האט איינער דא first hand אינפארמאציע וועגן medical marijuana אין ניו יארק?
זייער וויכטיג. Seriously

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 1:29 am
דורך מתושלח
טאמער איינער האט אן אייגענע חורבן הבית דארף ער פאסטן תשעה באב? ס'דאך א טלית שכולה תכלת?

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 4:48 am
דורך יין שרף
און וואס טאקע איז די דין פון א טלית שכולה תכלת??

יוצרות

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2018 12:28 am
דורך שמעון וואלף
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אזוי? קענסט נאך א פוסק וואס האט אזוי געהאלטען?

די חתם סופר האט אויך נישט געזאגט יוצרות וועגן הפסק

נשלח: דינסטאג יולי 17, 2018 12:43 am
דורך שמעון וואלף
שמעקעדיג האט געשריבן:ווי קען איך ליינען אביסל מער ווי אזוי עס ארבעט די ריכטער פאזיציעס/געריכטן אין אמעריקע? אדער אפשר קען איינער באשרייבן אויפן שפיץ גאפל?
ווערטער למשל ווי "צווייטע קרייז" קלינגט מיר זייער נישט היימיש, וועלכע קרייזן רעדט מען דא?
"אפעלאט געריכטן" זענען בלויז פאר קעיסעס וואס מען אפעלירט? פארוואס הערט מען אסאך מאל אז אפיעלס גייען צוריק צום זעלבן דזשאדזש?
און נאך אסאך פראגעס שאי אפשר לפורטם כי רבים הם און מיין טיטשער האט אונז עס נישט אויסגעלערנט...

עטליכע יאר צוריק נאך זייענדיג א כולל יונגערמאן, האב איך איין זומער מיך אריינגעזעצט אין די סופרים קארטהאוז אין מאנטיסעלא (אגב, אנדערש ווי די פעדעראלע קארט סיסטעם ווי סופרים קארט איז די העכסטע, איז ביי די סטעיט פארקערט, די נידריגסטע געריכט הייסט סופרים קארט און ס'איז דא אזא קארט אין יעדע קאנטי). עכ"פ, אין יעדע סופרים קארט הויז איז דא א law library, אין דארט האב איך געטראפן איינע פון די ביכער וואס באשרייבט די גאנצע סיסטעם, זייער אינטערעסאנט.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 1:12 am
דורך ונבנתה העיר
וועלכע ניגון שפילט פון אונטען?

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=5Rv0TB4CevM[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:17 pm
דורך [NAMELESS]
זענען דא חסידישע אינגעלייט מיט בארד און פיאות וואס זיצן אויף א וועדזש פון $150,000?

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:20 pm
דורך סקרן
בן אדם האט געשריבן:זענען דא חסידישע אינגעלייט מיט בארד און פיאות וואס זיצן אויף א וועדזש פון $150,000?

ריעלי רעדסט פון 3 טויזענט דאלער א וואך
ס'איז דא גענוג עקאונטענטס מיט בארד און פיאות וואס מאכן מער פון דעם

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:26 pm
דורך [NAMELESS]
וואס האבן נישט קיין אייגענע ביזנעס, נאר זענען איינגעשטעלטע ביי אנדערע קאמפעניס.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:29 pm
דורך סקרן
אהי סירטיפייד אין ספעשיל עד ס'איז נישט אזוי פיהל 3 טויזענט דאלאר א וואך איז 600 דאלאר א טאג

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 1:34 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אזוי? קענסט נאך א פוסק וואס האט אזוי געהאלטען?

די חתם סופר האט אויך נישט געזאגט יוצרות וועגן הפסק

שמעון וואלף: איך זאג אויכעט נישט די מערסטע יוצרות. וועגן 2 אנדערע טעמים...!

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 2:01 pm
דורך איסר האטלקי
בן אדם האט געשריבן:וואס האבן נישט קיין אייגענע ביזנעס, נאר זענען איינגעשטעלטע ביי אנדערע קאמפעניס.

זיכער איז דא.

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 2:07 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
סארא ליצנות?
דער מחבר אין שו"ע הייסט נישט זאגען יוצרות אלס הפסק! מ'ברענגט א מעשה מיט דער גר"א, א הנהגה פון דער חת"ס און א מנהג הספרדים! האלאו! מחבר אין שו"ע, מ'דארף נישט קריכען!

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 2:08 pm
דורך [NAMELESS]
איסר האטלקי האט געשריבן:
בן אדם האט געשריבן:וואס האבן נישט קיין אייגענע ביזנעס, נאר זענען איינגעשטעלטע ביי אנדערע קאמפעניס.

זיכער איז דא.

וואס פאר א סארט דזשאבס ?

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 3:00 pm
דורך [NAMELESS]
בקיצור ס'איז נישטא!

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2018 3:11 pm
דורך קורקלענד
איך האב דריי גוטע חברים וואס פארדינען מער פון הונדערט פופציג טויזנט דאלער א יאר, זיי זענען איינגעשטעלט אין יענעמ'ס ביזנעס, זיי זענען אלע אונטער דרייסיג. און זיי האבן נישט קיין דעגרי. איך קען אויך פילע וואס מאכן איבער הונדערט אבער נישט קיין הונדערט פופציג.

נשלח: פרייטאג יולי 20, 2018 10:39 am
דורך איש חזון
פארוואס ר' בערל האט געלייקט דעי תגובה
viewtopic.php?p=408069#p408069

נשלח: פרייטאג יולי 20, 2018 10:42 am
דורך רביה''ק זי''ע
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:סארא ליצנות? דער מחבר אין שו"ע הייסט נישט זאגען יוצרות אלס הפסק! מ׳ברענגט א מעשה מיט דער גר"א, א הנהגה פון דער חת"ס און א מנהג הספרדים! האלא! מחבר אין שו"ע, מ׳דארף נישט קריכען!

די מחבר איז געווען א ספרדי, אוודאי זאגט ער אז מ'זאל נישט זאגן קיין יוצרות. די חידוש פון די חת"ס און די גר"א איז אז זיי זענען געווען אשכנזים.

נשלח: פרייטאג יולי 20, 2018 12:03 pm
דורך נקודת-אמת
איש חזון האט געשריבן:פארוואס ר' בערל האט געלייקט דעי תגובה
viewtopic.php?p=408069#p408069

מסתם עפעס אן-ערב-שבת-קודש האבן די פערדן געמאכט א סטרייק און דער בעל-עגלה האט זיך פארהאקט אין מאנסי
און קיין צייטונג אחד ניט געפונען צו קענען זיך אונטער-האלטן אנשטאט'ס די מדי-שבת-בשבתו'דיגע באטע וואס ער איז זיך משתתף במעון קדשאו אין ברוקלין יצ"ו.
אשר על כן האט ער געוואלט ביי-יישר-כח'ן ר' [tag]יין שרף[/tag] פאר'ן מגלה זיין זאל ער וויסן פאר די נעקסטע סטרייק...

ואולי עוד טעמים כמוסים לידידינו ר' [tag]berlbalaguleh[/tag], ולו הפתרונים.

נשלח: פרייטאג יולי 20, 2018 12:49 pm
דורך דער דאס
איש חזון האט געשריבן:פארוואס ר' בערל האט געלייקט דעי תגובה
viewtopic.php?p=408069#p408069


שווער צו רעדן אין יענעמס נאמען.. אבער וואס קומט גלייך אין געדאנק איז פשוט ווייל ער האט א גוטע הארץ!! זעלטן צו טרעפן אזא לב טוב ווי אונזער אלעמען באליבטער @berlbalaguleh :like :like
:D :) :D :) :D :lol: :D :lol: :like :like