בלאט 20 פון 36

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2024 2:57 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
אדונינו האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 11:02 am The beginning of his end.
פ"וו מיינסטו אז די שוואנצאנים גייען זיך שרעקן?

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2024 3:33 pm
דורך [NAMELESS]
אדונינו האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 11:15 am
איך האב נאכנישט דורכגעליינט די בלעטער דא, מאד יתכן אז זיי האבן שטארקע טענות, יתכן מען האט זיי בא'גנב'עט לאור השמש, אבער אויב א איד האט א תביעה אויף א צווייטע איד, זאגט די תורה אז מען זאל גיין צו א בי"ד של שלשה, ממילא די גאנצע דין ודברים אויף ביידע זייטן איז נאר צו זאגן אז עס איז דא טענות, די מציאות אבער אז צד השוואנץ איז נישט נענה לדין, זענען זיי אטאמאטיש מופרך מיט די טענות.

יא יא, כאילו סאטמאר און אנדערע זענען מופרך פאר'ן זיך נישט שטעלן צום בית דין... רבי'ס מעגן אלעס טון אין די וועלט און נא וואן קעירס.

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2024 3:37 pm
דורך צפת
קלארצושטעלן פאקטן:

ווען דער ישועות משה איז נפטר געווארן, האבן די מענדעליסטן געהאט אין אנטווערפן בערך ניין משפחות, בשעת גאנץ ויז'ניץ אין אנטווערפן איז געווען אן ערך פון 150 משפחות (אריינגערעכנט אלע ויז'ניץ, וואס האבן געדאווענט אינאיינעם). עס איז נישט געווען קיין רעדע און קיין חלום איז עפעס פון די קהילה באלאנגט צו די מענדעליסטן. אויב עפעס וואלט מאנסי געקענט האבן גרעסערע תביעות, זיי האבן געהאט מער מענטשן און די געלט איז געלעגן ביי זיי. אפילו פון זיי האט מען נישט געקלערט, און כ"ש פון די מענדעליסטן וואס זענען געווען א שמעק טאביק בימים ההם. אלעס איז געבליבן על מכונו און עס איז אריבערגעגאנגען צו ויז'ניץ הגדול פון ר' ישראל מבני ברק.

די סכסוך אויפן ביהמ"ד אין יאקב יאקב, איז געווען מיט משפחת קאסירער, וואס האבן געוואלט דעם בנין אלס אייגענע רכוש, צו פארקויפן און קענען מאכן געלט דערפון. ויז'ניץ (וואס דאס האט דעמאלס געמיינט אלע צוזאמען), האבן זיך געשלאגן דערפאר און נישט געוואלט לאזן אז זייער ביהמ"ד זאל אריבערגיין צו א רכוש פרטי.

הערשט מיט לאנגע יארן שפעטער, ווען עס איז געלונגען פאר משפחת קאסירער צו לייגן טיילווייז א האנט אויף דעם ארט, אבער מאידך זאגט דער געריכט אז דאס דארף בלייבן א ביהמ"ד, האט ער זיך אן עצה געגעבן דערמיט וואס ער גיבט דאס אוועק פאר די מענדעליסטן, נאכדעם וואס זיי זענען שוין געוואקסן אין צאל (נאכדעם וואס זיי האבן אריבערגעשיקט א באדייטנדע צאל יונגעלייט פון ברכפלד, מחזק צו זיין דער מנין אין אנטווערפן), און היינט צו טאגס ווען זיי פארמאגן קרוב צו צוואנציג משפחות, האבן די קאסירער משפחה מחליט געווען דאס זיי איבערצוגעבן, וויינענדיג מיט קאקאדיל טרערן, אז עפעס קומט זיך פאר זיי, זייענדיג א חלק פון ויז'ניץ.

...
אין קורצן:
אויב קומט זיך עפעס פאר זיי, זייענדיג א חלק פון די קהילה, קומט זיך פאר ויז'ניץ מאנסי פי כמה וכמה, זייענדיג מער אין צאל (זיי עפענען בקרוב אויך אן אייגענעם ביהמ"ד, דער עולם אין אנטווערפן איז אונטער די נשיאות פון האדמו"ר מוויזשניץ לאנדאן שליט"א), א זאך וואס קיינער טראכט נישט אזוי און קיינער מאנט דאס ניטאמאל. אבער פאר די מענדעליסטן וואס זענען פיל ווייניגער, איז פארשטענדליך אז זיי קומט זיך דעם גאנצן ביהמ"ד אין יאקאב יאקאב.

משוגעים!

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2024 3:55 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
צפת האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 26, 2024 3:37 pm אויב קומט זיך עפעס פאר זיי, זייענדיג א חלק פון די קהילה, קומט זיך פאר ויז'ניץ מאנסי פי כמה וכמה, זייענדיג מער אין צאל (זיי עפענען בקרוב אויך אן אייגענעם ביהמ"ד, דער עולם אין אנטווערפן איז אונטער די נשיאות פון האדמו"ר מוויזשניץ לאנדאן שליט"א), א זאך וואס קיינער טראכט נישט אזוי און קיינער מאנט דאס ניטאמאל. אבער פאר די מענדעליסטן וואס זענען פיל ווייניגער, איז פארשטענדליך אז זיי קומט זיך דעם גאנצן ביהמ"ד אין יאקאב יאקאב.

משוגעים!

איז דאך גוט
דער רבי פון לאנדאן שליט"א שרייבט און קאכט זיך אין אהבת שלום, וועט ער אוודאי וויייזן אז ער איז עס מוותר למען השלום.

ימים יגידו.

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: פרייטאג יאנואר 26, 2024 4:18 pm
דורך צפת
ער איז טאקע מוותר אלעס למען השלום, ער פארלאנגט נישט גארנישט און ס'איז נישטא קיין איין טענה פון קיין איינע פון די וויזשניצע הויפן קעגן אים.

(איך פארשטיי נישט וואס דו האסט געוואלט ארויסברענגען מיט דיין תגובה דא.)

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: מוצ"ש יאנואר 27, 2024 6:10 pm
דורך אדונינו
די באקאנטע אויסגערופענע הייליגע בית דין מומחה דקהל ישועות משה בני ברק קריגט מיט רב וואזנער, רב קרליץ, און מחזיקי הדת בית דין!

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: מוצ"ש יאנואר 27, 2024 7:06 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
גראדע זייער א נארמאלע און באלאנסירטע צעטל.
מיין געסס איז אז אין דער נושא זענען זיי מער גערעכט ווי די אנדערע בית דין'ס.

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: מוצ"ש יאנואר 27, 2024 7:24 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין נישט דא דן צו זיין אין די עצם נושא אדער אויסשמועסן דער ענין.

איך האב נאר נאכגעקוקט אפאר מראי מקומות פון דער בי"ד צעטל פון קהל ישועות משה, און די ערשטע צוויי מראי מקומות זענן טעיות גמורות.

דער מהרשד"ם פסקנ'ט אז א מאן און ווייב וואס האבן חתונה על דעת מנהג המקום, איז דאס חל אויף זיי נגד דין התורה. ער רעדט בכלל נישט פון א מענטש וואס איז מוציא בערכאות נגד דין התורה, עיי"ש.

און סי' רל"ו ס"ח און סעי' ט' רעדן וועגן גאר אן אנדערן ענין. דא, לויט די מעשה וואס מ'לייגט פאר, האט דער רוזנברג געמוזט איבער געבן די ביהמ"ד פאר א שול. ווען נישט אז קהל רונדיגע חלות נעמן עס פון זיי, וואלט עס צוריק געגאנגן כהלכה צו די אריגינעלע בעלים, און אזוי זענן זיי מסייע לידי עוברי עבירה. דאס האט גארנישט מיט א גוי אן אנס וואס איז מפקיע א נכס פון א איד ואין ברירה בערכאות. ובפרט אז רז"ב איז א איד, און ער קען נאך תשובה טון און גייען אין בי"ד.

ווייטער האב איך נישט געגקוקט, אבער די חזקה איז שוין אויף די וועג אז מ'ברעגנט מראי מקומות שאין להם שום קשר ושייכות לנידון דידן.

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: מוצ"ש יאנואר 27, 2024 7:43 pm
דורך שעפטאל
אשרינו אז ליטוואק טשעקט אריין לעצטענס אמאל, לאזט הערן קלארע דיבורים כשמלה, און זעצט זיך צוריק שווייגן כאילו לא היה
נישט נאר יעצט, נאר אויך איבער פאנאוויטש, (און בעיקר אלס ענגלישער צו מסביר'ן דעם געשמאק פון עסיג אין פאטעטא טשיפ'ס :P פאר ווער ס'געדענקט דעם OU אשכול)

איי מיס'ד יא!! אונזער דור זיכט בהירות, בעבורו אל תמנע מים!!!

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: מוצ"ש יאנואר 27, 2024 8:16 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 27, 2024 7:24 pm איך בין נישט דא דן צו זיין אין די עצם נושא אדער אויסשמועסן דער ענין.

איך האב נאר נאכגעקוקט אפאר מראי מקומות פון דער בי"ד צעטל פון קהל ישועות משה, און די ערשטע צוויי מראי מקומות זענן טעיות גמורות.

דער מהרשד"ם פסקנ'ט אז א מאן און ווייב וואס האבן חתונה על דעת מנהג המקום, איז דאס חל אויף זיי נגד דין התורה. ער רעדט בכלל נישט פון א מענטש וואס איז מוציא בערכאות נגד דין התורה, עיי"ש.

און סי' רל"ו ס"ח און סעי' ט' רעדן וועגן גאר אן אנדערן ענין. דא, לויט די מעשה וואס מ'לייגט פאר, האט דער רוזנברג געמוזט איבער געבן די ביהמ"ד פאר א שול. ווען נישט אז קהל רונדיגע חלות נעמן עס פון זיי, וואלט עס צוריק געגאנגן כהלכה צו די אריגינעלע בעלים, און אזוי זענן זיי מסייע לידי עוברי עבירה. דאס האט גארנישט מיט א גוי אן אנס וואס איז מפקיע א נכס פון א איד ואין ברירה בערכאות. ובפרט אז רז"ב איז א איד, און ער קען נאך תשובה טון און גייען אין בי"ד.

ווייטער האב איך נישט געגקוקט, אבער די חזקה איז שוין אויף די וועג אז מ'ברעגנט מראי מקומות שאין להם שום קשר ושייכות לנידון דידן.
דער מהרשד"ם איז ווי עס שיינט א טעות אין דעם מראה מקום (כאניש געוואלט שרייבן "א טעות אין דעם מ"מ" מפני הרואים); ס'רעדט דאך סתם נישט פון דעם נושא. עמער ווארטן ביז איינער פון "קהל רונדיגע חלות" (קרעדיט: ל. פון ב"פ) וועט אריינקומען מיט א הבהרה.

דיין טאנע פון מסייע לידי עוברי עבירה קען איך הערן, אבער איז נישט קיין מוכרח'דיגע.

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: מוצ"ש יאנואר 27, 2024 11:17 pm
דורך נישנאש
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 27, 2024 7:24 pm דא, לויט די מעשה וואס מ'לייגט פאר, האט דער רוזנברג געמוזט איבער געבן די ביהמ"ד פאר א שול. ווען נישט אז קהל רונדיגע חלות נעמן עס פון זיי, וואלט עס צוריק געגאנגן כהלכה צו די אריגינעלע בעלים, און אזוי זענן זיי מסייע לידי עוברי עבירה. דאס האט גארנישט מיט א גוי אן אנס וואס איז מפקיע א נכס פון א איד ואין ברירה בערכאות. ובפרט אז רז"ב איז א איד, און ער קען נאך תשובה טון און גייען אין בי"ד.

ווייטער האב איך נישט געגקוקט, אבער די חזקה איז שוין אויף די וועג אז מ'ברעגנט מראי מקומות שאין להם שום קשר ושייכות לנידון דידן.
ער וואלט עס געקענט געבן פאר קאפיטשניץ אויך, די אורטייל איז געווען ס'זאל דוקא זיין א 'וויזניצע' שול?

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 12:03 am
דורך Nanach
איה"נ ווען ער וואלט געעגעבן פאר קאפיטשניץ און זיי וואלטן עס גענומען וואלטן זיי געווען די מסייע.
אין אנדערע ווערטער, ווען קיין שום קהילה וואלט עס נישט גענומען וואלט עס צוריק.

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 8:05 am
דורך הגאון הצדיק
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 27, 2024 8:16 pm דער מהרשד"ם איז ווי עס שיינט א טעות אין דעם מראה מקום (כאניש געוואלט שרייבן "א טעות אין דעם מ"מ" מפני הרואים); ס'רעדט דאך סתם נישט פון דעם נושא. עמער ווארטן ביז איינער פון "קהל רונדיגע חלות" (קרעדיט: ל. פון ב"פ) - @שטריימל וועט אריינקומען מיט א הבהרה.

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 1:36 pm
דורך קלוגע יודל
אדונינו האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 27, 2024 6:10 pm די באקאנטע אויסגערופענע הייליגע בית דין מומחה דקהל ישועות משה בני ברק קריגט מיט רב וואזנער, רב קרליץ, און מחזיקי הדת בית דין!
אויך מיר א בית דין, נעבעך האט נישט קיין נארמאלע דיינים, האט מען געמוזט צוזאם שלעפן איינער פון פתח תקוה, איינער פון לאנדאן און איינער פון ?

אגב ווען איך זעה ווי א דיין וואס געהערט צו א פארטיי שריבט א פסק לויט ווי זיין פארטיי, ווער איך נישט נתפעל און I TAKE WITH A GRAIN OF SALT. קיין איין דיין פון קהילת מהרז"ל סאטמאר האט נישט בטעות געזאגט אז מען מעג טראגן מיט די עירוב? אתמהה??? ווי קען זיין א פון צענדליגע דיינים זאל קיינער נישט טראכטן אנדערש ווי די פארטיי וויל? נאר מוז זיין אז די גאנצע פסק איז POLITICAL BAISED...

ווי האט די קלויזעבורגער רב זצוק"ל געזאגט, אז ער האט אויפגענומען א דיין צו פסקנ'ן שאלות, נישט אויף צו זאגן יא. ודפח"ח.

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 1:37 pm
דורך קלוגע יודל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 27, 2024 7:24 pm קהל רונדיגע חלות
אפגעקויפט!!! :lol: :lol: :lol:

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 2:18 pm
דורך קלוגע יודל
Psychological Evaluation and Diagnosis on Mendele Hager
הערכה רפואי על ראש המשוגעים בבני ברק
Psychological Evaluation and Diagnosis on Mendele Hager-הערכה רפואי על ראש המשוגעים בבני ברק.pdf

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 2:49 pm
דורך קלוגע יודל
"פצצה!!! מה באמת חשב הנדיב ר' יצחק קאסירר על הגניבה של חתנו רוזנברג שהעביר את העמותה על שמו ושם משפחתו??? ירא הציבור וישפוט!!! (חלק א')"

בין הדברים מתבטא על חתנו חיים רוזנברג "ימח שמו"...

הדברים סותרים את דברי ההבל שנשמעו מפי האדמו"ר מויזניץ מרכז מקהל רונדיכיגע חלות ביום אידם י"ב שבט השנה, שהנדיב שש ושמח בעליונים על מתן חלקו!


Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 9:13 pm
דורך קליינע צדיק
למעשה
וואס טוען די אנדערע וויזניץ'ער קהילות וואס האבן דארט געדאווענט?
מפראבירט עס צו פייטן אין קאורט?

די מצב אין שטאט האט זיך בארוהיגט?
אויב יא איז עס ווי יעדער צווייטע מעשה עוולה וואס קודם קאכט יעדער און ווען די היץ גייט פארביי בלייבן די אנשי רשע מיט דעם און די אנדערע בלייבן הענגן

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 9:32 pm
דורך מן הסתם
קלוגע יודל האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 1:37 pm
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 27, 2024 7:24 pm קהל רונדיגע חלות
אפגעקויפט!!! :lol: :lol: :lol:
צ"ל קהל רונדיגע "זיסע" חלות

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:13 am
דורך הגאון הצדיק
מן הסתם האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 9:32 pm
קלוגע יודל האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 1:37 pm
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: מוצ"ש יאנואר 27, 2024 7:24 pm קהל רונדיגע חלות
אפגעקויפט!!! :lol: :lol: :lol:
צ"ל קהל רונדיגע "זיסע" חלות
פרוואס נישט קהל ויזניץ - מצרים און זייער פויפסט זאל מען רופן פרעה האגער פרעה האט דאך אויך געליטן אויף לי יאורי ואני עשיתיו

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 9:47 am
דורך בא גד
הגאון הצדיק האט געשריבן: פרוואס נישט קהל ויזניץ - מצרים און זייער פויפסט זאל מען רופן פרעה האגער פרעה האט דאך אויך געליטן אויף לי יאורי ואני עשיתיו

לאך נישט
מעגליך דיינע אויערן וועלן הערן ווי דיין אייניקל זינגט ממש די ווערטער ווען שווייס רינט פון זיין נאז לכבודו פון זיין רבי
ווער האט געגלייבט מיט 20 יאר צוריק אז שוואנצונעס וועט אזוי אויסזען אין 2024?
ווילאנג מיר שעפסן וועלן זיך לאזן וועט אלע צודרייטע אפנארמאלע שיגאנען ווערן העכסט נארמאל
און די היימישע פסיכאלאגן וועלן טיילן פילן פאר די וואס פארשטייען נישט די נארמאלקייט שבו

אנשטאט לאכן
אנשטאט שפעטן
גייט אהיים מאכן א פסחדיג
ווייל די זעלבע שוואנצונעס קאכט זיך ביי דיר אין שטוב פונקט אזוי

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 10:33 am
דורך היימלינד
קלוגע יודל האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 2:49 pm "פצצה!!! מה באמת חשב הנדיב ר' יצחק קאסירר על הגניבה של חתנו רוזנברג שהעביר את העמותה על שמו ושם משפחתו??? ירא הציבור וישפוט!!! (חלק א')"

בין הדברים מתבטא על חתנו חיים רוזנברג "ימח שמו"...

הדברים סותרים את דברי ההבל שנשמעו מפי האדמו"ר מויזניץ מרכז מקהל רונדיכיגע חלות ביום אידם י"ב שבט השנה, שהנדיב שש ושמח בעליונים על מתן חלקו!

און וואס זאגט די קאורט צו דעם ?

Re: האדמו"ר ר' מענדל מוויזניץ טוישט נאמען פון חסידות צו "אחים"

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 2:54 pm
דורך קליינע צדיק
איך פארשטיי פון דעם אז למעשה האט ער געגעבן א חתימה פאר די אייניקעל
ממילא איז עס נישט פשוט