בלאט 20 פון 27

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 10:32 am
דורך שאולדיספריםפאקער
פליקער האט געשריבן:ניץ מיוזיק.גוגל.קאם, איך האדעווע דארט אלע מיינע סידי'ס, און עס האט א פיינעם wידזשעט פארן דרויד, און איך האב די אפציע צו קנעפן אז עס זאל זיך האלטן אויפן פאהן, מיט איין קליק איז עס ציריק אויפן וואלקען

איך האב געפרעגט פאר אייפאון ענטפערסטו פאר דרויד

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 3:59 pm
דורך קליגער אינגערמאן
שאולדיספריםפאקער האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:געווענליך איז דא צוויי אויסוואלן, save to my Dropbox אדער download וועל די צווייטע וועט זיך עס סעיוון דירעקט צום פוין,

סאיז טאקע דא דער אפציע דאונלאוד אבער דאס איז נאר עס צו הערן אופן מינוט אביר עס ווערט נישט דאונלאדעד צום פאון
איך וויל נאכאמאל מדגיש זיין אז איך רעד פון א עפל אייפאון

נאר אז מ'זשעיל-ברעיקד עם

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 4:05 pm
דורך ישראל קאפקע
לעצטנס קען מען נישט לייגן קיין לינקס צו יוטוב, געוויסע יא, אבער רוב לינקס ווייזן אן 'ערראר' מעסידזש ביים קליקן.
ווייסט איינער פון וואו דער פראבלעם שטאמט, פון יוטוב אדער פון קאווע שטיבל'ס זייט? וועלכע ארבעטן יא און וועלכע נישט, וואס איז די גדר?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 6:29 pm
דורך איך אויך
בכלל דאס אימבעדן א יו-טוב קליפ איז געווארן א סיוט בהתגלמותה און 'סרוב שטעלן טאקע דערפאר נאר לינקס. קען איינער ביטע שרייבן אינסטראקשנס וואס ארבייטן ווי אזו צו אימבעדן יו טוב קליפס?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 6:31 pm
דורך ונבנתה העיר
ע"פ רוב דארף מען פשוט ארויסנעמען די 's' פון https.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 24, 2014 6:40 pm
דורך איך אויך
טענקס יאפ דאס מאכט די טריק.

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 11:56 am
דורך שמעקעדיג
כ'האב שוין אמאל געשריבן גערגעץ וועגן דעם משוגעת אז אסאך וועבסייטס האבן א ווידיאו אדער מוזיק, און ווען מען קליקט צו עפענען יענע סייט, הייבט עס גלייך אן צו רעדן און שפילן אנע פרעגן קשיות, נישט קיין נפק"מ צי ס'איז אינמיטן טאג צווישן מענטשן אדער 2:00 ביינאכט און יעדער שלאפט... כמעט יעדער איז שוין געטראפן געווארן דערפון.

דא האט איר די עצה ווי אזוי עס צו פארמיידן, אויף אלע 3 בראוזער'ס, אינטערנעט עקספלאורער, קראום, און פייערפאקס.

How to stop autoplay videos

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 8:18 pm
דורך געפילטע פיש
ישראל קאפקע האט געשריבן:איך האב 9.19 מעגאבייט בילדער אויף מיין פאון, אבער וואונדער איבער וואונדער די טאמבנעילס נעמען אויף 563 מעגאבייטס!!! איך מעק אויס, און א טאג שפעטער אודך די טאמבנעילס האבן זיך ווידער געסעיווט און זיי נעמען ווידער אויף 550+ מ.ב. ווהאט גיווס???

androidforums.com/threads/guide-stop-giant-thumbnail-files-being-saved-on-your-sdcard-by-the-gallery.693521/
[tag]ישראל קאפקע[/tag]

נשלח: זונטאג יאנואר 04, 2015 8:22 pm
דורך געפילטע פיש
געהאט די זעלבע פראבלעם, סטעפ נומער דריי אליינס האט ער פארראכטן.

נשלח: פרייטאג יאנואר 09, 2015 3:00 pm
דורך ישראל קאפקע
איז דא א וועג וויאזוי צו מאכן א גוגל נייעס סירטש פאר א ספעציפישע צייט, לאמיר זאגן 'גאלדענע בעבאלאך' פון יאנואר 2006 צו יאנואר 2007?
(אדער סתם א גוגל סירטש אויף א ספעציפישע צייט).

נשלח: מוצ"ש יאנואר 10, 2015 6:30 pm
דורך שמעקעדיג
זיכער.
מאך דעם סירטש.
נאך וואס די רעזולטאטן ערשיינען, גיי ארויף אויבן און דרוק
More
Search tools
Any time
Custom range

דארטן קענסטו קאסטומייזן אלע דיינע פרטים.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 2:06 am
דורך קאצקע ציקער
ווייסט איינער פשט פון דעם?
viewtopic.php?p=248085&thanks=248085&to_id=1838&from_id=240

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 4:26 pm
דורך קאצקע ציקער
קאצקע ציקער האט געשריבן:ווייסט איינער פשט פון דעם?
viewtopic.php?p=248085&thanks=248085&to_id=1838&from_id=240

נשלח: מוצ"ש יאנואר 17, 2015 8:04 pm
דורך ונבנתה העיר
דו האסט פראבירט צו לייקען א צווייטע מאהל פאר די פעידזש האט זיך איבער-געלאדענט.

נשלח: פרייטאג יאנואר 30, 2015 1:59 am
דורך ישראל קאפקע
איז דא א וועג צו בלאקן א געוויסע טוויטער באנוצער ווען איך מאך א סירטש אויף די טוויטער עפפ, אז עס זאל נישט ווייזן יענעמס טוויטס?

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 6:24 pm
דורך מאטל שניידער
מאטל שניידער האט געשריבן:
רויטע וואנצעס האט געשריבן:Google apps
בחינם.
http://www.google.com/intx/en/enterprise/apps/business/
איך האב עס שוין אפאר יאר ארבייט פיין, די אינערפעיס איז פונקט ווי gmail.

עס איז שוין לאנג נישט בחנם, איך האב געפענט א אקאונט אפאר יאר צוריק האבן זיי געגעבן פופציג יוזערס בחנם שפעטער איז עס אראפ צו צען נאכדעם האבן זיי אינגאנצן אראפגענומען די פרייע ווערסיעת אבער עס איז נאך געווען א מהלך ווי אזוי צו האבן איין יוזער בחנם איך האב עס לעצטענס פרובירא אבער עס האט נישט געארבעט

גראדע אוטלאק די נייע נאמען פון האטמעיל (מייקראסאפטס אנליין אימעיל פלאטפארמע אין ענטפער צו דשימעיל) שטעלט נאך יא צו די סערוויס בחנם מדארף אבער קודם קויפן א דאמעין סיי ווי

אוטלוק האט שוין אויף דיסקאנטיניוד דעם אפשען יעצט בלייבט דערווייל
mail.zoho.com

טעכנאלאגישע פראגעס און הילף

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2015 12:20 pm
דורך חאצקעל שניידער
האט דא איינער עקספיריענס מיט דזשעיל ברעיקינג אויף IOS כוויל זייער שטארק האבן די אלע פיטשערס , אבער זיבן הונדערט דאלער איז געלט קודם כל וויל איך וויסען צו סווערט געדעמעדזשט צו אפעקטירט באיזה שהוא אופן ,און נאכדעם וויל איך וויסען היות עפל געט נישט קיין סעפארט פאר תפיסה געבראכענע כלים איז צו ווערן זיי דאס געוואר דורך א דייעגנאסעס וואס זיי מאכן דורך אימעיל , אדערווייל איז עס נישט נוגע ווייל לויט וואס כהאב געסוירטשט איז נאך נישטא קיין תפיסה ברעכן פארios8.2 אבער וואו כפארשטיי גייט בקרוב ארויסקומען.
נ.ב. כהאב נישט געוויסט אז סאיז שוין דא א שניידער אין ק"ש אמסארי מאטל , נישקשה סקען זיין צוויי שניידערס אין איין שטאט , אפשר קען מען עפענען א שניידערישע שול :)

Re: טעכנאלאגישע פראגעס און הילף

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:32 am
דורך אפטעמיסט
ראטעוועט! עפעס א דיבוק איז אריין אין מיין פאון וואס שיקט מיר טעקסט מעסעדזשעס יעדע פאר מינוט פון א מיסטעריעזע נומער. איך קען עס נישט בלאקן און ס'קריכט מיר אויף די נערווען אזש זעלבסט-מארד מחשבות זענען מיר דורכגעלאפן אין קאפ. ווער ס'קען העלפן זאל זיך אנרופן זאפארט!

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:35 am
דורך שמעקעדיג
אפשר אסף? טויש דיין חתימה און קוק אויב ס'העלפט.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:36 am
דורך שמעקעדיג
האסט פרובירט ריסטארטן דעם פאון?

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:38 am
דורך אפטעמיסט
אסף קומט נישט נאנט צו מיין פאון.

כ'האב עס ריסטארטעט און די מעסעדזשעס האבן זיך געדאפעלט ל"ע.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:39 am
דורך געפילטע פיש
bit.ly/1F14TtZ

איך זע דארט עיצות אויך, אבער עכ"פ איז צרת רבים חצי נקמה.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2015 12:41 am
דורך יין שרף
ביזט אויף AT&T?