נשלח: מאנטאג מאי 07, 2012 5:11 pm
משכיל האט געשריבן:די וואס דאווענען ענדערש ביחידות ווי אין א חב"ד בית המדרש האבען געהיידשעקט דעם בוני עולם דינער נעכטן נאכט.
? מאי האי?
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=162
משכיל האט געשריבן:די וואס דאווענען ענדערש ביחידות ווי אין א חב"ד בית המדרש האבען געהיידשעקט דעם בוני עולם דינער נעכטן נאכט.
דולה ומשקה האט געשריבן:היות די עסקנים האבען איינגעזעהן אז דער עולם, הגם זיי זענען שטארק צו לעזען דעם פראבלעם וואס דער אינטערנעט האט פארשאפט, מיט דעם אלעם טיף און הארץ לאכען זיי אויס די גאנצע אהין גיין צו א סטעדיום הערען דרשות מיט א כאר.
וואס טוט מען אז זיי האלטן נישט ביים גיין, איז דא מיטל וואס הייסט 'טעראר'. מען שפאנט אן די ישיבות אהיים צו שיקען צעטלעך מיט די קליינע קינדער, מען גייט פשוט צווינגען דער עולם צו קויפען טיקעטס, אין א טאטע וואס קויפט נישט א טיקעט איז אחת דתו... מ'גייט ארויס ווארפען דיין קינד פון דער מוסד... איי אינדערהיים האט ער נישט אינטערנעט, איי ער האט ניטאמאהל א קאמפיוטער, ...עס אינטרעסירט מיר נישט, האסט נישט געקויפט א טיקעט ...ארויס.
צענדליגע יונגעלייט אפשר מאות ואולי אלפים קויפען א טיקעט בעל כרחם, זייער מוסדות, זייער קהילות, צווינגט די מענטשן, מ'מאכט זיי ווי נערנים, בהמות וואס אנדערע טראכטען אנשטאט זיי. יעק'ל איז מסביר יא כ'גיי מיך גיין קריגען כ'האב אריין געשיקט דעם צען דוללער... די מיינסט יעק'ל איז עפעס פרא-אינטערנעט? די מיינסט אז ער האט בכלל נישט התנגדות צום פראבלעם פון דער אינטערנעט? א נעכטיגען טאג, ער אזוי ווי טויזענטער אנדערע האלטן אין טיפענישט פון זייער הארץ אז דער אזוי גערופענע 'כינוס' איז דא הצלה, און ממילא דארף איך נישט קויפען א טיקעט, און עס פעלט מיר נישט אויס זיך ארויס צו שלעפען דארט אהין קיין קווינס.
שוין, די עסקנים (די סאמע גרעסטע מוחות וואס מ'האט צו אונז געשאנקען (אזוי רופט זיי מענדל רייכבערג אליינס פון די עסקנים) זעהן אן אז עס געלינגט באופן פחד אז עולם גולם זאל קויפען טיקעטס, אבער יעצט שאפט זיך א אנדערע פראבלעם, זיי קויפען טיקעטס ווי מושגעים, אבער יעצט דארף מען זיי מאכען גיין.
מ'הייבט די הרגשים שרייענדיגע ווערטער ווי 'סקולען רבי מיט מסירת נפש...' סקולענער רבי עסט נישט און שלאפט נישט... סקולען רבי משיירי כנסת הגדולה...
איין מינוט ווען איז געוועהן די לעצטע מאל ביי א טיש פון סקולען רבי? ווען איז געוועהן דיי לעצטע מאל האסט צוגעקוקט צו זיין עבודת התפלה? ווען איז בכלל געוועהן דיין לעצטע מאל האסט אריין געטרויטען אין סקולענע בית המדרש?
פארוואס האבען די עסקנים נישט געקענט אריין שלעפען אלס ראש העסקן דעם בורשטינער רבי? האט ער עפעס ווייניגער התנגדות צו דעם ווי דער סקולענער רבי? לאמיר נישט דא פארקריכען, לאמיר זיך האלטען אביסעל אין די ראמען. מען נעמט אפיר דעם סקולענער רבי, אין מיט דעם גייט מען יעצט צווינגען דער עולם קיין סיטי פילד.
מ'וויל מיר אהער שטעלן ווי א פושעי ישראל, ווי עפעס א חוטא ומחטיא, אז אויב גיי איך נישט זעצן אינטערן פרייע הימעל, פאל איך אונטערן ראם פון "כיון שהוציא את עצמו מן הכלל כפר בעיקר", איך האף די מיינסט עס נישט ערענסט, טאקע אזוי? בין איך א כופר בעיקר? פארוואס, ווייל עפעס א שרייבער האט אזוי מחליט געוועהן צו שרייבען?
טראכט אריין אביסעל, די בחורים וואס זענען היינט פופצען יאר, אין פינעף יאר זענען זיי צוואנציג, זיי האבען גארנישט מיט די איצטיגע 'כינוס', פארקערט ביז דעמאלס גייט עס ווערען פיל פאכיג ערגער.
איהר ווייסט וויפיל בחורים זענען אראפ פון וועג א דאנק מ'האט זיי ארויס געווארפען פון די ישיבה, דער מספר איז אסאך העכער ווי די וואס האבען געגליטשטש א דאנק דעם אינטערנעט!
ווייסטו דער מספר פון בחורי וואס מ'האט נישט אריין געלאזט אין קיין ישיבה אדער ארויס געווארפען אדער גע'רודף'ט אין די ישיבה דער לעצטע פופציג יאר? אין פראצענט איז דער מספר פי כמה פון וויפיל בחורים אין יונגעלייט זענען פארקראכען א דאנק דעם אינטערנעט. אדרבה א דאנק דער הלך ילך פון ראשי ישיבות אין אזוי גערופענע מרביצי תורה ומגידי שיעור זענען עטליכע טויזענט אנקומען צו פארברענגען שעות אויפן אינטערנעט אנשטאט אין ישיבות און בתי מדרשים!!!
ס'איז תסמר שערות אנוש, די בלאף אין שקר, ווען איך קוק אן עטליכע פון די פרצופים וואס זענען געזעצן יענע נאכט אין ראחמיסטריווקא בית במדרש, וויפיל פון די האט מען זיך געבעטן ביי זיי אריין צו נעמען א בחור, אין אפילו ווען זיי האבען יא אריין גענומען א בחור ווי אזוי דער צוגאנג דערצו איז געוועהן דער פארהער, אויס געפרעגט, מורא געהאט אפ צו געבען א נארמאלע צייטליכע ענפער צום טאטען, עס דארף אדורך גיין א וועד... מיט נאך רשעות נישט געטראכטערהייט. א בחור ציטערט ווי א פיש, אין און עס פלאצט אויס, ער קען נישט לעבען מיט נערוועזקייט.
זארגען זיך טאקע יענע פרצופים וואס האבען זיך באטייליגט (אסאך האבען זיך נישט) פאר די דורות העתודים, גיבען זיי זיך אפ מיט סבלנות צו די בחורים וואס געפונען זיך אין זייער ישיבות? נאר דער אינטערנעט איז דער פראבלעם, וועמען ווילסטו איין רעדען אז ביז דער אינטערנעט איז אלס געוועהן כשר וישר? דער אינטערנעט האט נאר ארויס געברענגט א פאקט, אז דער ישיבה סיסטעם בראשם יעדע וואס פארמאגט דער טיטול 'ראש ישיבה' איז עתיד ליתן את הדין וואס ער האט גורם געוועהן בידיעתו ובלי ידיעתו.
שמואל שלום שלמה האט געשריבן:די איינציגסטע ראדיקאלע געדאנק וואס איך קען טראכטן פון איז א אייגענע פראוויידער וואס יעדער וועט מוזן האבן. נאך א אויסוועג זע איך פשוט נישט.
דולה ומשקה האט געשריבן:פאפא האט נעכטן נאכט געמאכט א אייגענע כינוס בשם 'מגן ומושיע'. ווי עס האט אויפגעטרויטן הרב בוים פון גור, אין דער פאפא רב.
ביידע האבען גערעט שארף אנטקעגען 'טעקסט מעסעדזש'.
אין אז ממוז זיך באטייליגען צום גרויסע כינוס אין צוויי וואכען ארום.
זר זהב האט געשריבן:און ? האסט געבראכן די תאווה אדער ח"ו... ?
דולה ומשקה האט געשריבן:פאפא האט נעכטן נאכט געמאכט א אייגענע כינוס בשם 'מגן ומושיע'. ווי עס האט אויפגעטרויטן הרב בוים פון גור, אין דער פאפא רב.
ביידע האבען גערעט שארף אנטקעגען 'טעקסט מעסעדזש'.
אין אז ממוז זיך באטייליגען צום גרויסע כינוס אין צוויי וואכען ארום.
זר זהב האט געשריבן:פאר 40 יאר צוריק האט מען שוין אויך געהאט פייגעלעך אין קאפ און ס'געבליבן ביי דעם מער ווייניגער. 40 יאר שפעטער קען מען טון תכלית מיט די פייגעלעך.
זר זהב האט געשריבן:פאר 40 יאר צוריק האט מען שוין אויך געהאט פייגעלעך אין קאפ און ס'געבליבן ביי דעם מער ווייניגער. 40 יאר שפעטער קען מען טון תכלית מיט די פייגעלעך.