בלאט 1 פון 1

לב טהור טרייעל - אפדעיטס און נייעס!

נשלח: מאנטאג פעברואר 26, 2024 6:11 pm
דורך חכמת שלמה
שלום עליכם און ברוכים הבאים - שוין לאנג נישט געשמועסט.

אזוי ווי מארגן אי"ה הויבט זיך אן דער טרייעל אויף משפחת וויינגארטן, וואו דער געריכט גייט דן זיין איבער זייער ראלע אין די פרשה הידועה פון יענע שבת חנוכה, בשעת די הצלה פון משפחת טעללער, הנקרא בפי הגאווערמענט "קידנעפינג". משפחת וויינגארטן איז באקאנט אלס וויכטיגע מיטגלידער אין די הנהלת קהל חשק שלמה לב טהור, הוצל דבנימין בעיר בבל. דעריבער איז דער קעיס ערווארטעט צו זיין העכסט אויפמערקזאם און אינטערעסאנט. דער שופט זעלבסט האט געזאגט פאריגע וואך, אז דאס וועט זיין א ל-א-נ-ג-ע קעיס, ובלשונו, "דיס וויל בי עי על-על-על, או-או-או, ען-ען-ען, דזשי-דזשי-דזשי-דזשי-דזשי-דזשי קעיס". עס איז דעריבער ערווארטעט צו זיין אסאך נייעס דערין.

איך עפן אצינד אן אשכול, וואו איך וועל פראבירן טעגליך מיטצוטיילן נייעס און באריכטן וואס עס טוט זיך אפ אין קארט און וואו דער קעיס האלט.

איין טובה וויל איך בעטן. איך טוה דא א סערוויס פארן ציבור און איך בין א מענטש מיט געפילן. אויב ווילט איר אז איך זאל כסדר באריכטן, ביטע נישט אטאקירן די קהילה און מיר נישט אראפרייסן. איך טוה בסך-הכל א טובה, קיינער באצאלט מיר נישט דערפאר. אויב וועל איך זיך נישט שפירן באקוועם מיט די תגובות ארום, וועל איך געצווינגען זיין אויפצוהערן באריכטן און מער נישט רעאגירן דא.

נאך איין טובה וויל איך בעטן. ביטע לאזט אייך הערן מיט מיינונגען, קאמענטארן, געדאנקען וכו', אזוי אז איך זאל נישט שפירן ווי איך רעד צו דער וואנט.

ברכה והצלחה בכל מעשי ידיכם.
אייער פריינט
חכמת שלמה
הוצל דבנימין עיר בבל