בלאט 20 פון 46

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 11:50 am
דורך בשבילי!
אלע שפראכ איז עס באמבע אדער ענליך. ארגינעל גריכיש

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 11:52 am
דורך ישראל קאפקע
קינד_אן_קייט האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:
קינד_אן_קייט האט געשריבן:אז ״באמבע״ איז רוסיש.

ס'איז נישט,

סתם געשאסן.

ניין,

אמת אז אין רוסיש איז באמבע Бомба (באמבא) אבער בפשטות האסטו געמיינט צו זאגן אז דאס אידישע ווארט באמבע נעמט זיך פון די רוסישע ווארט באמבא,
דאס איז נישט ריכטיג, באמבע קומט פון די דייטשע ווארט באמבע Bombe (די בית מיט א סגול, נישט מיט א פתח)
גראדע די ווארט באמבע אדער גאר ענליך (באמבא באמבע באמב באם) געפונט זיך אין כמעט יעדע אייראפעאישע שפראך, דאס איז די פאל מיט פילע ווערטער וואס זענען אוניווערסאל אין אלע אייראפעאישע שפראכן,

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 12:42 pm
דורך שמערל
בד"כ א זאך וואס איז ערפונדן געווארן נאר אויף איין פלאץ למשל א קאר, קאמפיוטער, וכו' אדער איז עס מתחילה נאר געווען אויף איין פלאץ און עס האט זיך פארשפרייט איבעראל למשל א געוואוקס ווי ווייץ וואס קומט פונעם לאוואנט - מיטל מזרח, וועט עס איבעראל הייסן אויפן זעלבן נאמען.

משא"כ א זאך וואס איז דא איבעראל ווי למשל ביימער, וואסער, פייגל וכו', וועט אין יעדע שפראך האבן אן אנדערע נאמען. ודו"ק



קרעדיט: זשערעד דימאנט

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 12:59 pm
דורך שבת אחים
אז מ׳רעדט שוין יא פון שפראך איז אינטערסאנט צו באמערקן א זאך וואס איך האב נישט געוואוסט ביז לעצטענס אז אַלקאָהאָל און אַלגעבראַ שטאמען פון אראביש
http://www.todayifoundout.com/index.php ... d-algebra/

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 2:02 pm
דורך ישראל קאפקע
שבת אחים האט געשריבן:אז מ׳רעדט שוין יא פון שפראך איז אינטערסאנט צו באמערקן א זאך וואס איך האב נישט געוואוסט ביז לעצטענס אז אַלקאָהאָל און אַלגעבראַ שטאמען פון אראביש
http://www.todayifoundout.com/index.php ... d-algebra/


אויך איז אינטערעסאנט אז כאטש אלגעברא איז אן אראביש ווארט איז אבער אל גהאריזמי די פאטער פון אלגעברא (פון וועמענ'ס בוך די ווארט אלגעברא קומט, און פון וועמענ'ס נאמען די ווארט אלגאריטם קומט) געווען א פערסישער מעטאמאטיקער און וויסנשאפטליכער,
און אנדערש ווי דער קאמעטאר דארט אויף דיין לינק שרייבט, שטאמט אלגעברא נישט פון אינדיע, עס שטאמט פון גריכנלאנד, וואס קומט יא פון אינדיע איז אונזער מאדערנע נומערן סיסטעם, וואס די גריכן און רוימער האבן נישט געהאט, דעריבער כאטש זיי זענען געווען די גרעסטע חכמים אין די אלטע וועלט האבן זיי נישט געקענט אנטוויקלען מעטאמאטיק מיט זייער פעלנדע נומערן סיסטעם, די אראבער וואס האבן געהאט א פארבינדונג צו אינדיע האבן גענומען די בעסערע נומערן סיסטעם איר פארבעסערט און דערנאך די גריכישע חכמה און זיי אנטוויקלט,
צווישן זיינע פילע מאנומענטאלע ווערק אין מאטעמאטיק, געאראפיע, אסטראנאמיע, און נאך האט ער אויך געשריבן א היכל אבער די אידישע קאלענדער,

אויך איבן סינא (באקאנט אלס אוויסענא) דער פאטער פון מעדיצין, און נאך חכמות, איז געווען א פערסישער, כאטש אלע זיינע ווערק איז אין אראביש.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 2:50 pm
דורך דריידל
אלג'ברא ווערט געברענגט ערגעץ אין גמרא. ווען כ'על מיך דערמאנען ווי, וועל איך עס ארויפשטעלן.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 2:52 pm
דורך דריידל
לית דין בר נש האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:אז די מעשה וואס מ'דערציילט אז אידישע קינדער האבן געלערנט אין וואלד און ווען די יוונים זענען געקומען האט מען ארויסגענומען דריידלעך אין געשפילט, איז אינגאנצן 50 - 60 יאר אלט.

הכרח לדבריך בבקשה


כך שמעתי פון אן עלטערער אין וואס זאגט אז אמאל האט קיינער נישט געוויסט דערפון. איך האב מיך נאכגעפרעגט ביי עטליכע תלמידי חכמים און קיינער האט נישט געוויסט קיין מקור אויף די מעשה.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 3:22 pm
דורך ברסלבער
דריידל האט געשריבן:אז די מעשה וואס מ'דערציילט אז אידישע קינדער האבן געלערנט אין וואלד און ווען די יוונים זענען געקומען האט מען ארויסגענומען דריידלעך אין געשפילט, איז אינגאנצן 50 - 60 יאר אלט.

viewtopic.php?p=62452#p62452

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 8:45 pm
דורך דריידל
שכוח, ברסלבער פאר'ן ברענגן דעם לינק. ווי ס'ווערט געברענגט דארט, איז די לעגענדע שוין איבער הודרעט יאר אלט. קען טאקע זיין אז ס'האט גענומען א פאר יאר ביז ס'איז געווארן מפורסם און ס'הערשט פארשפרייט געווארן 50-60 יאר צוריק

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:27 pm
דורך ביבער
אז מענטשן וואס זענען כסדר פארנומען מיט פאררעכטן יענעם'ס ספעלינג ליידן אויף א געוויסע OCD וואס הייסט Grammatical Pedantry syndrome

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:35 pm
דורך ישמעאל הכהן
אז מענטשן וואס האבן זייער ליב גאלארעטא און זיי קענען נישט סטאפן צו עסן דערפון ליידן פון א געוויסע קאנדישן וואס הייסט CSEGS.
(Cant Stop Eating Galarete Syndrome)

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:40 pm
דורך ישמעאל הכהן
אז רבישע סטראקעס איז במקום די רצועות פון תפילין.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:55 pm
דורך ברסלבער
ישמעאל הכהן האט געשריבן:אז מענטשן וואס האבן זייער ליב גאלארעטא און זיי קענען נישט סטאפן צו עסן דערפון ליידן פון א געוויסע קאנדישן וואס הייסט CSEGS.
(Cant Stop Eating Galarete Syndrome)

א רפואה דערפאר האסטו אויך?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:59 pm
דורך ביבער
ישמעאל הכהן האט געשריבן:אז מענטשן וואס האבן זייער ליב גאלארעטא און זיי קענען נישט סטאפן צו עסן דערפון ליידן פון א געוויסע קאנדישן וואס הייסט CSEGS.
(Cant Stop Eating Galarete Syndrome)



די חילוק צווישן דעם און איינס בעפאר איז אז עסן גאלערעטע באדערט נישט קיינעם, משא"כ כסדר פאררעכטן יענעם איז ענאויאינג און גרעניצט זיך מיט שלעכטע מידות.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:00 pm
דורך שמעקעדיג
ברסלבר, מאכלי שבת זענען דאך זעלבסט א רפואה...

ישמעאל, א לינק צו וויקי האסטו נישט געברענגט..

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 5:01 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:ברסלבר, מאכלי שבת זענען דאך זעלבסט א רפואה...

ישמעאל, א לינק צו וויקי האסטו נישט געברענגט..

מ'עסט איינמאל אלץ תאווה דערנאך ווען מען קען שוין נישט סטאפען עסט מען ווייטער פאר רפואה וחוזר חלילה

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:33 am
דורך chusid
כ'האב געפרעגט מיינס א באקאנטען פין קאווע שטיבל ווער עס זענען דע געריבענע מענטשן פין קאווע שטיבל, ווער דא אין ראדני איז דער געריבענער, האט ער מיר געזאגט אז אט דע מענטשן וואס איך קוק נישט אויף זייער זייט וואס זעען אויס ווי פין די לבנה אראפ אינטער זיי איז באהאלטן דע געשמאקע יודן פין קאווע שטיבל

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 7:33 am
דורך איך אויך
למשל?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 2:38 am
דורך געפילטע פיש
שבת אחים האט געשריבן:אז מ׳רעדט שוין יא פון שפראך איז אינטערסאנט צו באמערקן א זאך וואס איך האב נישט געוואוסט ביז לעצטענס אז אַלקאָהאָל און אַלגעבראַ שטאמען פון אראביש
http://www.todayifoundout.com/index.php ... d-algebra/

ווי אויך alchemy און alphabet. (די לעצטע איז לאו דוקא אראביש, נאר שטאמט פון די סעמיטישע שפראכן פון וואס לשון קודש און אראביש זענען ארויסגעקומען).

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 7:41 am
דורך ישראל קאפקע
געפילטע פיש האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:אז מ׳רעדט שוין יא פון שפראך איז אינטערסאנט צו באמערקן א זאך וואס איך האב נישט געוואוסט ביז לעצטענס אז אַלקאָהאָל און אַלגעבראַ שטאמען פון אראביש
http://www.fortuitously.com/index.php/2 ... d-algebra/

ווי אויך alchemy און alphabet. (די לעצטע איז לאו דוקא אראביש, נאר שטאמט פון די סעמיטישע שפראכן פון וואס לשון קודש און אראביש זענען ארויסגעקומען).

אלפאבעט קומט פון גריכיש, וואו די ערשטע צוויי אויתיות 'אלפא' 'בעטא' צוזאמען מאכט 'אלפאבעט',
אמת אז די גריכישע אויתיות שטאמט פון לשון קודש (אדער עלטערע סעמיטישע שריפטן) (די נעמען, סדר, און די 'פארמען' אויך! (דאס איז גאר און אינטערעסאנטע נושא, נישט פאר יעצט)) אבער עס האט גארנישט מיט אראביש. אויך 'כעמיע' פון אלכעמיע קומט פון גריכיש.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 10:43 am
דורך שמערל
אויך קאהאל פון אלקאהאל, קומט פון כחל אין לשה"ק (רמב"ן ויחי על חכלילי עיניים מיין)

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 9:06 am
דורך ברסלבער
איך האב נישט געוואוסט אז Givat איז אויך א צווייג פון מהדרין.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 11:46 am
דורך קאפקעיק
ישמעאל הכהן האט געשריבן:אז רבישע סטראקעס איז במקום די רצועות פון תפילין.

א רפואה דערפאר האסטו אויך?