בלאט 20 פון 213

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:38 pm
דורך ווייס ווי שניי
דו ווילסט גיין קאפעטישן ?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 12:44 pm
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג האט געשריבן:איך וויל וויסן (יא, אזוי, על רגל אחת)

ווי אזוי נעמט מען אוועק א פאביע פון א מענטש?
וואס טוען די טעראפיסטן און פסיכאלאגן?

על רגל אחת ממש?
געלט! (ממונו של אדם מעמידו על רגליו)
דורך דעם וואס א מענטש צאלט אזויפיל געלט פאר זיי, ווערט ער געהאלפן.
די סיבה איז פשוט: דער פאציענט וויל נישט פילען אז מ'האט אים דא איינגענארט, און ער האט געספעד געלט על לא דבר, ע"כ ווערט ער אליינס משוכנע אז ער ליידט שוין נישט אויף די מחלה. - וואס באמת איז דאך דאס נישט קיין פיזישע מחלה, ס'איז נאר אין קאפ.
עוד רגע אדבר, איידער דו פאלסט אראפ.
אלע דעות און משוגעתן זענען אמת. יעדע מענטש האט פון אלעם. די פראבלעם איז נאר ווען איינע פון די משוגעת'ן נעמען איבער דעם מענטש.
ע"כ איז באמת נישט אזא קינץ צו היילן, ווייל ער מעג בלייבן מיט דעם איינרעדניש

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 1:50 pm
דורך שמעקעדיג
אוי קאוועט טרינקער, שוין לאנג נישט געלאכט אזא גוטס...

איך האף אז דו מיינסט עס נישט ערנסט...
מענטשן וועלכע האבן שרעקליכע פאביעס, זיי קענען נישט אריינגיין צווישן א גרויסע קראוד, אדער אין א עלעוועיטאר, פארן אויף א בריק, טרעפן זיך צוביסלעך בארואיגט און זיי קענען עס טון גרינגער און גרינגער.
פארוואס מאכסטו עס אוועק?
די אלע פאביעס האבן פסיכאלאגישע פראבלעמען, און די פסיכאלאגן טוען דאס אויסגלייכן, לפשט ערמומיות שבלב.

עכ"פ לו יהא כדברך, לאמיר הערן, "וואס זאגן די פסיכאלאגן פאר די מענטשן ווען זיי קומען מיט זייער פראבלעם"?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 1:55 pm
דורך זר זהב
דער מח ארבעט מיט קעמיקאלן, נעגאטיווע און פאזיטיווע. איינער וואס האט פאביעס איז פשט א זיין נעגאטיוויע ענערגיע איז אויף א שטארקן פארנעם און זיינע קעמיקאלן נישט באלאנסירט. א געלערעטער קען זיך שפילן מיט'ן מענטש און אים אויסלערנען צו שטארקן די גוטע חלקים, די פאזיטיווע ענערגיע.

Tumbler

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 4:02 pm
דורך sunbar
איך ווייס נישט אויב מידיא איז די ריכטיגע פלאץ.. .טאמער נישט, ביטע זאגט מיר ווי יא...

איך זע לעצטנס אסאך מענטשן נוצן tumbler. איך וואלט געוואלט וויסן, ווי אזוי דאס ארבעט און ווי אזוי איז דאס לגבי די אנדערע נעטווארקס ווי פעיסבאק...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 4:36 pm
דורך קאווע טרינקער
שמעקעדיג האט געשריבן:אוי קאוועט טרינקער, שוין לאנג נישט געלאכט אזא גוטס...

עכ"פ לו יהא כדברך, לאמיר הערן, "וואס זאגן די פסיכאלאגן פאר די מענטשן ווען זיי קומען מיט זייער פראבלעם"?

כ'זאל דא מגלה זיין וואס מ'האט מיר געזאגט?
נע. ס'איז גענומען די גילוי פאר די צייט.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 9:35 pm
דורך sunbar
איך בין נייגעריג צו וויסן ווי אזוי די עולם האט געוויסט פון קאווע שטיבל די ערשטע עטליכע טעג. איך האב הערשט אויסגעפונען עטליכע חדשים שפעטער...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:29 pm
דורך מיקוה נייעס
צו וועם דארף מען רעדן אז מען זאל רוקן די זייגער דא און קאווע שטיבל ?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:35 pm
דורך אוי טאטי
sunbar האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו וויסן ווי אזוי די עולם האט געוויסט פון קאווע שטיבל די ערשטע עטליכע טעג. איך האב הערשט אויסגעפונען עטליכע חדשים שפעטער...

עס איז געווען באשריבן אויף איי וועלט, אין די צענזור אשכול.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 3:01 pm
דורך יחצל
איז דא נאך איינער וואס האט פראבלעמען מיט google translate אדער נאר איך? עס ארבעט עפעס נישט געהעריג ?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:16 pm
דורך שמעקעדיג
sunbar האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו וויסן ווי אזוי די עולם האט געוויסט פון קאווע שטיבל די ערשטע עטליכע טעג. איך האב הערשט אויסגעפונען עטליכע חדשים שפעטער...

ווי אזוי האסטו אויסגעפינען עטליכע חדשים שפעטער?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:20 pm
דורך לעמיל
איך מיין אז מ'קען עפענען אזא אשכול ווי האט איר אויסגעפינען פון קאווע שטיבל

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:33 pm
דורך זר זהב
כאנישט געבענטשט ר"ח שבת, וואס טוט מען?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:44 pm
דורך outspoken
זיי עס משלים שבת מברכים תשרי...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:50 pm
דורך עפל פאי
קענסט יעצט בענטשן, ס'איז נאך פאר ר"ח...
אבער שנעל
דער מולד וועט זיין:

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 5:54 pm
דורך זר זהב
מ'קען בענטשן ביינאכט? אדער מארגן צופריה?
--------

אין אן אנדערן נושא וויל איך וויסן וועגן די קאנגרעשענעל וואהלן אין אפסטעיט. ווייסט איינער פאר וועם די ארוינים האבן געוואוט? פאר מעלאני אדער פאר העיווארט?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 6:14 pm
דורך ונבנתה העיר

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 6:15 pm
דורך זר זהב
כ'האלט שוין נאך הבדלה, ס'שוין דינסטאג

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 8:16 pm
דורך sunbar
שמעקעדיג האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו וויסן ווי אזוי די עולם האט געוויסט פון קאווע שטיבל די ערשטע עטליכע טעג. איך האב הערשט אויסגעפונען עטליכע חדשים שפעטער...

ווי אזוי האסטו אויסגעפינען עטליכע חדשים שפעטער?


א חבר

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 12:53 am
דורך נולד מאוחר
איז דא א וועבסייט אדער ווי איך קען אויפקוקען סעלפאן נומבערס? אזוי ווי ווייט פעדזשעס פאר לענדליין?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:42 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:אוי קאוועט טרינקער, שוין לאנג נישט געלאכט אזא גוטס...

איך האף אז דו מיינסט עס נישט ערנסט...
מענטשן וועלכע האבן שרעקליכע פאביעס, זיי קענען נישט אריינגיין צווישן א גרויסע קראוד, אדער אין א עלעוועיטאר, פארן אויף א בריק, טרעפן זיך צוביסלעך בארואיגט און זיי קענען עס טון גרינגער און גרינגער.
פארוואס מאכסטו עס אוועק?
די אלע פאביעס האבן פסיכאלאגישע פראבלעמען, און די פסיכאלאגן טוען דאס אויסגלייכן, לפשט ערמומיות שבלב.

עכ"פ לו יהא כדברך, לאמיר הערן, "וואס זאגן די פסיכאלאגן פאר די מענטשן ווען זיי קומען מיט זייער פראבלעם"?

דו מיינסט אוודאי עקמומיות שבלב. ווייל צו ערמומיות העלפט נישט קיין פסיכאלאגן. א פאר פעטש קען ענדערש העלפן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 5:25 am
דורך שמעקעדיג
יאפ ראביי באלעגאלע. פשוט א טעות סופר.
די ר און ק קנעפלעך זענען דאך איינס נעבן די אנדערע.
שכוח פארן אויפמערקזאם מאכן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 11:03 pm
דורך berlbalaguleh
sunbar האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו וויסן ווי אזוי די עולם האט געוויסט פון קאווע שטיבל די ערשטע עטליכע טעג. איך האב הערשט אויסגעפונען עטליכע חדשים שפעטער...

און איך האב צו פארדאנקען דעם פיינעם איידעל'ן מענטש נ.ר. את חטאי אני מזכיר. איך האב א שטארקן יצר הרע צו בלעטערן אויף זיין וועבסייט. איין טאג האב איך געזען ווי ער ברענגט נאך א מאמר בשם "קאווע שטיבל". נאר אלס א ענטפער צו דיין שאלה. איך מיין אז רוב פון די אריגינאלע מעמבערס ווי זר זהב, שמואל הלוי וכו' זענען פליטים פון "איי וועלט" זיי האבן געזוכט אן ארט וואו די הנהלה און די מעמבערס פירן זיך אויף עטיש און יושר'דיג.