בלאט 20 פון 26
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 4:57 pm
דורך berlbalaguleh
ערשט איצט באמערקט: כוכב'ס אונטערשריפט. ס'שטימט אפילו עפ"י קבלה. און אלס פאעטרי איז עס אויכעט נישקשה...כמעט א שטיקל יוצר...!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 3:18 pm
דורך שמעקעדיג
@בשבילי
Use this quote as a signature so people will think you're smart
~ Punchidfto Cynkeldfg ~

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 3:22 pm
דורך נתן מנחם
berlbalaguleh האט געשריבן:ערשט איצט באמערקט: כוכב'ס אונטערשריפט. ס'שטימט אפילו עפ"י קבלה. און אלס פאעטרי איז עס אויכעט נישקשה...כמעט א שטיקל יוצר...!
פארוואס אזא געלונגענע ניק ווי די האט נישט א חתימה? עס דערמאנט מיר א מעשה וואס איז געשעהן........
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 9:02 pm
דורך berlbalaguleh
נתן מנחם האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:ערשט איצט באמערקט: כוכב'ס אונטערשריפט. ס'שטימט אפילו עפ"י קבלה. און אלס פאעטרי איז עס אויכעט נישקשה...כמעט א שטיקל יוצר...!
פארוואס אזא געלונגענע ניק ווי די האט נישט א חתימה? עס דערמאנט מיר א מעשה וואס איז געשעהן........
נו, וואס אי די מעשה. אדער כמעשה...!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 10:18 am
דורך שמעקעדיג
איך בין נישט קיין גרויסער חסיד פון ליטוואק פון בודאפעסט'ס השקפות, כידוע, אבער פארט קומט מיר א שמייכל יעדעס מאל פון זיין מאדנע חתימה:
By giving a like you are making a statement that you only accept the best for your family and guests
credit: Mayim Chaim soda
וועלכע קומט ממקורו פון מים חיים'ס סלאגאן אויף יעדן באטל סאדע...
.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 11:08 am
דורך יין שרף
יענס ליטוואק אז ער טרינקט מים חיים סאדע...
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 8:02 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:איך בין נישט קיין גרויסער חסיד פון ליטוואק פון בודאפעסט'ס השקפות, כידוע, אבער פארט קומט מיר א שמייכל יעדעס מאל פון זיין מאדנע חתימה:
By giving a like you are making a statement that you only accept the best for your family and guests
credit: Mayim Chaim soda
וועלכע קומט ממקורו פון מים חיים'ס סלאגאן אויף יעדן באטל סאדע...
.
ס'איז איראניש ווייל פונקט ער וואס האט אזאלכע זיסע כינויים אויף חסידות בכלל און סאטמאר בפרט, זאלל נוצן א סלאגאן פון א סאטמאר'ער פראדוקט.
למשל, ער רופט אן חסידות, אן עביט של מי רגליים, פון פרעסערס און זויפערס...

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 8:06 pm
דורך שמעקעדיג
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 25, 2014 8:19 pm
דורך אפטעמיסט
און... שוין ווידער לאכט מען פון מיר ברבים. נח בער, נח בער, וואס ווילסטו, איך זאל שרייען??? שפאר שוין אויס דעם שמעקעדיג פאר א גוט געבענטשט יאר! איך פארליר שוין מיין געדולד.
נשלח: מיטוואך פעברואר 04, 2015 11:20 pm
דורך אפטעמיסט
וויפיל אידישע נשמות שטופן מיר ארויס פון אונזער געמיינדע מדי שנה בשנה מיט כל מיני תירוצים? צו ראטעווען יענע נשמות פעלט נישט קיין געלט, מ'דארף נישט קיין אדוואקאטן, עס פעלט נישט אויס קיין קאמפיינס, ס"ה דארף מען אז איינער זאל זיך קימערן און געבן א שי"ן יו"ד טי"ת! (החכם הוגה)
[tag]סאשי פיש[/tag] בשם [tag]הוגה[/tag]. שטארקע רייד.
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 4:37 am
דורך בעל מדות
וואס פשט פון עמעזאן'ס? אינטערשריפט דערקלערונג אז די וואל אויסגאנג פונעם פאעזיע פארמעסט איז שאקירנד?
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 9:56 am
דורך שמעקעדיג
אמאל דארף מען קאמענטארן, אמאל זענען זיי איבריג.
א שטייגער ווי די פאלגענדע חתימה פון ידידינו החשוב "אתא קלילא"
לא היו ימים טובים לישראל כה' אייר יום העצמאות, וכששת ימי האורה שבאחריתה שוחררה הכותל המערבי
נישט פסח, נישט פורים, אלעס איז כקליפת השום.
דארף מען נאך קאמענטארן?
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 10:20 am
דורך רויטע וואנצעס
ס'איז די יו"ט פון זיין עקסעסטענץ. שטעל דיר פאר ס'נישט דא א מדינה, וואלט ער געווען סטאק אין צימעס.
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 10:24 am
דורך [NAMELESS]
רויטע וואנצעס האט געשריבן:ס'איז די יו"ט פון זיין עקסעסטענץ. שטעל דיר פאר ס'נישט דא א מדינה, וואלט ער געווען סטאק אין צימעס.
סאיז א יו"ט פון עקזיסטאנץ פאר די קנאים פוגעים, אנשי בעק המטורפים וכת הצימערמאן ומנשה פילאפ
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 10:26 am
דורך רויטע וואנצעס
ריכטיג, פאר זיי אויך. שטעל דיך פאר ווען די קנאים וואלטן נישט געהאט קיין מדינה, וואלט אכשר דרא שוין געהאלטן פיל ווייטער, אזוי אז די קנאות איז א distraction איז עס נאך נישט אזוי אין די ערד.
נשלח: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:53 am
דורך [NAMELESS]
לאמיר דיר מגלה סוד זיין וועסטע כאפן די גרויסע חילוק וזה החלי,
אמת לכאורה איז יום העצמאות די טאג פון עקזיסטאנץ פאר אונז ביידע להבדיל אלף אלפי הבדלות, דער חילוק איז נאר אז איך פארמאג דא נאך א ניק וואס שרייבט אויף אלעס און די וועלט חוץ פון ציונות, משא"כ די פלאטשיגע קנאים פוגעים וואס דרייען דעם קאפ פון צופרי ביז ביינאכט פורים וי יום כיפור גלייך א גאנצע טאג מיט קנאות וחרמות וקונמות נידויים ושמתות אין קענסט מיט זיי נישט רעדען קיין האלבע גלייכע ווארט אויף די וועלט.
וי זאגט מען ביי אונז, יחי ההבדל הקטן.
נשלח: זונטאג מאי 17, 2015 5:47 pm
דורך שמעקעדיג
[tag]דער געוואגטער יונגעל[/tag]
דו האסט א פיינעם אוואטאר, און שרייבסט הערליכע תגובות, איי ריעללי לאוו יו און עפרישעט יו,
אבל מה אעשה אז יעדע מאל איך שטויס מיך אן מיט דיין חתימה כאפט מיר אן א עקל.
נשלח: מיטוואך יולי 15, 2015 11:48 am
דורך שמעקעדיג
הרב [tag]chaims[/tag]
וואס מיינט דאס אונטער יעדע תגובה
I can't believe I just said that...
עס מאכט מיר נערוועז.
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 3:43 pm
דורך ישראל קאפקע
[tag]מנחם אבראמאוויטש[/tag]
גיי צו גן-עדן פֿאַר דעם קלימאַט, גיהנום פֿאַר די געזעלשאַפט
- מארק טוויין
איך ווייס נישט אויב עס איז ניי אדער אלט, אבער עס איז מיר זייער געפאלן.
נשלח: מאנטאג יולי 20, 2015 3:46 pm
דורך ישראל קאפקע
שמעקעדיג האט געשריבן:הרב [tag]chaims[/tag]
וואס מיינט דאס אונטער יעדע תגובה
I can't believe I just said that...
אפשר איז דאס ווייל ער גלייבט נישט אין גארנישט. . . ?

נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 12:01 am
דורך [NAMELESS]
[tag]פריעד באטשי[/tag]איך זעה מיין חתימה איז דיר געפאלן...
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 12:10 am
דורך [NAMELESS]
ריכטיג האט געשריבן:[tag]פריעד באטשי[/tag] איך זעה מיין חתימה איז דיר געפאלן...
איך האב עס גראדע געמאכט סתם אזוי טראכטענדיג וואס איז די מערסטע באניצטע ווארט פון א ריכטיגע באטשי וואס וועט אים אראפמאלן אין איין ווארט.
נאכן עס טוישן האב איך באמערקט אז עס איז ענדליך צו דיינס, און קען זיין אז דער זכרון מיינער איז דער גנב, און איך האב עס אפשר טאקע געבויט אויף דיינס, אבער נישט בכוונה.
נשלח: דינסטאג יולי 21, 2015 12:20 am
דורך [NAMELESS]
כ'האב נישט קיין טענות, כ'האב עס גענומען פאר א קאמפלימענט.
אבער דו זאגסט דאך גוט, א ריכטיגע באטשי, זאג עס איבער נאכאמאל....