דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:נאכאמאל, שערי לצנות לא ננעלו, ליצנות מאכט נישט גערעכט.
לעצם הענין, דאס אז דער רעיון פון ציוניזם איז מיוסד - און נאך עד היום - אויף איבערמאכן דעם איד, איז נישט קיין השערות אדער קאנספיראציעס,
בזאת תבחנו, כידוע האבן רוב גדולים בימים ההם לוחם געווען קעגן דעם נייעם תנועה, סנאך דא עד היום כתבים, תשובות, באשרייבונגען, אלטע צייטונגען, פון די ווערטער פון די מנהיגי ישראל בימים ההם,
אז איר וועט מדייק זיין אינעם תוכן וסגנון דבריהם, פון למשל דער רבי דער רש"ב, מהרי"ד מבעלזא, הגר"ח מבריסק, מהרי"ל דיסקין, הרב מציעשנוב,
וועט זיך ארויסשיילן ווי כולם כאחד זאגן מיט אזא פשטות דעם דאזיגן פאקט אז די פינסטערע תכלית פון די ציונים איז צו איבערמאכן דעם איד, מ'דינגט זיך מיטאמאל איבער דעם.
להבדיל די ציונים אליין זאגן עס א ביליאן מאל, זאב זשאבאטינקי האט געזאגט אז אויב איר ווילט זיך מצייר א ציוניסט, דאן נעם דעם טיפישן איד אין מאך א "איפכא מסתברא", הערצל אין זיין ביכל יודנשטאט מיט א פרעכהייט בארעכטיגט די אטיסמיטן, כידוע האט ער לכתחלה געוואלט אויסשמדן די אידן די קאנווענשנעל וועג מיט טויפן כלל ישראל צו קריסטנטום, ער האט געזעהן אז לא עלתה בידו איז ער אויפגעקומען מיט א רעפונירטע שווינדלערישע מהלך,
פארגעס פון א אודיענץ ביי נתניהו, זייער פאני,
די גאנצע איידיע פון זייער סוכנות (דשואיש אדשענסי) צו אויפזוכן יעדן נברא בכל כדור הארץ וואס איז מזרע ישראל, און איהם איבערעדן אז מיטן ווערן א ישראלישע בירגער און פאטריאט ווערט מען מער א איד. דאס איז שמד.
צו פרעדיגן פאר די אייגענע בירגער יומם ולילה, אז פארדעם מוז מען זיין א פאטריאט פון איזראעל, נישט ווייל מ'איז א איזרעאלי בירגער, נאר ווייל מ'איז א איד. דאס איז שמד.
זייער סיפיסטיקרטע הסברה אפאראט בכל העולם צו וואשן די מוחות פון כלל ישראל, אז איזראעל און די צה"ל איז די איידענטיטי און שטאלץ פון א איד. דאס איז שמד.
די אלע זאכן זענען די מייסדי הציונים'ס וויזיע אין עקשן.
אגב נאכמאל, כל הנ"ל האט קיין שייכות מיט שלש שבועות.
@גאלד
איר לייגט אראפ זייער גוטע יסודות, בעסיקלי נישט קיין אייגענע, נאר וואס מ'האט אייך אריינגעבאקן אין אייערע יונגע יארן אין חדר און אין ישיבה, און לויט ווי ס'קוקט אויס האט איר גוט צוגעהערט צו יעדן ווארט וואס די רעדנער ביי די פראטעסטן האבן געשטורעמט, און אויף דעם ארויף בויעסטו גאנצעטע בנינים. אבער איין זאך האסטו פארגעסן אז מיטן אמת האט עס גארנישט צוטוהן, אדרבה גיי ליין הערצל'ס בוך וועסטו זעהן זיין בליק איבער א אידישע מדינה און וויאזוי ער האט עס פארגעשטעלט.
אמת אז פאר ער איז צוגעקומען צו יענע מסקנה האט ער יא געהאלטן אנדערש, אבער דאס איז נישט געווען ווייל ער איז געווען א להכעיס'ניק נאר פשוט אן אומוויסענד'ר איד געשטאמט האט ער פון א משפחה מתבוללים און ער אליין איז אויך געווען א מתבולל, ער האט געוויסט פון אידישקייט בערך זערא, און אלעס וואס ער האט געשריבן איבער די נושא איז געווען א געמיש פון גוטסקייט און אומוויסנהייט, אבער נאכדעם ווי ער האט זיך באקאנט געמאכט מיט די פאקטן האט ער גאנץ אנדערש געהאלטן אזוי ווי מ'זעהט אין זיין בוך ווי אויבן דערמאנט.
און דאס וואס דו האלסט און איין טענה'נען וועגן די ציונים אז זייער מאטיוו איז נאר אויס צו שמד'ן איז סתם שקרים וכזבים, אוודאי איז געווען צווישן זיי געוויסע וואס זייער מאטיוו איז טאקע דאס געווען, אבער רוב זענען נישט געווען מיט יענע אזוי ווי @ליטוואק האט שוין דערמאנט פריער.
אלזא אז דו ווילסט טאקע וויסן דעם אמת דאן קוק נישט אזויפיל אינעם ויואל משה נאר גיי ארויס און ליין אביסעל ביכער וואס די ציונים אליין האבן געשריבן און אויך די וואס האבן גוט געקענט די ציונים פון די נאענט ווי למשל די ספרים פון הרב קוק זצ"ל און זיינע תלמידים ווי צום ביישפיל הרב חרל"פ און דער נזיר, הרב נריה און נאך. און דערנאך וועסטו האבן נישט נאר א באלאנס נאר אויך אן אמת'ן בליק און א ידיעה ווער האט וואס געוואלט.
טעות גדול ונורא מאוד ידידי היקר,
מיין אנטי-ציוניזם איז נולד געווארן הערשט נאך מיין סאטמארע חינוך,
דער סאטמארער חינוך האט מיך איבערגעלאזט א פאלנער ציוני ל"ע, בלי גוזמא
כגלייב אז מאנכע פון די שרייבערלעך דא זענען פראדוקטן פון אט דעם חינוך,
איך זאג אייך דעם ריינעם אמת לאמיתו, האמנתי כי אדבר,
קיינער קומט נישט ארויס קיין אנטי ציוני פון די סאטמארע חדר, לפענ"ד
מ'האט דארט קיינמאל קיין אינטעלעקטשועל דיסקושן איבער צויניזם,
די אידילאגיע, די היסטאריע, די צדדים לכאן ולכאן, גארנישט,
אלעס איז באזירט אויף די גדלות פון רבי'ן ז"ל, אז דער רבי ז"ל האט זייער געוויינט ביי ש"ס,
אז היות דער רבי איז געווען א גרויסע צדיק חכם ונבון (טאקע אמת) מוז זיין אז די ציונים זענען אויסווארפן,
און היות דער רבי האט געזאגט און געטאן געוויסער זאכן מוז מיר למען ה' טאן די זעלבע זאך, ווייל מטאר נישט משנה זיין,
אן פארשטיין און וויסן פארוואס פארווי פארווען,
מ'לייגט דארט גרויס געוויכט אויפן טפל, נארישע מינדעריקע זאכן,
ווי "אגודה", "בחירות", "פארכאפט", "כותל", "רבי ז"ל" וכדומה, נארישקייטן
אדער פאר א פראטעסט איז מען ביזי מיט "פאליס-ברוטאליטי" משלאגט די אידן אין מאה שערים און מגראבט קברים,
אבער קיינער ווייסט נישט פונעם עיקר,
אפי' די פראטעסטן וואס מ'אראנזשירט פון צייט צו צייט איז אלעס דאמירן בעלמא,
קיינער ברענט נישט קיינער קאכט נישט, זיכער נישט אויף אזא מין אופן ווי למשל די בלעק לייוו מעטער פראטעסטירער,
יעדער איז זייער קעזשועל מיט עס,
ס'איז פשוט א טרעדישן אז יעדע 4 יאר בערך מוז מען עפעס אפירזוכן צו פראטעסטירן, ווייל דער רבי ז"ל פלעגט דאך פראטעסטירן,
הגם די פראטסטירן איז א וויכטיגע זאך, אבער די עטיטוד אין הבנה פון א פאלנער סאטמארע בחור'ל לגבי פראטעסטן ווייסט קיינער פון זייער חיות,
די בילד וואס א פראדוקט פונעם סאטמארען חינוך באקומט לגבי ציוניזם איז אז בעצם איז די מדינה א פאזיטיווער זאך פאר כלל ישראל,
נאר מה נעשה אז סדא א שלש שבועות, דער רבי ז"ל האט געזאגט אז ס'טרייף ואנן מה נענה אבתריה,
ביי מיר הייסט דאס א ציוני.
נאר וואזשע דען איך פערזענליך מדעת עצמי, בין געקומען צו די הכרה פונעם חומר הענין פון מיין אייגענע חקירות ודרישות,
נאכן זיך אריינווארפן אין דעם נושא בעובי הקורא בין איך געווארן א בעל תשובה,
אנגעהויבן האט זיך עס מיטן ספר ויואל משה,
כבין געווארן זייער אבסעסט מיט דעם ספר,
לפענ"ד איז דער ספר זייער קאנווינסינג, יעדער פוינט איז ראק סאליד,
ס'האט נאר איין געפערליכע פראבלעם דער ספר, לפענ"ד, אז סאיז שרעקליך נישט ארגענאזירט,
ס'כמעט נישט מעגליך צו כאפן זיינע פוינט'ס אז מלערנט סתם גראד,
זיינע רעיונות, זענען צופלויגן און צוווארפן אין פארשידענע מקומות ווען סוואלט ווען געדארפט זיין אין איין פלאץ,
און פארקערט אויך, ס'קען זיין איין סימן וואס לפענ"ד דארף ווען ציטיילט ווערן אין 10 באזונדערע סימנים
ווי אויך איז דער ספר זייער נישט טאקטפול,
דער רבי זצ"ל איז געווען גענוג א רעפונירטע מענטש כידוע צו פארמירן דעם ספר אויף א טאקטפול וועג,
מיט קלינגעדיגע פאנטש-ליינס וכדומה,
אבער איר העט עס נישט טרעפן אין דעם ספר נפלא,
זיין ספר איז לגמרי נישט געצילט צו געווינען א ויכח,
דער ספר איז דאס פונקט פארקערטע ווי memes
ער שרייבט מפורש אין זיין הקדמה אז ער צילט לגמרי נישט דעם ציוני,
ער זוכט בלויז די דורשים ומבקשים ותו לא,
ער צילט צו מענטשן וואס זענען אינגאנצן אפען-מיינדעד און ווילן וויסן אך ורק האמת (לשיטתו)
וואס מיינט לכאורה סאטמאר חסידים, און ענליכס,
ער האט למען השם נישט געוואלט אז זיינע חסידים זאלן זיין אנטי ציונים ווייל ער זאגט אזוי,
ס'איז איהם געגאנגען בנפשו אז זיינע חסידים זאלן פארשטיין דעם ענין,
ממילא איך, אלס א חסיד פון הייליגן רבי'ן זצ"ל,
האב איך מחליט געווען איך גיי נישט ווערן ענטימדעטעט פון די סטייל פון דעם ספר
איך גיי נישט ווערן ענטימידעטעד פון מיין סאטמארע ציוניסטישע חינוך
און איך גיי געבן מיין רבי א טשענס, איך גיי קוקן וואס ער האט צו זאגן,
איך האב דורגעדרעשט דעם ספר מ'דאשקע לדאשקע,
די מעשה איז אזוי דער ספר ויואל משה איז לגמרי נישט קיין טיפזינגע ספר,
ס'נישט קיין פילפולים, אדער פשט'ליך ס'מער אוואו א תשובה ספר וואס איז מדמה מילתא למילתא בעניני הלכה, ווי א תשובה אין אגרות משה,
און דער רבי איז שטוינענד קריעטיוו ווי ער טרעפט צו יעדער זאך אייזן פעסטער ראיות פון מקורות וואס וואלט קיינעם בייגעפאלן צו מדמה זיין,
אבער למעשה שטימט אלעס כמין חומר,
נארמאל ווען איינער טוהט דורך א מער קאנווענשענעל נושא,
ווי למשל הלכות מוקצה, צו בשר וחלב, ווייסט ער ווי ער האט צו קוקן די מקורות אין חז"ל רמב"ם אין שו"ע,
ער האט מיט וואס צו ארבעטן,
אבער דער נושא איז דאך קיינמאל געווען שייך ביי כלל ישראל, סכמעט ווי סורר ומורה אדער עיר הנדחת, וואס לויט טייל לא הי' ולא יהי',
האט דער רבי געדארפט זיין במקום אלע פריעדיגע פוסקים און צאמשטעלן די פאזל,
און ווי דער פאזל פאסט זיך ווי א הענטשעך
דער מענטש איז געווען א דשיניעס
רוב רובו פונעם ספר איז מיטאמאל פון קיין שלש שבועות,
ער דעקט פיל מיט סתם אינטערסאנטע ידועות בכל מכמני תורה,
דאס איז נאר דער הקדמה, דער עיקר קומט,