בלאט 20 פון 21

נשלח: מאנטאג אפריל 24, 2023 10:26 am
דורך הערשער
מיינסט אפשערן און שידוך אין איין וואך?

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 1:25 am
דורך דוד שריפטליך
טראפעלע האט געשריבן:קוק די מזל טוב
וואס אז עס שטייט החתן צום שידוך שליסן?

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 1:27 am
דורך דוד שריפטליך
הערשער האט געשריבן:מיינסט אפשערן און שידוך אין איין וואך?
יא, איך קען די משפחה קעניינעהארע, עס איז דא מערערע פעטערס נעפיוס מיט די זעלבע נעמען, אזוי ווי מאיר משה ביי משפחת שפיטצער איז נישט קיין סימן וכו' וכו'....

Re: הרב יואל ראטה

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 1:31 am
דורך שערי יושר
סאיז א ווערטל

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 3:23 am
דורך בת קול
עמעזאן האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:כאפט א בליק אויף אן הוראה פון א ריכטיגע מנהיג ישראל כמותו ירבה בישראל! נעמט אין אכט אז ער איז בדרך כלל קעגן לאנגע שייטלען און פרויען דרייווען

https://breslevcenter.com/answers/וואס- ... -וועג-לעבן
ס׳איז קלאר פונעם בריון אז די פראבלעם איז אסאך גרעסער פון דרייוון אדער לאנגע שייטלעך.
פארוואס ער רעקאמענדירט נישט קיין טעראפי ווייסט נישט נאר איין גאט.
ווען מען זאגט ביי אונז אז די וואס גייען אנדערש אז זיי דארפן פשוט טערעפי שרייסטו אז דאס איז אביוז, העי זי וויל פשוט לעבן אנדערש ווי די עלטערן....
איז דא איינער א מנהיג וואס עקסעפט איר וועג, און זאגט די מאן איר צו שטיצן, קומט איר שרייען העי זי דארף פשוט טעראפי....

אפגעזעהן צו זי דארף טאקע טערעפי צו נישט, קען דאס זיין די שטערקסטע טעראפי אז מען לאזט איר לעבן איר וועג, עכ''פ די ערשטע שריט איז דאס זיכער, די מהלך אז דערנאך וועט זי נאך אלס זיין אומצופרידן וועט זי אליינס פארשטיין אז זי דארף הילף
די שייטל און לייסענס איז קליין געלט. ס׳איז קלאר אז זי פילט סטאק אן א וועג ארויס.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 3:30 am
דורך שערי יושר
בת קול, דאס וויל ער דאך. געב איר נאך אפאר קלייניקייטן פונקט גענוג זי זאל מוזן בלייבן.

נשלח: דינסטאג אפריל 25, 2023 10:53 am
דורך [NAMELESS]
קומט אריין די נייעס אז די קרית ברסלב גראסערי האט אפגעקויפט די סופערמארקעט ליבערטי מארקעט

דאס שטעטל ווערט מער און מער א מציאות פון א געהעריגע אידישע ישוב על אפם וחמתם פון די עסטעבלישמענט, היסטארי ווערט געבראכן מיט יעדע שטאפל הרחבת הקהילה צו זיין די ערשטע אנטי עסטעבלישמענט קהילה אנצוגיין אזוי פיל יאר אונטער טעראר און זיך נאך מער און מער צו וואקסען, טאקע דאס יאר איז געווען די ערשטע יאר ווי זיי האבן פולשטענדיג אליינס געבאקן מצות אין זייער בעקערי אין שטעטל, און עס עפענט זיך יעצט א קימפעטארן היים דוגמת אם בישראל/אשת חיל

נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 6:43 pm
דורך מילך טראק
דוד שריפטליך האט געשריבן:
הערשער האט געשריבן:מיינסט אפשערן און שידוך אין איין וואך?
יא, איך קען די משפחה קעניינעהארע, עס איז דא מערערע פעטערס נעפיוס מיט די זעלבע נעמען, אזוי ווי מאיר משה ביי משפחת שפיטצער איז נישט קיין סימן וכו' וכו'....
דאכט זיך אז אליעזר שלמה איז א נאמען פון זייער מנהיג וואס איז אוועק אינגאנצן אפאר יאר צוריק.

נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 6:46 pm
דורך מילך טראק
עמעזאן האט געשריבן:קומט אריין די נייעס אז די קרית ברסלב גראסערי האט אפגעקויפט די סופערמארקעט ליבערטי מארקעט

דאס שטעטל ווערט מער און מער א מציאות פון א געהעריגע אידישע ישוב על אפם וחמתם פון די עסטעבלישמענט, היסטארי ווערט געבראכן מיט יעדע שטאפל הרחבת הקהילה צו זיין די ערשטע אנטי עסטעבלישמענט קהילה אנצוגיין אזוי פיל יאר אונטער טעראר און זיך נאך מער און מער צו וואקסען, טאקע דאס יאר איז געווען די ערשטע יאר ווי זיי האבן פולשטענדיג אליינס געבאקן מצות אין זייער בעקערי אין שטעטל, און עס עפענט זיך יעצט א קימפעטארן היים דוגמת אם בישראל/אשת חיל
נייס
זיכער בעסער ווי די זאלי- סאכדעס אסטעבלישמנט, אבער פארט א עסטאבלישמענט מיט ווייניג דעמאקראטיע (און אויך אביסל ענליך צו א קולט)

נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 9:29 pm
דורך [NAMELESS]
אבי גערעדט. קיין זכר פון קיין קולט, וואסערע דעמעקראטיע פעלט דארט?
א וודאי איז עס א חסידות א קהילה מיט א רב.

נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 11:07 pm
דורך [NAMELESS]
אני הקטן בין געווען ביי אים אין שטעטל פאר א היבשע פאר וואכן פארגאנגענעם זומער מיט מיין משפחה. איך בין אסאך געזעצן מיט זיינע מענטשן.

מיין אויפפאסונג איז אז אסאך (רוב) פון זיינע מיטגלידער פאלן אונטער די דיסקריפשן פון קולט אנהענגערס.

יעדער איז אייביג אייביג העפי העפי העפי העפי
To name one.

עס איז דא מער, אבער איך בין נישט זיכער אז איך וויל מיך אריינלאזן אין א דין ודברים.

נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 12:23 am
דורך [NAMELESS]
דעת האט געשריבן:אני הקטן בין געווען ביי אים אין שטעטל פאר א היבשע פאר וואכן פארגאנגענעם זומער מיט מיין משפחה. איך בין אסאך געזעצן מיט זיינע מענטשן.

מיין אויפפאסונג איז אז אסאך (רוב) פון זיינע מיטגלידער פאלן אונטער די דיסקריפשן פון קולט אנהענגערס.

יעדער איז אייביג אייביג העפי העפי העפי העפי
To name one.

עס איז דא מער, אבער איך בין נישט זיכער אז איך וויל מיך אריינלאזן אין א דין ודברים.
און וואס טוט זיך ביי אנדערע חסידות? ווען דו רעדסט צו א באבובער צו קלויזענבורג וויזשניץ בעלזא א וודאי וועסטו דארט טרעפן אויך קעלטערע חסידות וואס דאס פאסירט ווען די קהילה ווערט גרעסער און מען האט שוין עטליכע דורות פון די התייסדות

Re: הרב יואל ראטה

נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 12:26 am
דורך שערי יושר
א קולט האט נישט קלארע גדרים, ממילא איז שווער צי פירן וויכוחים, אבער מ'קען דערשמעקן א קולט.

נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 10:40 am
דורך אלע צוזאמען
שערי יושר האט געשריבן:א קולט האט נישט קלארע גדרים, ממילא איז שווער צי פירן וויכוחים, אבער מ'קען דערשמעקן א קולט.
פארוואס זאגסטו אזוי? ר' יושע העכט האט זייער קלארע גדרים, יא, ס'נישט קיין one size fits all, אבער די בעסיק כללים איז קלאר.

נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 11:40 am
דורך [NAMELESS]
דעת האט געשריבן:אני הקטן בין געווען ביי אים אין שטעטל פאר א היבשע פאר וואכן פארגאנגענעם זומער מיט מיין משפחה. איך בין אסאך געזעצן מיט זיינע מענטשן.

מיין אויפפאסונג איז אז אסאך (רוב) פון זיינע מיטגלידער פאלן אונטער די דיסקריפשן פון קולט אנהענגערס.

יעדער איז אייביג אייביג העפי העפי העפי העפי
To name one.

עס איז דא מער, אבער איך בין נישט זיכער אז איך וויל מיך אריינלאזן אין א דין ודברים.
פארוואס איז העפי העפי נישט גוט

נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 11:58 am
דורך אוהב ספרים
עמעזאן האט געשריבן:קומט אריין די נייעס אז די קרית ברסלב גראסערי האט אפגעקויפט די סופערמארקעט ליבערטי מארקעט

דאס שטעטל ווערט מער און מער א מציאות פון א געהעריגע אידישע ישוב על אפם וחמתם פון די עסטעבלישמענט, היסטארי ווערט געבראכן מיט יעדע שטאפל הרחבת הקהילה צו זיין די ערשטע אנטי עסטעבלישמענט קהילה אנצוגיין אזוי פיל יאר אונטער טעראר און זיך נאך מער און מער צו וואקסען, טאקע דאס יאר איז געווען די ערשטע יאר ווי זיי האבן פולשטענדיג אליינס געבאקן מצות אין זייער בעקערי אין שטעטל, און עס עפענט זיך יעצט א קימפעטארן היים דוגמת אם בישראל/אשת חיל
פארוואס קען נישט אזאך מצליח אהן עס זאל זיין על אפם ועל חמתם פון איינעם? דאס איז ביי דיר די גאנצע הצלחה נאר ווייל עס איז על אפם ועל חמתם פון איינעם?

[ובמאמר המוסגר, וועלכע עסטיבלישמענט איז אפיציעל אקעגען די ישוב אין ליבערטי, אבי געהאקט לעבער!]

[ובדרך אגב, דאס איז אויכעט א עסטיבלישמענט, א צווייטער סארט עסטיבלישמענט]

נשלח: מיטוואך מאי 24, 2023 2:12 pm
דורך שושן פורים
אוהב ספרים האט געשריבן:

ווייל אפילו ר' יואל ראטה'ס קהילה איז א קולט לכל הדעות איז דאס נישט די סיבה פארוואס די עסטעבלישמענט האט איהם גערודף'ט און פראבירט אונטערצושטעלן פיסלעך אויף יעדע זאך.

און עס איז זעלבסטפארשטענדליך אז מענטשן וואס האלטן אז די סיסטעם איז פארפוילט זאלן זיך פרייען אז איינער וואס די סיסטעם האט אזוי שטארק פראבירט אונטערצוברענגען האט ארויסגעשטעלט אזא שיינע גרויסע ברייטע מיטלסטע פינגער. טאקע אין ליבערטי אבער אויב פארמאגט איר א הויכע פענסטער אין וויליאמסבורג קען מען עס זעהן.

בנוגע צו ער איז א קולט אדער נישט, קען זיין אז יא, איך האלט אבער אז חסידישע אידן וואס געהערן צו א חסידות און פאלגן זייער רבי'ן בלינדערהייט, האבן נישט וואס אריינצורעדן.

נישט נאר איינער וואס גלייבט באמת אזוי, נאר אפילו איינער וואס האלט נישט דערפון אבער ווען ער הערט אז א חסיד האט געפרעגט און געפאלגט זיין רבי אין א זאך וואס די רבי האט נישט קיין שום עקספערטיז דערינען טראכט ער נישט גלייך אז העי דאס שמעקט פון א קולט, אזא איינער האט אויך נישט וואס אריינצורעדן ווייל עס ווייזט קלאר אז נישט די קולטיסטישע אויפפירונג איז וואס באדערט איהם נאר יענעם'ס זיין אנדערש טריגגערט גלייך די קולט וויי געשריי.

בנוגע העפינעסס, עס מאכט סענס אז התבודדות זאל ברענגען צופרידנהייט פון א פסיכילאגישע שטאנדפונקט, שטעל זיך פאר א מענטש האט א טעראפיסט סעשען יעדן טאג נאך די ארבעט פשוט זיך אויסצורעדן, וואלט דאך דער מענטש געווען סאך מער צופרידן, איינער הערט איהם אויס יעדן טאג, און ניין, התבודדות מיינט נישט שרייען אבא אין וואלד.

נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 12:21 am
דורך [NAMELESS]
עמינדב האט געשריבן:
דעת האט געשריבן:אני הקטן בין געווען ביי אים אין שטעטל פאר א היבשע פאר וואכן פארגאנגענעם זומער מיט מיין משפחה. איך בין אסאך געזעצן מיט זיינע מענטשן.

מיין אויפפאסונג איז אז אסאך (רוב) פון זיינע מיטגלידער פאלן אונטער די דיסקריפשן פון קולט אנהענגערס.

יעדער איז אייביג אייביג העפי העפי העפי העפי
To name one.

עס איז דא מער, אבער איך בין נישט זיכער אז איך וויל מיך אריינלאזן אין א דין ודברים.
פארוואס איז העפי העפי נישט גוט
סאיז נישט נישט גוט.
ס'איז איינע פון די סימנים פון א קולט.
און ניין. די העפינעס קומט נישט פון התבודדות.
מען פרעדיגט העפינעס.
און מען פרעדיגט ווי סאך העפיער די פאר יחידים וואס האבן זוכה געווען צו קומען צו די ליכטיגקייט פון די ראש ישיבה און פון ברסלב און איבערהויפט ברסלב ליבערטי זענען פון די איבעריגע כדור הארץ.

און מען פרעדיגט ווי סאך בעסער און שענער און צוקערדיג די ראש ישיבה און ברסלב און איבערהויפט ברסלב ליבערטי איז פון אלעס וואס איז נישט די ראש ישיבה און ברסלב און איבערהויפט ברסלב ליבערטי.

נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 12:31 am
דורך חקרן
וואס איז דאס אנדערש ווי סקווירא, קרית-יואל, וויליאמסבורג, וואו מען האלט אין איין פרעדיגן ווי גליקליך מען דארף זיין אז מען וואוינט אויף אזא הייליגע ירושלים דאמעריקע? - פארוואס איז סאטמאר נישט קיין קולט, ווען מען פרעדיגט אז די איינציגסטע ערליכע אידן זענען די תלמידים פון רבין זי"ע אשר לא קרעו לבעל... פארוואס זענען זיי נישט קיין קולט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 12:54 am
דורך שושן פורים
דעת האט געשריבן:
עמינדב האט געשריבן:
דעת האט געשריבן:אני הקטן בין געווען ביי אים אין שטעטל פאר א היבשע פאר וואכן פארגאנגענעם זומער מיט מיין משפחה. איך בין אסאך געזעצן מיט זיינע מענטשן.

מיין אויפפאסונג איז אז אסאך (רוב) פון זיינע מיטגלידער פאלן אונטער די דיסקריפשן פון קולט אנהענגערס.

יעדער איז אייביג אייביג העפי העפי העפי העפי
To name one.

עס איז דא מער, אבער איך בין נישט זיכער אז איך וויל מיך אריינלאזן אין א דין ודברים.
פארוואס איז העפי העפי נישט גוט
סאיז נישט נישט גוט.
ס'איז איינע פון די סימנים פון א קולט.
און ניין. די העפינעס קומט נישט פון התבודדות.
מען פרעדיגט העפינעס.
און מען פרעדיגט ווי סאך העפיער די פאר יחידים וואס האבן זוכה געווען צו קומען צו די ליכטיגקייט פון די ראש ישיבה און פון ברסלב און איבערהויפט ברסלב ליבערטי זענען פון די איבעריגע כדור הארץ.

און מען פרעדיגט ווי סאך בעסער און שענער און צוקערדיג די ראש ישיבה און ברסלב און איבערהויפט ברסלב ליבערטי איז פון אלעס וואס איז נישט די ראש ישיבה און ברסלב און איבערהויפט ברסלב ליבערטי.
א בעלזער האט מיר אמאל מסביר געווען אז אין בעלזא איז יעדער שטאלץ צו זיין א בעלזער, אז דו גייסט אריין אין א בעלזא פלאץ דרייט זיך טאקע דר'עולם מיט די קאפ ארויף, עפעס א שטאלץ גיסט זיך דארט ווייל דאס פרעדיגט מען.

איך נוץ נאר בעלזא אלץ משל, אין יעדע פלאץ דאס וואס מען פרעדיגט דאס ארבעט, א חזקה אויף פי אר שאינה חוזרת ריקם, און ווי מער טייט-קניט די קאמיוניטי איז אלץ מער אנזעהבאר איז עס אויפן ציבור.

גערעכט טאקע אז די צופרידנהייט איז לאו דוקא די סיבה פאר פרייליכקייט, עס איז געשריבן געווארן אין אזא מאמענט אוו ריעלייזעשן פון די פסיכאלאגישע בענעפיטן פון א מענטש וואס מאכט התבודדות און גלייבט באמת אין דעם.

היכל הקודש קען זיין א קולט אבער גארנישט מער פון סיי וועלכע אנדערע קהילה קדושה בישראל, סך הכל דארט שטארצט עס מער ארויס ווייל עס איז דיפערענעט און יעדע ריר איז פאבליק.

נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 1:43 am
דורך דוד שריפטליך
מילך טראק האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:קומט אריין די נייעס אז די קרית ברסלב גראסערי האט אפגעקויפט די סופערמארקעט ליבערטי מארקעט

דאס שטעטל ווערט מער און מער א מציאות פון א געהעריגע אידישע ישוב על אפם וחמתם פון די עסטעבלישמענט, היסטארי ווערט געבראכן מיט יעדע שטאפל הרחבת הקהילה צו זיין די ערשטע אנטי עסטעבלישמענט קהילה אנצוגיין אזוי פיל יאר אונטער טעראר און זיך נאך מער און מער צו וואקסען, טאקע דאס יאר איז געווען די ערשטע יאר ווי זיי האבן פולשטענדיג אליינס געבאקן מצות אין זייער בעקערי אין שטעטל, און עס עפענט זיך יעצט א קימפעטארן היים דוגמת אם בישראל/אשת חיל
נייס
זיכער בעסער ווי די זאלי-סאכדעס עסטאבלישמענט, אבער פארט א עסטאבלישמענט מיט ווייניג דעמאקראטיע (און אויך אביסל ענליך צו א קולט)
הייליגער ליבער ברודער המכונה מילך טראק, איידער דו לעיבלסט היכל הקודש ברסלב ליבערטי אלס א קולט וויל איך דו זאלסט מיר אנצייגן אויף סיי וועלכע חסידישע קהילה/מוסדות/קרייז וועלכע איז נישט קיין קולט??????.......

במאמר המוסגר מוז איך דיר זאגן אז איך בין אויפגעוואקסן אין די גרעסטע און פון די גרעסטע חסידישע קהילה אין גרעיטאר ניו יורק און איך זע נאכנישט ווי עס איז חל די "נישט קולט" וואס דו רעדסט פון, אדרבה אויב דו ווילסט נישט רעדן דא ברבים און דו ווילסט, קענסטו מיר שיקן א אישי.....

נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 1:45 am
דורך דוד שריפטליך
מילך טראק האט געשריבן:
דוד שריפטליך האט געשריבן:
הערשער האט געשריבן:מיינסט אפשערן און שידוך אין איין וואך?
יא, איך קען די משפחה קעניינעהארע, עס איז דא מערערע פעטערס נעפיוס מיט די זעלבע נעמען, אזוי ווי מאיר משה ביי משפחת שפיטצער איז נישט קיין סימן וכו' וכו'....
דאכט זיך אז אליעזר שלמה איז א נאמען פון זייער מנהיג וואס איז אוועק אינגאנצן אפאר יאר צוריק.
נישט דאכצעך ר אליעזר שלמה זכותו יגן עלינו מורי ורבי......

נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 1:49 am
דורך ספינקא
חקרן האט געשריבן:וואס איז דאס אנדערש ווי סקווירא, קרית-יואל, וויליאמסבורג, וואו מען האלט אין איין פרעדיגן ווי גליקליך מען דארף זיין אז מען וואוינט אויף אזא הייליגע ירושלים דאמעריקע? - פארוואס איז סאטמאר נישט קיין קולט, ווען מען פרעדיגט אז די איינציגסטע ערליכע אידן זענען די תלמידים פון רבין זי"ע אשר לא קרעו לבעל... פארוואס זענען זיי נישט קיין קולט?
עס איז טאקע יא