בלאט 20 פון 23

Re: תגלחת נשים

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 3:53 pm
דורך Antibacterial
מילך טראק האט געשריבן:
פיקח עצום האט געשריבן:
Antibacterial האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 29, 2024 1:33 pm
דער סאטמאר רבי האט מייסד געווען זיין שטאט כדי צו קענען פירן זיין אייגן ווערטשאפט דארט, און ווער עס קען זיך צו דעם נישט צושטעלן זאל זיך גיין פון דארט!

אין סדום האט מען אויך געזאגט אַז דאס האט די מייסד הסדום געוואלט!
האלטסט נישט ביים זיך צושטעלן פוץ אפ!

און מיט וועלכע חוצפה האט דער מייסד הקריה זיך נישט גערעכנט מיט די מייסד פון די לאנד וואס האט זיך מוסר נפש געווען אז ס'זאל זיין פרייהייט און דעמאקראטיע און מען פייפט אויף אים??

און פארדעם קען איך קומען צו דיר אהיים און טוהן וואס איך וויל אלץ פרייהייט פון אויסדריק?

Re: תגלחת נשים

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 4:29 pm
דורך מילך טראק
Antibacterial האט געשריבן: און פארדעם קען איך קומען צו דיר אהיים און טוהן וואס איך וויל אלץ פרייהייט פון אויסדריק?

די גאנצע תקנות השטעטל קען נישט חל זיין ווייל ס'איז מושבע ועומד מדזשארדזש וואשינגטאן, ס'איז הגונב מן הגנב, נאך אלעם איז קרית יואל אין די פאראייניגטע שטאטן.
כ'מיין איהר פארדרייט די פאקטן, איך האב פארשטאנען אז די מוסדות קומען צו מיר אהיים בודק זיין אונטערן צודעק צו ס'געפינט זיך דארט האר.

Re: תגלחת נשים

נשלח: פרייטאג מערץ 01, 2024 5:13 pm
דורך קהל'ס נער
Antibacterial האט געשריבן: אויב איז דאס א זאך אויף וואס דער מייסד הקריה האט זיך געשטעלט בכל התוקף, דאן מיט וועלכע חוצפה קען איינער וואוינען דארט און פייפן אויף די תקנות פונעם מייסד הקריה?? אט דאס איז די רשעות!

איך זאג נישט קיין מיינונג בנוגע זיך שערן אדער נישט. אבער עס איז זייער פארשטענדליך אז א ריזיגע מערהייט אין שטאט וויל אז די שטאט זאל בלייבען האר ריין און פארטיג!

דער סאטמאר רבי האט מייסד געווען זיין שטאט כדי צו קענען פירן זיין אייגן ווערטשאפט דארט, און ווער עס קען זיך צו דעם נישט צושטעלן זאל זיך גיין פון דארט!

און אז דער מייסד הקהילה האט אזוי געהאלטן?
דער מייסד פון שפאניע האט אויכט געזאגט אז ווער ס'ווערט נישט קיין קריסט וועט מען פארטרייבן פון שטאט!

Re: תגלחת נשים

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2024 7:14 pm
דורך מילך טראק
קהל'ס נער האט געשריבן: און אז דער מייסד הקהילה האט אזוי געהאלטן?
דער מייסד פון שפאניע האט אויכט געזאגט אז ווער ס'ווערט נישט קיין קריסט וועט מען פארטרייבן פון שטאט!

אין ארץ ישראל גייט ער אקעגן די מדינה. ביסט נישט צופרידן, פוץ אפ

Re: תגלחת נשים

נשלח: מוצ"ש מערץ 02, 2024 11:07 pm
דורך yatzmachp
Antibacterial האט געשריבן: און פארדעם קען איך קומען צו דיר אהיים און טוהן וואס איך וויל אלץ פרייהייט פון אויסדריק?

אינדערהיים טאקע נישט ווייל די מייסד המדינה לאזט נישט. די חילוק פון מיר און דיר, איך זאג דיר כאטש ווי מיין היים הייבט זיך אן און וואו עס ענדיגט זיך, דו זאגסט נישט ווי דיין היים איז, וואו עס הייבט זיך אן און וואו ווי עס ענדיגט זיך. זייער אסאך מאל ווערט מיין היים דיינס. ווען א חסידישער איד מופט קיין ארגענטינע אדער לעיקוואד דעמאלס טאר ער זיך נישט פירן ווי זיי ווייל אל תטוש און פייפט זיך אריין ווען מען זאגט אים נישט צו קומען וואוינען דארט. ווען די גוים בעטן זיך ביי די אידן זיי זאלן נישט קומען וואוינען לעבן זיי לאכט מען זיי אויס. אויב א ליטווישער אדער א ספרדישער מופט צום חסידישן געגנט מוז ער זיך צושטעלן צו זיי וועגן מנהג המקום. Heads I win, tails you lose.

Re: תגלחת נשים

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2024 6:20 pm
דורך סוף טוב הכל טוב

Re: תגלחת נשים

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2024 8:28 pm
דורך כרם זית
ר' נחום ראזענבערג שיחי' שרייבט אין די הקדמה צו זיין ספר "אש יצאה מחשבון" אז אמאל פלעגן זיך די ספרדישע פרויען אויך אפגאלן זייער'ע האר:
20240409_202408.jpg
דאס איז פארשטייט זיך נישט אמת. עס וואלט אבער געווען אינטערעסאנט צו וויסן ווי פיל די לעגענדע האט געהאט א השפעה אויף די היינטיגע וועלט. וויפיל חסידישע יונגערלייט רעדן זיך באמת איין אז תגלחת נשים איז הלכה למשה מסיני?

Re: תגלחת נשים

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:26 pm
דורך מילך טראק
, שער בית ה**** איז א חציצה ווייל סאיז געמאכט אראפצונעמען

Re: תגלחת נשים

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:31 pm
דורך צוויי
מילך טראק האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:26 pm , שער בית ה**** איז א חציצה ווייל סאיז געמאכט אראפצונעמען
רילי ? דו רעדסט פון פרויען מסתמא, איז אויב מיין צדיקת האט עס נישט אראפגענומען עטליכע יאר (היינט וויל זי שוין יא זי זוכט נאך א גוטע כלי דערפאר) בין איך געהעריג א בועל נידה...?

ווי ווערט געברענגט וואס דו זאגסט?

Re: תגלחת נשים

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:33 pm
דורך כרם זית
עס איז נאר א חציצה אויב מען איז איינגעפירט אראפצונעמען.

Re: תגלחת נשים

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:38 pm
דורך מילך טראק
צוויי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:31 pm
מילך טראק האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:26 pm , שער בית ה**** איז א חציצה ווייל סאיז געמאכט אראפצונעמען
רילי ? דו רעדסט פון פרויען מסתמא, איז אויב מיין צדיקת האט עס נישט אראפגענומען עטליכע יאר (היינט וויל זי שוין יא זי זוכט נאך א גוטע כלי דערפאר) בין איך געהעריג א בועל נידה...?

ווי ווערט געברענגט וואס דו זאגסט?
חס ושלום, איך גלייב אז בדיעבד איז עס כשר, עס איז נאר א חומרא,
אויב מפלאנט עס נישט אראפ אין 30 טעג דארף מען לכתחילה נישט מקפיד זיין

Re: תגלחת נשים

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 1:34 am
דורך נפה
מילך טראק האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:38 pm
צוויי האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:31 pm
מילך טראק האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 10:26 pm , שער בית ה**** איז א חציצה ווייל סאיז געמאכט אראפצונעמען
רילי ? דו רעדסט פון פרויען מסתמא, איז אויב מיין צדיקת האט עס נישט אראפגענומען עטליכע יאר (היינט וויל זי שוין יא זי זוכט נאך א גוטע כלי דערפאר) בין איך געהעריג א בועל נידה...?

ווי ווערט געברענגט וואס דו זאגסט?
חס ושלום, איך גלייב אז בדיעבד איז עס כשר, עס איז נאר א חומרא,
אויב מפלאנט עס נישט אראפ אין 30 טעג דארף מען לכתחילה נישט מקפיד זיין
האט גארנישט מיט 30 טעג, אויב מען איז נישט מקפיד עס אראפצונעמען איז עס אפי' נישט א חומרא.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 8:37 am
דורך מי אני
דער מחבר פסק׳נט ביו״ד סימן קצח סעיף ו אז שער שבאותו מקום, באיש אינו חוצץ, ובאשה, בנשואה חוצץ, בפנויה אינו חוצץ. וכתב שם הטו״ז בס״ק י:
בנשואה חוצץ - לפי שהיא מקפדת שלא תתגנה על בעלה. וכתב ב"י דלא היה צריך הטור לכתוב דין הפנויה שאינה חוצץ דאין נפקא מיניה לדידן, ומו"ח ז"ל תיקן אותו דקמ"ל אם היתה נשואה דומיא דפנויה שאין בעלה מקפיד על זה אפ"ה חוצץ דאזלינן בתר רוב נשואות ועל כן אמר דוקא פנויה אינו חוצץ ולא שום נשואה
וידוע הגמרא בסנהדרין כא. וואו דאס אז עס איז נישטא דארט קיין האר איז א שבח לבנות ישראל, ועיין בשבת סב: אז אויב עס איז אזוי ווי א יער דארט, איז דאס א גנאי (ועיין ג״כ בגיטין ו:). ועכ״כ אז דער מחבר פסק׳נט פריער בסימן קפב סעיף א אז פאר א מאן צו מגלח זיין די שער דארט איז אסור אלס לא ילבש (סיידן אויב מענער טוהן דאס דארט אויך) ע״ש. וידוע אז דארט בסעיף ה איז דא די איסור פאר א פרוי לגלח שערות ראשה אלס לא תלבש, וע״ש בדרכי תשובה‏ ס״ק יב.

ובכלל האט חציצת שער בית הערוה א שייכות מיט נושא האשכול, ווייל דער רמ״א אין יענעם סעיף בסימן קצח שרייבט אז די קליעות שערות הדבוקות זו בזו, ונעשית בלילה על ידי שד וסכנה להסירם, לא חייצי ע״ש. און דאס איז אַן אָנגעבליכן סיבה פארוואס און וויאזוי תגלחת נשים האט זיך אָנגעהויבן.

Re: תגלחת נשים

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 11:37 am
דורך סביב העולם
דערמאנט מיר פון יענער וואס האט געקריגן א התראה פון קהל אז מ'דארף נזהר זיין אין אפשערן, און ער האט געפרעגט ר' חזקל שמש צו מ'מוז זיך טאקע איבעראל אפשערן? ווייל ס'איז אביסל שווער, למשל אונטערן ארעם און נאך אזוינע ערטער מוז ער אויך מקפיד זיין?.

Re:

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:51 pm
דורך הייליג
שבת אחים האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 7:37 pm
מאטי האט געשריבן:שבת, כאפ א טשיל, כ'האב געשריבן אן אבזערוואציע נישט בעד נישט נגד. כ'האלט אז דאס איז די אמת'ע סיבה פארוואס סיי מענער סיי פרויען טוען וואס זיי טוען. במילא זענען די מקורות נישט נוגע.
זיי מסביר דיינע ווערטער

1)ס׳באדערט דיך נישט אז מ׳מאכט צונער די גאנצע שטאט? און מ׳פאפט אויס אלע מיידלעך מיט זיי איינרעדן שטותים און הבלים וואס איז נישט אין זייער אינטערעס?

2)אז היימישע יונגעלייט וואס פלאגן זיך אויף ברויט און דארפן חתונה מאכן יעדעס יאר א קינד דארפן באצאלן ממון דמים פאר גארנישט???

3)אז א מ׳קלאפט אראפ א געזונטע יונגע מיידל מיט שיינע האר און מ׳נעמט צו איר שיינקייט און אירע גלייכע רעכטן???

4)אז א פרוי קען זיך נישט שיין מאכן אינדערהיים פאר איר מאן ???

דיין אבזערוואציעס איז בערך ווי זאגן א אבזערוואציע אויף די אראבישע קולטורס וואס שלאגן זייערע פרויען און שניידן אראפ קליינערהייט זייערע *** !!! דעס איז זייער קולטור וואס ווילסטו פון זיי??? און האב נישט קיין טענות אויף העלבראנץ פארן חתונה מאכן פופצן יעריגע קינדער! דעס איז זייער קולטור נישט קיין חילוק פון די מקורות זענען! דעס איז בעיסיקלי וואס דו זאגסט!!!
ס'איז דאך דא א זוהר אז מ'טאר נישט גיין מיט אויפגעדעקטע האר קעגן די מזוזות?
וויאזוי קען מען זך אזוי ארומדרייען אינדערהיים?

Re: Re:

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 6:03 pm
דורך מילך טראק
הייליג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:51 pm

ס'איז דאך דא א זוהר אז מ'טאר נישט גיין מיט אויפגעדעקטע האר קעגן די מזוזות?
וויאזוי קען מען זך אזוי ארומדרייען אינדערהיים?
קיינמאל נישט גערט פון אזא הייליגע זוהר

Re: Re:

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 6:51 pm
דורך הכנה דרבה
מילך טראק האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 6:03 pm
הייליג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:51 pm

ס'איז דאך דא א זוהר אז מ'טאר נישט גיין מיט אויפגעדעקטע האר קעגן די מזוזות?
וויאזוי קען מען זך אזוי ארומדרייען אינדערהיים?
קיינמאל נישט גערט פון אזא הייליגע זוהר
אויב שוין יא, כ'האב געזעהן דיין טאכטער מזנה זיין.

Re: Re:

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 6:53 pm
דורך [NAMELESS]
הייליג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:51 pm
שבת אחים האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 7:37 pm
מאטי האט געשריבן:שבת, כאפ א טשיל, כ'האב געשריבן אן אבזערוואציע נישט בעד נישט נגד. כ'האלט אז דאס איז די אמת'ע סיבה פארוואס סיי מענער סיי פרויען טוען וואס זיי טוען. במילא זענען די מקורות נישט נוגע.
זיי מסביר דיינע ווערטער

1)ס׳באדערט דיך נישט אז מ׳מאכט צונער די גאנצע שטאט? און מ׳פאפט אויס אלע מיידלעך מיט זיי איינרעדן שטותים און הבלים וואס איז נישט אין זייער אינטערעס?

2)אז היימישע יונגעלייט וואס פלאגן זיך אויף ברויט און דארפן חתונה מאכן יעדעס יאר א קינד דארפן באצאלן ממון דמים פאר גארנישט???

3)אז א מ׳קלאפט אראפ א געזונטע יונגע מיידל מיט שיינע האר און מ׳נעמט צו איר שיינקייט און אירע גלייכע רעכטן???

4)אז א פרוי קען זיך נישט שיין מאכן אינדערהיים פאר איר מאן ???

דיין אבזערוואציעס איז בערך ווי זאגן א אבזערוואציע אויף די אראבישע קולטורס וואס שלאגן זייערע פרויען און שניידן אראפ קליינערהייט זייערע *** !!! דעס איז זייער קולטור וואס ווילסטו פון זיי??? און האב נישט קיין טענות אויף העלבראנץ פארן חתונה מאכן פופצן יעריגע קינדער! דעס איז זייער קולטור נישט קיין חילוק פון די מקורות זענען! דעס איז בעיסיקלי וואס דו זאגסט!!!
ס'איז דאך דא א זוהר אז מ'טאר נישט גיין מיט אויפגעדעקטע האר קעגן די מזוזות?
וויאזוי קען מען זך אזוי ארומדרייען אינדערהיים?
ס'איז דא א זוהר וועגן גיין די האר אויפגעדעקט אינדערהיים, אבער גארנישט מיט מזוזות

Re: Re:

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 8:20 pm
דורך הייליג
פרוכט זאפט האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 6:53 pm

ס'שטייט דארט זייער שארף
סאו וואס איז מיט דעם? ס'גארנישט?

Re: תגלחת נשים

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 8:21 pm
דורך מילך טראק
ברענג עס אהער

Re: Re:

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 8:24 pm
דורך [NAMELESS]
הייליג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 8:20 pm
פרוכט זאפט האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 6:53 pm
הייליג האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:51 pm
שבת אחים האט געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 7:37 pm

זיי מסביר דיינע ווערטער

1)ס׳באדערט דיך נישט אז מ׳מאכט צונער די גאנצע שטאט? און מ׳פאפט אויס אלע מיידלעך מיט זיי איינרעדן שטותים און הבלים וואס איז נישט אין זייער אינטערעס?

2)אז היימישע יונגעלייט וואס פלאגן זיך אויף ברויט און דארפן חתונה מאכן יעדעס יאר א קינד דארפן באצאלן ממון דמים פאר גארנישט???

3)אז א מ׳קלאפט אראפ א געזונטע יונגע מיידל מיט שיינע האר און מ׳נעמט צו איר שיינקייט און אירע גלייכע רעכטן???

4)אז א פרוי קען זיך נישט שיין מאכן אינדערהיים פאר איר מאן ???

דיין אבזערוואציעס איז בערך ווי זאגן א אבזערוואציע אויף די אראבישע קולטורס וואס שלאגן זייערע פרויען און שניידן אראפ קליינערהייט זייערע *** !!! דעס איז זייער קולטור וואס ווילסטו פון זיי??? און האב נישט קיין טענות אויף העלבראנץ פארן חתונה מאכן פופצן יעריגע קינדער! דעס איז זייער קולטור נישט קיין חילוק פון די מקורות זענען! דעס איז בעיסיקלי וואס דו זאגסט!!!
ס'איז דאך דא א זוהר אז מ'טאר נישט גיין מיט אויפגעדעקטע האר קעגן די מזוזות?
וויאזוי קען מען זך אזוי ארומדרייען אינדערהיים?
ס'איז דא א זוהר וועגן גיין די האר אויפגעדעקט אינדערהיים, אבער גארנישט מיט מזוזות
ס'שטייט דארט זייער שארף
סאו וואס איז מיט דעם? ס'גארנישט?
קוק אנפאנג פון די אשכול. מ'טוהט עס דארט דורך באריכות

Re: תגלחת נשים

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 9:06 pm
דורך סקעפטיקער
די זוהר איז גארנישט אזוי פשוט, זעה די מאמר באריכות https://asif.co.il/wpfb-file/29-pdf-34/

Re: תגלחת נשים

נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 9:28 pm
דורך כרם זית
אפילו דער חתם סופר וועלכער נעמט אן די זוהר לגבי מגלה זיין שער מחוץ לצמתם, איז עס נאר וויבאלד כלל ישראל האט אנגענומען אזוי, נישט וויבאלד עס "שטייט אין זוהר" פער סעי.