בלאט 20 פון 37
נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 11:56 am
דורך אי איתמר
סאו מ׳קען זאגען אז שטיין האט נישט דוקא צו דאורייתא אדער דרבנן,
נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 2:38 pm
דורך יין שרף
שמעקעדיג האט געשריבן:טאקע? וועלכע מצוה איז פרה?
לית דין בר נש האט געשריבן:זא אזוי גוט עפען אויף א שולחן ערוך אורח חיים חלק ג' סימן תרפ"ה סעיף ז' די מחבר שרייבט יש אומרים אז עס איז דאורייתא אין דאס שטאמט שוין פון ראשונים, עס איז דא אסאך רייד אין די אחרונים אויף דעם וועלכע מצוה דאס איז אין אפילו אין חסידישע ספרים ווערט גירעדט דערוועגן.
עבודת ישראל לפרשת פרה, רמז מן התורה לקריאת פרשת פרה
נשלח: דאנערשטאג מערץ 27, 2014 2:43 pm
דורך לית דין בר נש
יין שרף האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:טאקע? וועלכע מצוה איז פרה?
לית דין בר נש האט געשריבן:זא אזוי גוט עפען אויף א שולחן ערוך אורח חיים חלק ג' סימן תרפ"ה סעיף ז' די מחבר שרייבט יש אומרים אז עס איז דאורייתא אין דאס שטאמט שוין פון ראשונים, עס איז דא אסאך רייד אין די אחרונים אויף דעם וועלכע מצוה דאס איז אין אפילו אין חסידישע ספרים ווערט גירעדט דערוועגן.
עבודת ישראל לפרשת פרה, רמז מן התורה לקריאת פרשת פרה
נשלח: דאנערשטאג אפריל 24, 2014 11:35 pm
דורך מלא וגדוש
איך האב געליינט אן ארטיקל וועגן א וויין *אור הגנוז* וואס מ'מאכט אין ישראל. זיי שרייבן אז זיי גיסן אויס טויזנטער ליטער וויין פאר תרומות ומעשרות. קודם האב איך נישט געוויסט אז דאס גייט נאך אן היינט, טוט מען היינט דארט אויך לקט שכחה ופאה? און וואס איז דער ענין פון אויסגיסן אזויפיל גוטע וויין? איז עס נישט ממש א שאד קיינער איז נישט נהנה דערפון. ס'מיר געווען א חידוש די גאנצע זאך אזא בל תשחית
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 4:38 am
דורך ונבנתה העיר
וְצִוִּיתִי אֶת בִּרְכָתִי לָכֶם בַּשָּׁנָה הַשִּׁשִּׁית וְעָשָׂת אֶת הַתְּבוּאָה לִשְׁלֹשׁ הַשָּׁנִים. רש"י: "לשלש השנים" - למקצת הששית מניסן ועד ר"ה, ולשביעית, ולשמינית שיזרעו בשמינית במרחשון ויקצרו בניסן.
וּזְרַעְתֶּם אֵת הַשָּׁנָה הַשְּׁמִינִת וַאֲכַלְתֶּם מִן הַתְּבוּאָה יָשָׁן עַד הַשָּׁנָה הַתְּשִׁיעִת עַד בּוֹא תְּבוּאָתָהּ תֹּאכְלוּ יָשָׁן. רש"י: "עד השנה התשיעית" - עד חג הסכות של תשיעית שהיא עת בוא תבואתה של שמינית לתוך הבית, שכל ימות הקיץ היו בשדה בגרנות ובתשרי הוא עת האסיף לבית.
די צוויי רש"י'ס זענען זיך לכאורה סותר, עסט מען שוין פון די קצירה [ניסן] די היי יאהר'יגע תבואה, אדער הייבט מען ערשט אן דעם קומעדיגן סוכות [עת האסיף]?
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 9:35 am
דורך ברסלבער
ונבנתה, וואו זעהסטו אין די ערשטע רש"י אז מען עסט שוין פון די תבואה אין ניסן פון שמינית? ער זאגט נאר אז מען וועט עס קענען שניידן אין ניסן און דערנאך לאזט מען עס טריקענען ביז תשרי, און נאכדעם קען מען עס עסן.
"למקצת", זאגט רש"י נאר אויף שישית און נישט אויף שמינית. די תבואה פון חמישית עסט מען אין שישית, און די תבואה וואס מען שניידט אפ ניסן פון שישית וועט זיין גענוג ביז סוף שמינית.
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 3:18 pm
דורך ונבנתה העיר
קלאר צו מאכן די סתירה: אין די צווייטע רש”י קומט אויס אז די יערליכע סייקל גייט אזוי: חשון זייעט מען, ניסן שניידט מען, דערנאך ליגט עס אין פעלד ביז סוכות פון די קומענדיגע יאהר, און וואס עסט מען די גאנצע יאהר? די תבואה פון די פארגאנגענע יאהר וואס מען האט דעם תשרי אריינגעברענגט.
אויב אזוי פארוואס זאגט ער אין די ערשטע רש”י אז תבואה פון די זעקסטע יאהר נוצט מען שוין פון ניסן אותה שנה, לעבט מען דען נישט די גאנצע זעקסטע יאהר אויף די תבואה פונעם פיפטן?
ברסלבער, דו ווילסט זאגן אז אין די זעקסטע האט מען עס נאכנישט געגעסן, רש”י מיינט נאר אז עס איז שוין געווען ברשותו?
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 3:37 pm
דורך ברסלבער
ונבנתה העיר האט געשריבן:ברסלבער, דו ווילסט זאגן אז אין די זעקסטע האט מען עס נאכנישט געגעסן, רש”י מיינט נאר אז עס איז שוין געווען ברשותו?
יא.
דער עולם דאגה'ט, הן לא נזרע ולא נאסוף את תבאתינו, דארפן זיי שוין האבן אינמיטן די זעקסטע יאר גענוג און נאך עסן פאר דריי יאר. דאס וואס וואקסט אין די זעקסטע איז נישט אויף צו עסן יענע יאר, נאר צו בארוהיגן די נערווען אז עס איז דא גענוג תבואה אין זאפאס.
נשלח: מיטוואך מאי 07, 2014 3:55 pm
דורך ונבנתה העיר
אהא, גאט איט.
די שאלה איז נאר צו עס שטימט אזוי גוט אין די ווערטער 'ועשת את התבואה לשלוש השנים'.
דער רמב”ן לערנט טאקע אז מען רעדט פון א פאל וואס שמיטה און יובל גייען איינע נאך די אנדערע.
נשלח: זונטאג מאי 11, 2014 4:16 pm
דורך גאלד
ונבנתה העיר האט געשריבן:וְצִוִּיתִי אֶת בִּרְכָתִי לָכֶם בַּשָּׁנָה הַשִּׁשִּׁית וְעָשָׂת אֶת הַתְּבוּאָה לִשְׁלֹשׁ הַשָּׁנִים. רש"י: "לשלש השנים" - למקצת הששית מניסן ועד ר"ה, ולשביעית, ולשמינית שיזרעו בשמינית במרחשון ויקצרו בניסן.
וּזְרַעְתֶּם אֵת הַשָּׁנָה הַשְּׁמִינִת וַאֲכַלְתֶּם מִן הַתְּבוּאָה יָשָׁן עַד הַשָּׁנָה הַתְּשִׁיעִת עַד בּוֹא תְּבוּאָתָהּ תֹּאכְלוּ יָשָׁן. רש"י: "עד השנה התשיעית" - עד חג הסכות של תשיעית שהיא עת בוא תבואתה של שמינית לתוך הבית, שכל ימות הקיץ היו בשדה בגרנות ובתשרי הוא עת האסיף לבית.
די צוויי רש"י'ס זענען זיך לכאורה סותר, עסט מען שוין פון די קצירה [ניסן] די היי יאהר'יגע תבואה, אדער הייבט מען ערשט אן דעם קומעדיגן סוכות [עת האסיף]?
[tag]ונבנתה העיר[/tag] שפתי חכמים בשם המזרחי אל אתר אדרעסירט אייער שאלה, ער פארענפערט עס אז די "וכי תאמרו" איז טאקע נאר ביז ניסן, ווייל ניסן הייבט שוין אן צו קומען עפעס געוויסע סארט פירות, ממילא א מענטש גייט זיך נישט זארגן איבער א מצב וואס ער גייט נישט הונגערן, אויף דעם איז נישט שייך צו זאגן "מה נאכל", אבער דער "וצויתי" פונעם אויבירשטן איז מער ווי דער "מה נאכל" אז סהעט זיין אלע סארט פירות אלעמאל, דאס מיינט אז ביז ממש סוכות וועט זיין גענוג פון די אלטע פירות ביז יעדע סארט פון די נייע פירות וועט גרייט זיין צו עסן,
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 7:40 pm
דורך שמעקעדיג
איך בין נישט אויסגעקאכט אין הלכות בישול עכו"ם, קען זיין איך פרעג אמעראציש,
אויפן עראפלאן טוען די סטוארדעס אנווארימען די עסן, איזדאס נישט קיין שאלה פון בישול עכו"ם? איך פארשטיי אז די עסן איז דאבל-רעפד, אבער דאס העלפט כלפי בישול?
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 8:14 pm
דורך petergrifin
אולי קען מען מתרץ זײן אפילו איך װײס נישט. אין בישול אחר בישול. שוין איך האב שוין מײן חידוש פאר די טאג.
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 8:30 pm
דורך דריידל
זיי ווארעמען עס אן מיט א מייקראוועיוו, דאס הייסט דען בישול?
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 8:39 pm
דורך אפטעמיסט
איבער ווארעמען הייסט נישט קיין בישול עכו"ם. ס'איז אבער יא פארהאן מאנכע וואס זענען מחמיר נישט צו טרינקן קאווע אויפ'ן עראפלאן משום בישול עכו"ם, הגם וואס ס'ווערט גע'פסק'נט אז ביי א זאך וואס איז נאכל כמות שהוא חי איז נישט דא קיין איסור.
נשלח: מאנטאג יוני 23, 2014 9:56 pm
דורך ונבנתה העיר
ווי דער עולם זאגט, עס איז שוין אפגעקאכט.
איך דערמאן זיך, אין די רידזשענסי האום אין ב"פ האט דער רב פארגעלערנט קיצור שו"ע ביי מנחה מעריב, האט ער געזאגט אז א גוי מעג נישט קאכן, נאר א איד, כעס'ט זיך אן אלטער איד: אפשר שבת אויך?! עס איז נישטא אזא זאך, ווער עס וויל קאכט...
זקני ת"ח.
נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 8:32 am
דורך איך אויך
אפטעמיסט האט געשריבן:איבער ווארעמען הייסט נישט קיין בישול עכו"ם. ס'איז אבער יא פארהאן מאנכע וואס זענען מחמיר נישט צו טרינקן קאווע אויפ'ן עראפלאן משום בישול עכו"ם, הגם וואס ס'ווערט גע'פסק'נט אז ביי א זאך וואס איז נאכל כמות שהוא חי איז נישט דא קיין איסור.
דאס האט נישט מיט בישול ,נאר ווייל מען רייניגט די כלים מיט הייס וואסער/פארע צוזאמען מיט טריפה'נע כלים ,וכך אני נוהג.
נשלח: דינסטאג יוני 24, 2014 10:08 am
דורך אפטעמיסט
ס'זענען יא דא וואס זענען מחמיר צוליב בישול. כ'האב אמאל געזעהן א תשובה פון ר' עובדיה דערוועגן.
נשלח: מיטוואך יולי 23, 2014 7:58 am
דורך דריידל
פרשת מסעי זענען דא וואס ליינען די מ"ב מסעות מיט די ניגון פון די שירה. פון ווי שטאמט די מנהג? ווער פירט זיך יא אזוי און ווער נישט?
אויב ווייסט איינער ווי דאס איז אויסגעשמועסט, ביטע אנצייכענען.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 2:30 pm
דורך דריידל
כ'בין מסופק אויב מ'מעג איינעם לייקן אום תשעה באב. אין שו"ע שטייט אז תשעה באב טאר מען זיך נישט גריסן. וואלט געווען מסתבר אז לייקן, וואס איז א קאמפלעמענט, איז נאך הארבער ווי גריסן. פון די אנדערע זייט אבער, קען מען טעהנען אז גריסן ווען צוויי מענטשן טרעפן זיך טאר מען טאקע נישט אבער לייקן איז דאך א ספק אויב דער גע'לייק'טער וועט עס זעהן אום תשעה באב.
בכלל ליינען ק"ש אין ת"ב דארף נישט זיין א פראבלעם ווייל ס'איז פול מיט ארטיקלען וואס באוויינען די חורבן פון די "סיסטעם" מיט אונזערע מנהיגים.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 04, 2014 3:09 pm
דורך געפילטע פיש
פרעג די רבנים, קאווע שטיבל איז די חורבן אליינס! אוודאי מעג מען.
נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 12:09 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב געטראפן דעם סיפור אין "דער איד" די וואך, און די מעשה מאכט מיך וואונדערן, מעג מען געבן א טיפ פאר א גוי? אז איך גיי צום געז סטעישאן און גיב דער ארבייטער א דאלער, איז עס א שאלה פון לא תחנם?
.
נשלח: זונטאג אוגוסט 10, 2014 12:17 pm
דורך אפטעמיסט
די גאנצע פראבלעם פון לא תחנם איז נאר ביי "מכירו", אבער ביי "שכנו או אוהבו" איז נישט דא קיין לא תחנם, דאס איז חוץ וואס מפני דרכי שלום איז אייביג מותר. בכלל ווערט קלאר גע'פסק'נט אז אויב האט דער איד א טובת הנאה פונעם גוי, דהיינו אויב ער ארבעט פארן איד, איז אויך נישט דא קיין לא תחנם.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 1:58 pm
דורך שמעקעדיג
ערבי ימים נוראים,
מי בקצו ומי לא בקצו – וואס מיינט ומי לא בקצו? יעדער מענטש האט דאך אנגעשריבן פון אויבן ווילאנג ער דארף לעבן, און דאס איז יענעמ'ס ריכטיגע "קצו", אפילו ער שטארבט ח"ו יונג ווערט עס נישט דאדורך "לא בקצו"!
איי וועסטו טענה'ן שמא החטא גורם, און דעריבער שטארבט מען יא פריער? איז די שאלה, דו זאגסט דאך ווייטער "ועד יום מותו תחכה לו, אם ישוב מיד תקבלו", איז דאך משמע אז מען שטארבט נישט פריער צוליב די זינד, נאר דער ארך אפים ווארט מיט געדולד ביזן לעצטן טאג!