בלאט 20 פון 37
נשלח: זונטאג אפריל 28, 2013 11:09 pm
דורך מנשה לוסטיג
אחד היה אברהם, אקעגן א גאנצע דור הפלגה אנוש ומבול. עבד אברהם אנוכי האבן זיינע חסידים געזאגט אן קיין בושה
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 12:46 am
דורך שעפטל
אונז זעמער נאך ווייט פון פארטיג, ס'איז פונקט ווי איסלאם, די גאנצע וועלט אן קיין אויסנאם דארף פשוט קאנווערטן צו סקווירא...
וויאזוי שרייבט זר? אמג!!!
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 1:13 am
דורך מורינו הרב
מנשה לוסטיג האט געשריבן:סקווער דארף נישט געבן קיין דין וחשבון פאר די וועלט, אדרבה, די וועלט דארף זען צו געפעלן פאר סקווער וואס איז די יסוד פונעם קיום העולם
אהבתי.
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 3:17 pm
דורך דעת יחידאה
סקווער דארף נישט געבן קיין דין וחשבון פאר די וועלט, אדרבה, די וועלט דארף זען צו געפעלן פאר סקווער וואס איז די יסוד פונעם קיום העולם
אמ"ג
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 4:47 pm
דורך בדחן
סקווער דארף נישט געבן קיין דין וחשבון פאר די וועלט,אדרבה, די וועלט דארף זען צו געפעלן פאר סקווער וואס איז די יסוד פונעם קיום העולם
אינטערסאנט, איך האב פראבירט דיין הודעה מיט די נערמאלע סייז אותיות, און מיט אנדערע קאלערס און עס ליינט זיך די זעלבע, וואס עפעס האסטע געמאכט אומנוטיג אזוינע גרויסע אותיות מיט די קאלער פערפול??
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 5:09 pm
דורך שעפטל
די פראז איז ווערט אלע געלטער. דזשיהאדן אין די דריטע וועלט מוסלעמענע לענדער קענען זיך לערנען.
אין סקווירא זאגט מען קלאר די בשביל הרבי נברא העולם. די גאנצע בריאה פון אריבער פינף טויזענט זיבן הונדערט יאר איז נאר אלעס געווען אז ס'זאל אראפקומען דער סקווירא'ר רבי אויף אונזער נידריגע וועלט.
נישטא ווער ס'זאל לאכן
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 7:24 pm
דורך איך אויך
גראדע איז יא דא.
נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2013 7:44 pm
דורך מאטי
מנשה לוסטיג האט געשריבן:אחד היה אברהם, אקעגן א גאנצע דור הפלגה אנוש ומבול. עבד אברהם אנוכי האבן זיינע חסידים געזאגט אן קיין בושה
יא יא ס׳איז אבער דא א חילוק, אברהם האט ״זיך״! ארייגעווארפן אין פייער!, און געטוהן חסד און צדקה מיט פרעמדע.
משא״כ אין סקווירא ווארפט מען יענעם אין פייער! און זיך! פאמפעט מען פאר די גאנצע וועלט...
וקל להבין...
נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 3:01 pm
דורך דעת יחידאה
מנשה לוסטיג האט געשריבן:א חסיד איז א סקווערע חסיד, א אפיקורס אז א סאטמארע באלעבוס.
חסידים

בעלי בתים (ויש גורסים, אפיקורסים)

נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 9:17 am
דורך קאווע טרינקער
חסידים = אנשי לא מעשה
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 4:01 pm
דורך קאווע טרינקער
כ'שפאציר דא אויף די גאס, זעה איך א אינגערמאן וואס זיין הלוך ילך שרייט "איך בין א סקווירא".
איך.. ממש.... פארשטיי נישט... כ'מיין...
זיצט א סקווירא בחור אין תפיסה, פארן חטא וואס ער האט עומד געווען על דעת ורצון רבו, די עלטערען פונעם בחור שלאפען נישט קיין נעכט. און דרייסטעך ארום מיט די גאנצע צוויבעל-שטאלץ? אזוי ווייניג שכל צו האבן?
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 4:40 pm
דורך שמעקעדיג
איך הער אז לעצטנס איז געווען דארט א שמועס ווי דער רעבבע האט זיך אפגערעדט אז מען האט חתונה ארויס פון סקווירא, דערוילעם האט נישט קיין געדולד מער צו די דרוק און די תקנות, און דער שטעטל הייבט אן צו צופאלן,
אין א שמועס וואס דער רבי האט געהאט מיט די מנהלי המוסד, בעיקר פון די מיידלעך, האט ער געבעטן מען זאל משפיע זיין אויף די מיידלעך אז זיי זאלן נישט איבעררייסן דעם גאנצן קשר מיט די אבות הק', נאר זיכער מאכן צו חתונה האבן דייקא אין סקווירא,
די געטרייע תלמידים האבן אפגעדרוקט דעם "שיחת קודש" פון רבי'ן אין דעם אויסגאבע "חצר הקודש"... און עס פארשפרייט פאר די וועלט...
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 5:18 pm
דורך טעפל
וועלעכע וואך? איך וויל עס זעהן..
נשלח: דאנערשטאג יוני 13, 2013 5:24 pm
דורך געפילטע פיש
כאפסו אז א גוי וואס הערט דיר זאגן אז מ'זאל חתונה האבן נאר מיט אידן קוקט דיר אן פונקט אזוי פאני.
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 9:22 am
דורך משולם שטיינפעלד
בזמן וואס די בחור ליידט גלות פארן רבינס וועגן, מעלדן די טוויטער קוועלער אז כ"ק קדושת מסקווירא שליט"א האט באקומען א נייע אויטא

- 1375190085998.jpg (33.17 KiB) געזען געווארן 2124 מאל
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 10:12 am
דורך שמו יגער
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:בזמן וואס די בחור ליידט גלות פארן רבינס וועגן, מעלדן די טוויטער קוועלער אז כ"ק קדושת מסקווירא שליט"א האט באקומען א נייע אויטא
1375190085998.jpg
סארי באט דא ביסטו נישט אינגאנצען גערעכט ווייל עס מעג קומען א פריוואטע נגיד,חסיד,שוואנץ... אין געבן דעם רבי׳ן א נייע קאר

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 10:16 am
דורך שמעקעדיג
איך בין זיכער אז אונטער די לעדערנע מאסאדזש זיצן ליגן שטעכעדיגע נאדלען וואס דער רבי נעמט אויף זיך יסורין של אהבה.
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 10:19 am
דורך שמו יגער
ווייסט איינער אויב די רעבע אז שוין געווען באזוכן ביים בחור?? די קינדער זענען שוין געווען איינער
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 3:29 pm
דורך לעיקוואד
שמעקעדיג האט געשריבן:איך בין זיכער אז אונטער די לעדערנע מאסאדזש זיצן ליגן שטעכעדיגע נאדלען וואס דער רבי נעמט אויף זיך יסורין של אהבה.
די לעדערנע זיצען איז ח"ו נישט לשם עולם הזה צו עפעס, נאר פשוט דער רבי איז מקפיד נישט זיך אוועקצוזעצן אויף א בענקעל פון סחורה מחשש שעטנז, כמנהג אבותיו הק', ממילא איז ער געצוואונגען צו ניצען א קאר מיט לעדערנע זיצען. והכל לשם שמיים.
(אה, סתם להערה בעלמא, די מנהג אבותיו איז געווען אז ווען מ'קומט אין א פלאץ ווי ס'דא סחורה'נע זיצען זיצט מען אויף א פשוט'ע האלצערנע ברעט, נישט אז מפארט אין א לעקסוס מיט לעדערנע זיצען, נו, איכשר דרא..)
נשלח: דינסטאג יולי 30, 2013 7:23 pm
דורך געפילטע פיש
ווער זאגט זה קלי ואנוהו גייט נישט אן אויף א לאו?
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 9:51 pm
דורך פרישער
הודו לשם מיר זענען אין דו דור וואס דער רבי פין סקווער האט א נייע קעדילעק, דער רבי שליט"א האט אראפ גענידערט מן ההר אל העם, מיט געהויבנע געמיטער, מיט א העכערע שטימינג, האט דער רבי שליט"א באנייט דעים קעדי, צי די פרייד פין אלע חסידים וחסידות, חסדי השם, צי אזא געהויבענע זמן, וואס מיר זענען דערין א חלק, וואויל איז אינז אין אינזערע אויגען וואס האבען געזעין ווי דער רבי ציגיסט א שמייכעל אויפן הייליגען געזיכט, ווען מען האט לכבודו אנטפלעקט די הייליגע בליצערס, וויי איז דעים וואס האט פארפאסט דעים רבינ'ס צירה קדישא ווען די סייערין האט געדינערט לכבודו הרמה, זאל דער בורא טאקע געיבן דעים רבין העכערע כוחות ער זאל ווייטער קענען אנפירן מיט די הייליגע מערכה אקעיגן די מיט בייזוויליגע מחשבות, אדער דעי אלע וואס גייען נישט אין די דרכים וואס דער סקווערע רבי זצוללה"ה, האט זיך מוסר נפש געוועין.
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 10:01 pm
דורך מורינו הרב
וואו איז מנשה ליסטיג לעצטנס?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 11:11 am
דורך מאן דאמר
פארוואס אפיציעלע פלעיט'ס? ער איז איינגעשטעלט און א רעגירונגס אמט?