בלאט 20 פון 66

נשלח: זונטאג דעצעמבער 13, 2015 4:29 pm
דורך הוגה
ראוונע האט געשריבן: האט ער בכלל נישט גערעדט צו הדסה אין עס איז א חלק פונעם דמיון?


יא. עס איז אלעס א דמיון.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 9:14 am
דורך שושן פורים
מיר קוקט אויס אז ער האט באמת געזען דאס קינד ביי אנשין און זייענדיג אזוי אריינגעטון אין איהם אפמאלן האט ער געדמיונט די איבעריגע חלקים

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 1:38 pm
דורך באשטעטיגט
מאת חגית כהן

האמת, פרק קצת אחר, הפרק הזה. פרק "יוצא דופן", גם כהשאלה מהעולם הנשי-אימהי. אתחיל ממש מהסוף: כשצפיתי בפרק, לפחות בהתחלה, לא הבנתי שהילד שקיווע לכאורה פוגש זה הוא עצמו, הילד שבתוכו, ומה שהוא חווה ומרגיש באמת, לבד, פוחד, רוצה את אמא, אבל אמא לא באה, אלו התחושות שהוא חי אותן יום יום, ובפרק הזה הגיעו לשיא בגלל מנוחה ושולם, ומעשיהם.

ואפשר להבין אותו, את קיווע. אמא דבורה, כאב טיפוס לאמא באשר היא אמא, היא קרקע ויציבות וביטחון ומקום. וכשבית ילדותו מתפורר (תרתיי משמע) מול העיניים עוד לפני שהספיק לבנות בית משלו, זה יותר ממפחיד, ואו אז ברור למה הוא שקע בעולמו הפנימי ויצר לעצמו דימויים מנחמים בדמותו של ילד קטן. ואז הוא מצייר, קיווע, מצייר את התמונה הפנימית שבו, אחרי הרבה זמן שהוא לא הצליח.

כי זה גם חשוב, להתחבר לילד שבתוכך. לאמת הפנימית. ילדים לא חייבים להיות אבודים. בטח לא אלו שבתוכנו ושאנחנו מנסים לכלוא אותם או להתכחש להם. עובדה שרק אחרי שהוא נתן מקום לילד הזה, הילד התחיל להשמיע את קולו, ורק אז הצליח קיווע לצייר.


ולא רק קיווע זקוק לאמא, גם שולם זקוק, ולכן הלך לבובע מלכה, כדי לספר לה איך חגג עם דבורה שלו את ימי ההולדת שלה. גם הוא, פתאום, צריך לברוח מביתו שלו, וללכת לאמו כדי לחזור לעצמו. וגם רוחמי זקוקה לאמא, והולכת אליה כשהכל נהיה קר ובודד ומעורער.

בכלל, איך שהוא בפרק הזה כולם בורחים ממציאות חייהם: שולם לזכרונות מדבורה; קיווע לילד הפנימי, בובע מלכה חזרה לתקופת הירדנים ששלטו בירושלים, ורק רוחמי, שאמא שלה חושבת שהיא חיה בעולם של דמיונות, דווקא היא חיה את החיים האמיתיים שלה עצמה, ולא משנה כמה מבאסים ושוברי לב הם. תמיד היא היתה כזאת, רוחמי, שתי רגליים על הקרקע.

האמת היא שאת הזיווג של מנוחה ושולם קשה לי להכיל. כל הזמן אני מחכה לרגע שהוא יבטל את האירוסין במחי יד כמו שהוא יצר אותם במחי יד. כל החיים שלו, שהיו עד עכשיו, שבנה, מתפוגגים. וגם הוא בעצמו. אז נכון שהוא אמר לקיווע את משפט המפתח, בניסיון, אולי, לתת לו כלי לחיים ובתקווה לעזור לו להינשא, ש"זכרונות הם בתוכנו ולא בבלטות". אבל כשמנוחה חצתה את הגבולות שלו עצמו (ולא של קיווע) הוא חזר לעצמו, ולבנו (שהקדים אותו), ובכך עשה בדיוק מה שעשה קיווע בתחילת הפרק. אולי זה מה שיחזיר את קיווע הביתה, ואליו, בבחינת " והשיב לב אבות על בנים" (קודם כל), ו"לב בנים על אבותם" (ורק אז).

שלוש אמהות יש בפרק הזה, וזה מזכיר לי את הפרק בו הוצגו שלושת האבות (שולם, ליפא ונוחעם), רק שלהבדיל מהם דווקא האמהות מוצגות באור של בית ונחמה, חיבור פנימי, ביטחון והגנה, קרקע וישוב הדעת. כל אחד זקוק לאמא. כבר אמרנו?

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 3:28 pm
דורך באשטעטיגט
שטיסל 2 - פרק 8 ישודר במוצ"ש הבא
"מנהג ירושלים" - קאופמן אוסר על עקיבא לישון בסטודיו, ועקיבא מקבל הזמנה להתארח אצל הדסה. שולם מציג את ארוסתו בפני אימו, אך בובע מביכה את שולם שנאלץ להתנצל. הבן של גיטי לא מתקבל לישיבה נחשבת, וגיטי מאשימה את ליפא.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 10:05 pm
דורך פישערער רבי
איצטער ליינענדיג די הערות דא בין איך נוטה צו מסכים זיין מיט הרב שושן פורים אז קיווע זעהט איציקל מיטן פיש ביי אנשין און דערנאך פאלט ער אין דמיונות וכו' ס'זייער מסתבר.

צום סוף ווען ער פרעגט הדסה צי האט זי געזעהן דאס קינד זי פארשטייט נישט אויף וואס רעדט ער, און ווען ער זאגט זי אז ער איז געזעצן אויפן באנק אינדרויסן פרעגט זי וועלכע באנק? און דאן גייט די וידאו אינדרויסן און טאקע נישטא קיין שום זכר צו דער באנק, איז ממילא קלאר אז ס'אלץ געווען דמיונות.

אבער ס'באדערט מיר אביסל צי קיווע איז באמת געווארן אזא א בעל דמיון ביז ער גייט מיט עם עסן פיצה וכו' וכו'? כ'מיין אז ס'אביסל איבערגעטריבן.

אויך כ'פארשטיי נישט פארוואס האבן זיי מסדר געווען די וידאו אין אזא אופן אז צום סוף רוב מענטשן פארשטייען נישט וואס איז דא געשען? צי אלץ איז געווען דמיונות? צי נישט? צי נאר א טייל? און אויב אזוי וועלכע? א קיצער די טייל פון די דמיונות איז נישט אזוי קלאר!

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 10:11 pm
דורך פישערער רבי
נאך א באמערקונג
לענ"ד ס'נישט אזוי גוט ווען חנינא זאגט רוחמי'ן אז ער האט אויף איר גע'חלומט ביינאכט, ס'נעמט אראפ פון די "אוטענטיש", מ'רעדט דאך דא אויף א פרוש, א מתמיד, איינער א תמיםדיקער וואס שמייכלט און צהבו פניו צו משתעשע זיין במחשבה אז ער איז אזוי ווי די תנאים וואס קומט צוריק אהיים משבת לשבת....

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 10:33 pm
דורך גדעון
וואס דעבאטירט מען אזוי איבער די יונגעל? ער איז דאך דער זעלבער פון די פלעשבעק אויפן טעראסע מיט די לימון קאנטעסט מיט ליבי, נישט אזוי.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 11:00 pm
דורך קאצקע ציקער
גדעון האט געשריבן:וואס דעבאטירט מען אזוי איבער די יונגעל? ער איז דאך דער זעלבער פון די פלעשבעק אויפן טעראסע מיט די לימון קאנטעסט מיט ליבי, נישט אזוי.

אויב יא קען זיין אז זיי האבן פשוט געניצט די זעלבע יונגעל. איך גלייב נישט אז זיי האבן א שייכות

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 14, 2015 11:26 pm
דורך רימון
קאצקע ציקער האט געשריבן:
גדעון האט געשריבן:וואס דעבאטירט מען אזוי איבער די יונגעל? ער איז דאך דער זעלבער פון די פלעשבעק אויפן טעראסע מיט די לימון קאנטעסט מיט ליבי, נישט אזוי.

אויב יא קען זיין אז זיי האבן פשוט געניצט די זעלבע יונגעל. איך גלייב נישט אז זיי האבן א שייכות

נע, דאס איז נישט די באבובער פלעי.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 12:08 am
דורך קאצקע ציקער
ביסט זיכער?

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 12:10 am
דורך רימון
יא זיכער. דאס דארף הונדערט פראצענט אפשפיגלען קיווען אין זיין יוגנט. טייל הגהות דא ליינען זיך ווי פון מענטשן וואס האבן נאך קיינמאל נישט געזען א פילם אדער טעלעוויזיע שוי.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 12:28 am
דורך קאצקע ציקער
שוין איך האב עס נאכגעקיקט ס'בכלל נישט די זעלבע קינד נעקסט קעיס.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 1:03 am
דורך באשטעטיגט
רימון האט געשריבן:יא זיכער. דאס דארף הונדערט פראצענט אפשפיגלען קיווען אין זיין יוגנט. טייל הגהות דא ליינען זיך ווי פון מענטשן וואס האבן נאך קיינמאל נישט געזען א פילם אדער טעלעוויזיע שוי.


לויט ווי איך האב פריער געברענגט פין חגית כהן (זי שרייבט פאר yes) האט ער זיך געטראפען מיט זיך אליין "יעצט" =די חלק הקינד וואס דערוואקסענער האבן אויך ודי למבין
(ביי אנשין איז אויך געוועהן א דמיון דהיינו ער האט דעמאלטס אנגעהויבען זיך מחבר זיין מיט זיינע געפילען ..אין די טעלעפאן האט איבערגעהאקט)

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 1:17 am
דורך קאצקע ציקער
און וואס באדייט דער פיש אין די געפילן?

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 12:50 pm
דורך אחד העם
געוויסע האבן נישט אויפגעכאפט ריכטיג די טיפקייט פון קיוועס חזיון, סאיז נישט קיין דמיונות אדער עפעס א נערוו קראנקהייט וואס האט אים אנגעכאפט, און נאכמער, מאנכע זאגן אז די פרק האט נישט גארנישט עפעס אינטערעסאנט אדער דראמאטיש. מיט איין תשובה איז אלעס פארענטפערט, די חזיון איז א געוויסע טריט אויף פארווערד פון קיווע אריין אין זיין ארטיסטישע וועלט, און זיין פאעטיש-ארטיסטישע נשמה, ער איז זיך מחבר מיט זיך אויף זיין אייגענארטיגע מהלך, פארשטייט זיך אז זיין בדידות און זיין מצב ווי ער איז יעצט איז אסאך משפיע אויף דעם, אבער סאיז נישט כאילו ער דערמאנט זיך פון זיין קינדהייט און פון זיין יוגענט, נאר וויאזוי קיווע וואלט ווען געוואלט, און וואס קיווע דארף יעצט באמת לאור זיין מצב, ער בענקט פאר ילדות, ער בענקט פאר א מדריך און א מחנך ער וויל פארגעסן די ברכה פון שהכל, און איינער זאל אים דאס אויסלערנען פון פריש וכולי, סאיז א געוויסע ארטיסטישע השראה וואס האט אים באנומען, אני לעצמי האט דער שטיקל די מערסטע באנומען, און מיך טיף אינספערירט, כהאב אפילו געוויינט, ריינע ילדות, פאלוירענקייט איז אמאל זייער גוט פאר מענטש, איך מיין אז די קומענדיגע פרקים גייט מען זעהן שינויים אין קיווע לאור די השראה. און אז מען וועט מיר זאגען אז דער פראדאסער פון שטיסל האט נישט מכוון געווען אויף אזוי ווייט, מיינט עס אז ער האט אליינס נישט געכאפט די עמקות...

Re:

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 2:19 pm
דורך קאצקע ציקער
אחד העם האט געשריבן:געוויסע האבן נישט אויפגעכאפט ריכטיג די טיפקייט פון קיוועס חזיון, סאיז נישט קיין דמיונות אדער עפעס א נערוו קראנקהייט וואס האט אים אנגעכאפט, און נאכמער, מאנכע זאגן אז די פרק האט נישט גארנישט עפעס אינטערעסאנט אדער דראמאטיש. מיט איין תשובה איז אלעס פארענטפערט, די חזיון איז א געוויסע טריט אויף פארווערד פון קיווע אריין אין זיין ארטיסטישע וועלט, און זיין פאעטיש-ארטיסטישע נשמה, ער איז זיך מחבר מיט זיך אויף זיין אייגענארטיגע מהלך, פארשטייט זיך אז זיין בדידות און זיין מצב ווי ער איז יעצט איז אסאך משפיע אויף דעם, אבער סאיז נישט כאילו ער דערמאנט זיך פון זיין קינדהייט און פון זיין יוגענט, נאר וויאזוי קיווע וואלט ווען געוואלט, און וואס קיווע דארף יעצט באמת לאור זיין מצב, ער בענקט פאר ילדות, ער בענקט פאר א מדריך און א מחנך ער וויל פארגעסן די ברכה פון שהכל, און איינער זאל אים דאס אויסלערנען פון פריש וכולי, סאיז א געוויסע ארטיסטישע השראה וואס האט אים באנומען, אני לעצמי האט דער שטיקל די מערסטע באנומען, און מיך טיף אינספערירט, כהאב אפילו געוויינט, ריינע ילדות, פאלוירענקייט איז אמאל זייער גוט פאר מענטש, איך מיין אז די קומענדיגע פרקים גייט מען זעהן שינויים אין קיווע לאור די השראה. און אז מען וועט מיר זאגען אז דער פראדאסער פון שטיסל האט נישט מכוון געווען אויף אזוי ווייט, מיינט עס אז ער האט אליינס נישט געכאפט די עמקות...

Sent from my SM-G900P using Tapatalk

דו זאגסט זייער גיט אבער איך זאג אז נישט ער גייט ג'יין פארווערד אין די קימענדיגע פרקים לאור די השראה , נאר וויבאלד ער איז געגאנגען פארווערד -זיך צוקריגן מיט זיין טאטען לדוגמא- נאך א דוגמא , זאגן פאר מנוחה ווער ס'איז באמת זיין פראבלעם, דאס האט עים געגעיבן די שטיפ אריינצוקיקן אין זיין ילדות , און זיך צו באהעפטן צו זיין נשמה, זיין ארטיסטישע נשמה

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 7:06 pm
דורך קינד_אן_קייט
קאצקע ציקער האט געשריבן:און וואס באדייט דער פיש אין די געפילן?

דער גאלד פיש אינעם זעקל איז א חלק פונעם משל, קיווע איז יעצט אין א בחינה פון א פיש אן וואסער, ער שוועבט צווישן עולמות, זיין היים איז אינוואדירט געווארן דורך מנוחה (די זעלבע מנוחה וואס האט אים ערקלערט אלץ טאטאלער דעפעקט), זי דראעט צו פארנעמען דאס פלאץ פון זיין ליבע מאמע דבורה עליה השלום, און זי הייבט אן בפועל איבערצונעמען זיינע ד׳ אמות.

קיווע איז גאר שטארק אנגעוויזן אויף זיין היים, ס׳רעפרעזענטירט א פיזישע קשר (נישט בלויז בזכרון) צו זיין מוטער, און כאטש ער קומט זיך קנאפ אויס מיט׳ן טאטען איז ער פארט שטארק אנגעוויזן אויף זיין נאענטקייט. ווען שולעם ווערטלט זיך מיט אים, הערשט דארט אהבה, און ווען שולעם טרעט אויף אים, צינדט דאס אן אין אים פונקען פון זעלבסטשטענדיגקייט.

דאס איז קיווע׳ס כאראקטער, ער איז שוואך, אומדרייסט און הענגט זיך אן אינעם צובראכענעם מסגרת פון זיינע עלטערן׳ס (געוועזענע) שטוב.

דאס איז אויך א גרויס חלק פון די סיבה פארוואס ער בחור׳ט נאך, ער שפירט זיך נישט ביכולת ארויסצוטרעטן אליין אין די וועלט. ער איז ווי א קליין קינד וואס לעכצט נאך אן ערוואקסענעם און עלטערער פיגור וואס זאל אים ווייזן דעם וועג ווען ער בלאנדזשעט, זאל אים אפנעמען סוף טאג ווען ער איז אליין, זאל אים שפייזן ווען ער איז הונגעריג, זאל אים פאררעכטן ווען ער מאכט א טעות, און געבן רשות אפילו בלויז צו גיין אין בית הכסא. גענוי דאס קינד וואס מיר זעהן אין זיין פאנטאזיע.

קיווע שפירט אבער אויך אז צייטן טוישן זיך, אויבנאויף ווערט אלעס ערגער, אבער מעגליך אז נישט.

ווי א הילפלאזער גאלד פיש איז ער יעצט כמעט גענצליך איינזאם, מנוחה האט געבאסט זיין באבעל, זיין היים איז מער נישט די זעלבע און ער איז אינדרויסן פונעם ׳זעקל׳. אבער אין די זעלבע צייט, איז ער אויך ארויס פון א צמצום, ער דארף טאקע שווימען מער מיט די אייגענע כוחות, ער איז אבער אויף די פרייע לופט און אין א ברייטערן שיסל.

ער פארשטייט אז ווארשיינליך מוז ער יעצט אויפוואקסן און גיין אין זיין אייגענעם וועג, ער איז דערשראקן אבער ער געזעגנט זיך. ער מאלט אפ דעם געוועזענעם קיווע ווי א קליין קינד, אומערוואקסן און פארלוירן, אנגעוויזן אויף חיות פון אנדערע ווי דער פיש אויף דאס ביסל וואסער אינעם זעקל. דער קליינער (גרויסער) קיווע האלט שטארק אן דעם זעקל, אבער בלויז מיט איין האנט, דער אנדערער האנט איז שוין פריי.

דאס איז גאר א גרויסע טריט פאר קיווע, ענדליך, ענדליך, איז ער גרייט ארויסצוטרעטן אין א נייער אומאפהענגיגען רשות.

הדסה ווינטשט אים טאקע: ״מזל טוב!״, בלייבט איבער צו זעהן אויב דאס מיינט טאקע אז ער גייט א חתן ווערן בקרוב, צו בלויז אז ער איז ארויס פון שולעם׳ס נעץ.

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 7:17 pm
דורך קינד_אן_קייט
.

Re: "שטיסל" טעלעוויזיע סעריע

נשלח: דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 7:31 pm
דורך טמיר
Wow! הלואי וואלט איך אפגעלערנט א פסוק חומש אדער א משנה אזוי גרינטליך

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 4:18 pm
דורך פישערער רבי
אויסצוג פון פרק 8

https://youtu.be/y67zH1vhabo

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 5:45 pm
דורך פישערער רבי
אויך כ'פארשטיי נישט פארוואס באבע מלכה ווערט ווידער אפגעשוואכט איר זכרון און זי האלט נאך ביים צייט פון פאר ששת הימים דאך אין פרק 2 האט מען געזעהן אז איר זכרון איז צו איר צוריק געקומען אינגאנצן

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 8:38 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
קינד_אן_קייט האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:און וואס באדייט דער פיש אין די געפילן?

דער גאלד פיש אינעם זעקל איז א חלק פונעם משל, קיווע איז יעצט אין א בחינה פון א פיש אן וואסער, ער שוועבט צווישן עולמות, זיין היים איז אינוואדירט געווארן דורך מנוחה (די זעלבע מנוחה וואס האט אים ערקלערט אלץ טאטאלער דעפעקט), זי דראעט צו פארנעמען דאס פלאץ פון זיין ליבע מאמע דבורה עליה השלום, און זי הייבט אן בפועל איבערצונעמען זיינע ד׳ אמות.

קיווע איז גאר שטארק אנגעוויזן אויף זיין היים, ס׳רעפרעזענטירט א פיזישע קשר (נישט בלויז בזכרון) צו זיין מוטער, און כאטש ער קומט זיך קנאפ אויס מיט׳ן טאטען איז ער פארט שטארק אנגעוויזן אויף זיין נאענטקייט. ווען שולעם ווערטלט זיך מיט אים, הערשט דארט אהבה, און ווען שולעם טרעט אויף אים, צינדט דאס אן אין אים פונקען פון זעלבסטשטענדיגקייט.

דאס איז קיווע׳ס כאראקטער, ער איז שוואך, אומדרייסט און הענגט זיך אן אינעם צובראכענעם מסגרת פון זיינע עלטערן׳ס (געוועזענע) שטוב.

דאס איז אויך א גרויס חלק פון די סיבה פארוואס ער בחור׳ט נאך, ער שפירט זיך נישט ביכולת ארויסצוטרעטן אליין אין די וועלט. ער איז ווי א קליין קינד וואס לעכצט נאך אן ערוואקסענעם און עלטערער פיגור וואס זאל אים ווייזן דעם וועג ווען ער בלאנדזשעט, זאל אים אפנעמען סוף טאג ווען ער איז אליין, זאל אים שפייזן ווען ער איז הונגעריג, זאל אים פאררעכטן ווען ער מאכט א טעות, און געבן רשות אפילו בלויז צו גיין אין בית הכסא. גענוי דאס קינד וואס מיר זעהן אין זיין פאנטאזיע.

קיווע שפירט אבער אויך אז צייטן טוישן זיך, אויבנאויף ווערט אלעס ערגער, אבער מעגליך אז נישט.

ווי א הילפלאזער גאלד פיש איז ער יעצט כמעט גענצליך איינזאם, מנוחה האט געבאסט זיין באבעל, זיין היים איז מער נישט די זעלבע און ער איז אינדרויסן פונעם ׳זעקל׳. אבער אין די זעלבע צייט, איז ער אויך ארויס פון א צמצום, ער דארף טאקע שווימען מער מיט די אייגענע כוחות, ער איז אבער אויף די פרייע לופט און אין א ברייטערן שיסל.

ער פארשטייט אז ווארשיינליך מוז ער יעצט אויפוואקסן און גיין אין זיין אייגענעם וועג, ער איז דערשראקן אבער ער געזעגנט זיך. ער מאלט אפ דעם געוועזענעם קיווע ווי א קליין קינד, אומערוואקסן און פארלוירן, אנגעוויזן אויף חיות פון אנדערע ווי דער פיש אויף דאס ביסל וואסער אינעם זעקל. דער קליינער (גרויסער) קיווע האלט שטארק אן דעם זעקל, אבער בלויז מיט איין האנט, דער אנדערער האנט איז שוין פריי.

דאס איז גאר א גרויסע טריט פאר קיווע, ענדליך, ענדליך, איז ער גרייט ארויסצוטרעטן אין א נייער אומאפהענגיגען רשות.

הדסה ווינטשט אים טאקע: ״מזל טוב!״, בלייבט איבער צו זעהן אויב דאס מיינט טאקע אז ער גייט א חתן ווערן בקרוב, צו בלויז אז ער איז ארויס פון שולעם׳ס נעץ.


מוראדיגע ווערטער! דערמאנט מיר און ר' יואל כהן'ס ביאורים אויפן ליקוטי שיחות, הצד השווה שבהן אז די פרשנים שטייגן איבער די ארגינעלע מייצרים מיט זייער קריעטיוויטי און גאונות, אבער אוודאי האבן די ארגינעלע מייצרים נישט מכוון געווען די אלע כוונת אר"י.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 8:38 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
אז מען רעדט שוין יא, כ'האב נישט קיין סך צוצולייגן צו די אלע אנאליזין איבער די סעריע, וכבר פרשה זו יפה נדרשת בשטיבלינו ע"פ פשט, רמז, דרוש, סוד. כ'וועל נאר שרייבן מיין איינדרוקן ווער עס עקט פיין און ווער נישט.

שלום -שלום איז פיין, ספעציעל ווען ער עסט, די וועג ווי אזוי ער קייט און שלינגט ס'עפעס געוואלדיג, איך ווער הינגעריג יעדע מאל איך זע אים עסן.

קיווע- מאכט מיר נערוועז, ער פאר'גולם'ט זיך יעדע מינוט ער איז ווי איינער וואס וואקט אינמיטן שלאף, ער טרייבט איבער מיט זיין פאר'גולם'אכץ. איך גלייך אויך נישט זיינע וואנצעס.

ליבי- איך בין נישט צו אנטציקט נישט פון איר אקט און נישט פון איר כאראקטער. זי פאללאוד די טיפיקיעל סטיריא-טייפ פון א פרוי-עקטרעסס וואו דער מאן (עקיבא) לויפט נאך די פרוי, און די פרוי (ליבי) זאגט אז ער זאל פארגעסען איר נאמבער. זי ווייזט קיינמאל נישט ארויס איר אהבה צו אים וכו' (איך קען נישט גלייבן אז איך האב געזאגט וכו').

גיטי- אה פאר גיטי איך גיי ניסלעך, זי איז דאך אויסטערליש ארגינעל אז כמעט וואס מען כאפט נישט אז זי עקט, שוין אין עונה ראשון האב איך געהאלטן אז פון אלע עקטערס נעמט זי די קעיק. לדעתי לדעתי קומט זיך איר אן אסקער אדער לכל הפחות אן עממי.

ליפא- ליפא איז אויך גאר גוט (איך וואלט אים געלייגט איינס נאך גיטי). זיין מנוחה ושמחה גייט מיר נישט ארויס פון קאפ, איך האב עס געזינגען דעם שבת מיטן ליטווישן הבהרה און סאיז געגאנגען א רויך. מיין ווייב פרעגט מיר פון וואו איך קען דעם ניגון? סדאך אזוי שיין, זאג איר איר אז איך האב א מסורה אז מיט דעם ניגון האט אמאל א מקשה לילד ארויסגעשטופט א קינד אן אפידורל.

רוחמה- שוואכע מעשיות, זי איז איין דימענשנעל מיט איר כאראקטער און עקט, פארביטערט און שטייף.

צבי אריה- איך קען מיך שווערן אז איך האב אים נעכטען געזען אין באבוב'ע בית מדרש צווישן מנחה און מעריב, ער זעט דאך אויס אזוי היימיש אז עס כאפט א פחד. עקטן עקט ער ווי אויפן באבובע פלעי.