בלאט 20 פון 21

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2015 8:23 am
דורך שמעקעדיג
די נעקסוס? א 6 אינטשיגע סקרין? טענקס באט נאו.

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2015 8:26 am
דורך שמעקעדיג
דערמאנסט מיך פון די חברה וואס ווען מען האלט זיי פאר איבער מאלעסטעישאן און אנדערע עוולות אינערהאלב די קאמיוניטי, זאגן זיי, האסט נישט געטראפן אויף וועמען צו רעדן? ביסט זיך נישט מחיה מיט הצלה, חברים, שומרים, תומכי שבת? דו ווייסט אויף וועלכע קאמיוניטי דו רעדסט? והבן....

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2015 8:52 am
דורך וכדומה..
:lol:

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2016 6:33 pm
דורך [NAMELESS]
איך זיך א גוטע קלאוד בעיסד נאוטבוק וואס איך זאל קענען ניצן פון ענדרויד און פונעם קאמפיוטער, איך האב גענוצט OneNote אבער ווען איך שרייב לה''ק אויפן ענדרויד קומען אויס די ווערטער פארקערט,
Evernote ארבעט יא גוט מיט לה''ק אבער איך זעה אז כדי צו קענען האלטן נאוטבוקס אפליין מוז מען צאלן דערפאר,
ווייסט איר עפעס בעסער?

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 9:54 pm
דורך ונבנתה העיר
כ'זעה אז קאהאן אקעדעמי האט ענדליך ארויסגעגעבן אן עפפ פאר ענדרויד.

Re: ענדרויד

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 11:18 pm
דורך פליקער
שמעקעדיג, איךהאב מיר איינגעהאנדעלט די נייע LG 5 עס איז ממש ווינדערבאר, עס האט פילע מעלות מער ווי די S7 וואס איז אויך ארויס פון סעמסאנגס געדערם, עס איז גיט אבער היות עס האט נישט די אפציע םון וועקסלען בעטאריס האב איך זיך געמיזט אפשאקלען דערפון. למעשה פארמאגט די LG אסאך מעלות, דהיינו עס האט א ווייד ענגלעל לענז וואס כאפט בילדער פון ממש 135 דעגרי, אויך אוועקסלבארע בעטארי.

Sent from my VS987 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2016 11:36 pm
דורך ליפא
How to switch to iphone from Android

http://mobile.nytimes.com/2016/04/07/te ... tence.html

Re: ענדרויד

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 11:31 am
דורך נולד מאוחר
ונבנתה העיר האט געשריבן:כ'זעה אז קאהאן אקעדעמי האט ענדליך ארויסגעגעבן אן עפפ פאר ענדרויד.

כניץ עס, אבער איך זע נאר דארט די ווידיאוס, מקען דארט פרעקטיסן אויך?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 12:37 pm
דורך ונבנתה העיר
כ'קען זיך נישט אויס מיט'ן פרעקטיסן, מאך אבער זיכער אז דו האסט די אפיציעלע עפפ.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 12:47 pm
דורך שמעקעדיג
פליקער האט געשריבן:שמעקעדיג, איךהאב מיר איינגעהאנדעלט די נייע LG 5 עס איז ממש ווינדערבאר, עס האט פילע מעלות מער ווי די S7 וואס איז אויך ארויס פון סעמסאנגס געדערם, עס איז גיט אבער היות עס האט נישט די אפציע םון וועקסלען בעטאריס האב איך זיך געמיזט אפשאקלען דערפון. למעשה פארמאגט די LG אסאך מעלות, דהיינו עס האט א ווייד ענגלעל לענז וואס כאפט בילדער פון ממש 135 דעגרי, אויך אוועקסלבארע בעטארי.

די איינציגסטע עכטע מעלה איז די טשעינזעבל בעטערי (וועלכע איז א טראפעלע שוואכער ווי די S7 פון סעמסאנג), אבער די S7 האט גענוג א שטארקע בעטערי אז רוב מענטשן זאלן קענען אדורכמאכן דעם טאג (מיט א שמוץ אריבער) אן טשארדזשן. (הגם מיט די צייט וועפט אויס די שטארקקייט, אבער די שנעלע טשארדזשער איז א לייף סעיווער).

די ווייד-ענגל קעמרע פון וואס דו רעדסט (עס פארמאגט 2, א רעגולער + א ווייד ענגל) דארפן 99% מענטשן נישט האבן, חוץ די וועלכע כאפן בילדער ביי רבי'שע שמחות און ווילן נאר א "טייל" פונעם עולם אויף אמאל. און די קוואליטעט פון די בילדער - כאטש עס איז פון די בעסטע אויפן מארקעט - איז נאך אלץ נישט ביי דער מדריגה פונעם גאלעקסי S7.

איך פערזענליך גלייך נישט קיין גרויסע טעלעפאנ'ס, און די 5.1 אינטש פונעם גאלעקסי איז אביסעלע גרעסער ווי איך גלייך, און די LG G5 איז דאך 5.3, שוין מער ווי אביסל צו גרויס פאר מיינע קליינע הענטעלעך.

האבענדיג דאס געזאגט, איז קלאר אז די LG G5 איז א אויסגעצייכענטער פאון, און אפילו ביי די קריטיקירער וואס גלייכן דעם גאלעקסי בעסער, איז די G5 נעקסט אין ליין, עס איז כמעט ביים שפיץ. פלאס וואס די LG סאפטוועיר האט אפאר מעלות און פיטשעווקעס וואס די גאלעקסי פארמאגט נישט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 1:09 pm
דורך פליקער
יא גערעכט, איך ניץ טאקע מיין סעלפאון נאר ביי רעבישע שמחות, כדי ארויסצינעמען רעבישע אויגן, שפעצייל ביי די וועלכע קומען פונעם עולם האמת פאר די בליץ באזיך.

איך פלעיג איבערדרייען 3-4 בעטאריס יעדען טאג, דעריבער האב איך מיך נישט געקענט איינבייגן פארדי געלאקסי עס 7 און געמיזט זיך לאזן שמייסן מיט די עלז'

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 1:22 pm
דורך שמעקעדיג
וואס די גיהנם קען מען טאן מיט א פאון צו ברויכן איבערדרייען בעטעריס 3-4 מאל א טאג? כ'האב נאך אזוינס נישט געהערט. א חוץ אויב דיין פאון איז שוין אלט 5 יאר און דו נוצט נאך די זעלבע בעטערי פון דעי וואן. בעטערי'ס ווערן אפגענוצט מיט די צייט.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 1:55 pm
דורך [NAMELESS]
כ'קען עפעס אריין פרעגען? מ'הערט מיר? איך דארף נאר וויסן וועלכע פאון האט די 'קלארסטע' קעמערע.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 2:07 pm
דורך פרייוויליג
פליקער האט געשריבן:שמעקעדיג, איךהאב מיר איינגעהאנדעלט די נייע LG 5 עס איז ממש ווינדערבאר, עס האט פילע מעלות מער ווי די S7 וואס איז אויך ארויס פון סעמסאנגס געדערם, עס איז גיט אבער היות עס האט נישט די אפציע םון וועקסלען בעטאריס האב איך זיך געמיזט אפשאקלען דערפון. למעשה פארמאגט די LG אסאך מעלות, דהיינו עס האט א ווייד ענגלעל לענז וואס כאפט בילדער פון ממש 135 דעגרי, אויך אוועקסלבארע בעטארי.

Sent from my VS987 using Tapatalk


די סעמסאנג S7 איז ביזדערווייל די שנעלסטע ענדרויט מאשין וואס איך האב נאר געהאלטן אין מיין הענט. איך וויל דיר נישט אנרייצן, אינדזשוי דיין LG5, איך בין זיכער עס האט אסאך מעלות. אבער די S7 איז עפעס וואס פאסט נישט פאר די ענדרויט פלאטפארמע, אדער סעמסאנג פאמיליע. אנדערש ווי פריערדיגע פלעסטיג מאדעלס (חוץ די S6) פארמאגט די S7 א מעטעל פרעם, און א SD סלאט. די פאון איז סופער שנעל און ריספאנסיוו, און די בעטערי איז אויך עפעס זעלטן. ווילאנג די רייוועלס וועלן זיך רייסן ביי די קעפ וועלן מיר נאר פארדינען.

עס איז דא פיטשערס וואס סעמסאנג האט אראפגעווארפן (זעט אויס זיי זעען עס איז גארבעדזש) צב"ש: סקראלן פעידזשעס מיט די אויגן. אדער MUTE א קאל ווען מען waved די הענט העכער די דעווייס. מיט די זאכן גייט סעמסאנג אויף צוריק. קיינמאל טאר מען נישט אראפנעמען א פיטשער פון א פריערדיגע מאדעל.

צווייטענס גייט א גענערעל פראבלעם פאר די ענדרויט פלאפארמע - ווען אימער דו באקומסט א נאטיפיקעשען, דארפסטו אנצינדן דיין פאון עס צו ליינען. עס איז מאדנע פארוואס די נאטיפיקעשען צינד נישט אן די פאון.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 3:03 pm
דורך שמעקעדיג
סעמסאנג האט אראפגעווארפן געוויסע פיעטשורס פון זייערע פאונס לויט די פארלאנג פון די קאסטומערס וואס ווילן דעם פאון מיט ווייניגער 'אומנויטיגע גארבעדזש' וואס נעמט אויף פלאץ, אבער זיי זאגן אז די אלע זאכן זענען אוועילעבל צו דאונלאודן.
די גאלעקסי S7 האט דערווייל די בעסטע קעמרע אויפן מארקעט, לויפט די שנעלסטע, און האט די שענסטע סקרין. די LG G5 האט אויך א הערליכן סקרין כמעט אזוי שיין ווי די גאלעקסי, איז אויך גאר שנעל, אבער אין שנעלקייט און אין פיקטשער קוואליטי איז עס א סטעפ ביהיינד, נישט אז עס איז שלעכט, בכלל נישט, און נישט יעדער מוז האבן די סאמע בעסטע און שנעלסטע, רוב צייט כאפט מען עס ניטעמאל. די אייפון קעמרע איז פארט בעסער ווי דעם LG. און די אייפאון סקרין קען נוצן א שטיקל אפדעיט מיט די רעזאלוציע.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 3:32 pm
דורך פליקער
[center][tag]שמעקעדיג[/tag]
"13000"
[/center]
אנבעליוועבל
בילד

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 4:46 pm
דורך שמעקעדיג
פרייוויליג האט געשריבן:אינדזשוי דיין LG5, איך בין זיכער עס האט אסאך מעלות. אבער די S7 איז עפעס וואס פאסט נישט פאר די ענדרויט פלאטפארמע, אדער סעמסאנג פאמיליע. אנדערש ווי פריערדיגע פלעסטיג מאדעלס (חוץ די S6) פארמאגט די S7 א מעטעל פרעם, און א SD סלאט. די פאון איז סופער שנעל און ריספאנסיוו, און די בעטערי איז אויך עפעס זעלטן.

די LG האט אויך מער נישט קיין פלעסטיג נאר מעטאלענע פרעימ'ס (כאטש נישט אזא קוואליטעט ווי סעמסאנג), ווי אויך האבן זיי אייביג געהאט א SD קארד סלאט, בנוסף האבן זיי די בעטערי וואס מען קען טוישן.
די G5 איז ענדליך פטור געווארן פון די קנעפלעך אויפן רוקן פונעם פאון, און געלייגט אין די זייטן גענוי ווי די אנדערע פראדוצירער, זיי זאגן אז די קאסטומער פידבעק האט דאס פארלאנגט.

בכל אופן, עס איז פאראן מערערע אשכולות איבער די פאונ'ס, דער אשכול איז מער געווידמעט פאר די סאפטוועיר פון ענדרויד.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 4:51 pm
דורך פליקער
זיי זענען נאר פטור געווארן פון די וואליאם קנעפל פונעם ריקן און ציריק געלייגט צים זייט

אבער דעםאנצינדער האבן זיי נאך אלס ביים ריקן מיט פינגער פרינט רידינג שלא לכנוס את מי שאין לו רשות, און איז זייער באטעםט, ווייל מען ברויך נאר צורירן באותו מקום און עס צינט זיך אינטער, און אפילו נישט אריין דריקן כמו ביים ענדרויד

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 5:05 pm
דורך [NAMELESS]
ווער האט א בעסערע קעמערע, די s6, אדער די איפאון 6? און איז דא נאך א פאון וואס קען זיך פארמעסטן מיט זיי? (אפשר htc)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 6:14 pm
דורך שמעקעדיג
די S6 און די אייפאן 6 זענען גאנץ ענליך, אבער ביי פארשידענע טעסטס איז איינס געווען אביסל בעסער ווי די אנדערע, אמאל די און אמאל יענע, אבער לכו"ע זענען זיי געווען די 2 בעסטע, ביז דעם נייעם S7.
HTC מאכט הערליכע פאונ'ס; אנפארטשונעטלי אין די קעמרע דעפט. זענען זיי זייער הונטערשטעליג :cry:

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 6:15 pm
דורך שמעקעדיג
פליקער האט געשריבן:מען ברויך נאר צורירן באותו מקום און עס צינט זיך אינטער

;) :o :shock: :P
אוי כאפסטו באלד א פליקער. :lol:

נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2016 6:26 pm
דורך שמעקעדיג
PC MAG

.

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2016 1:01 pm
דורך שמעקעדיג
PC WORLD איז אויך נישט זייער צופרידן פון די LG G5

http://www.pcworld.com/article/3055197/ ... y-off.html