בלאט 20 פון 22

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 5:24 pm
דורך צפרדע
שמערל האט געשריבן:וואס איז אויב געט ער ליבשאפט צוויי מאל א וואך און זי פילט אז איר איז עס נישט גענוג

ליבשאפט דארף מען געבן מער ווי 2 מאל א וואך, מען דארף דאס געבן יעדעס מאל מען רעדט אויפן פאון צו איר..

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 7:27 pm
דורך נפה
לאו דוקא אויפן פאון און לאו דוקא ווען מען רעדט צו איר

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 7:59 pm
דורך החוקר
שמערל האט געשריבן:און לגבי דיין הסכמה אז א מאן וואס געט נישט קיין ליבשאפט איז שלעכט, וואס איז אויב געט ער ליבשאפט צוויי מאל א וואך און זי פילט אז איר איז עס נישט גענוג


דערמאנסט מיר א ווערטל.

מען פארציילט אז אמאל איז געווען א קאפל וואס איז שוין געווען חתונה געהאט פאר 10 יאר, אבער זיי האבן אייביג געהאט רייבערייען. הכלל, זיי האבן איין טאג באשלאסן אז מען גייט גיין "פאר העלפ".

זיי קומען אריין, זעצן זיך אראפ און דאס ווייבל הייבט אן אויסצוגיסן איר הארץ. זי ברענגט דארט אויף יעדעס איינציגסטע עוולה וואס דער מאן האט נאר געטון זייט די יום החופה. זי פארציילט יעדעס מאל וואס ער האט איר נישט געקויפט א מתנה, געזאגט א קרום ווארט, איר נישט גאהאלפן גענוג, אלעס אזוי ביזן לעצטן דעטאל.

הכלל, נאך אזא צוויי שעה זיצן און קאמפלענען, שטעלט זיך דער קאונסלער אויף. ער גייט ארום זיין טיש, גייט צו צום ווייבל נעמט איר שטארק ארום מיט ביידע הענט פאר עטליכע סעקונדעס. דער מאן זיצט דארט און קוקט זיך צו מיט שאק צו וואס עס האט אקארשט פאסירט.

נאך עטליכע סעקונדעס דרייט זיך דער קאונסלער אויס צום מאן און זאגט אים "דאס איז דאס גאנצע וואס פעלט איר, דו קלערסט אז דו קענסט מאכן זיכער אז זי באקומט עס דריי מאל א וואך?"

דער מאן קלערט א רגע... און זאגט, "איך קלער אז איך בין עוועילעבל איר אהער צוברענגן מאנטאג'ס און מיטוואך'ס אבער פרייטאג איז אביסל שווער, עס איז א קורצע טאג".

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:05 pm
דורך berlbalaguleh
החוקר: דאס איז א גוט ווערטל. און דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער. נאר איך מיין אז דאס באלאנגט אין די שמייכל אפטיילונג. אין מילתא דבדיחותא...פאלאצ'ינטא. דו הערסט....?!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 8:13 pm
דורך פרימארגען
שמערל האט געשריבן:איך בין זייער נייגעריג צו די אלע וואס פארשטייען א מאן וואס גייט ארויס מיט אנדערע ווען זיין אייגענע ווייב פארפילט נישט זיינע געברויכן, וויאזוי וואלטן זיי ריעקטעט ווען זיי וואלטן געוואור געווארן אז זייער ווייב פירט עסקים מיט אנדערע מענער ווייל זי באקומט נישט גענוג ליבע אינדערהיים. וואלטן זיי אויך פארשטאנען אז די פרוי איז גערעכט און שולדיג איז דער מאן אדער דער חתן טיטשער וואס האט נישט גוט אויסגעלערנט וויאזוי צו ליבן א ווייב?

אויסגעלערינט וויאזוי צו ליבן? די חלומסט טאקע אז מען קען אזא זאך אויסלערנען? איי דאנט טינק סו און ווער עס האלט אזוי מיין איך אז ער ווייסט נישט וואס ליבע איז

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 12:34 pm
דורך ליב צו וויסן
שמערל האט געשריבן:דער שמועס האט זיך אנגעהויבן איבער א מאן וואס איז דורכגעפאלן מיט א פרעמדע פרוי.



דאן ציה איך צוריק, איך בין אריינגעקומען אינמיטן א שמועס...

לגופו של ענין:
לשיטתי, ווען מען האט חתונה נעמט מען נארמאל אן געוויסע התחייבות'ער איינער פארן צווייטן.
איינס דערפון איז נוגע ליבשאפט, און די התחייבות איז אז מען "וועט עס גיבן" איינער פארן צווייטן, און "בלויז" איינער פארן צווייטן.

פארשטייט זיך "וואס" עס גיבן מיינט איז נישט קיין קלארע זאך, אבער ס'איז זייער קלאר אז עס גיבן ככפאו שד איז זיכער "נישט" געגיבן (די גאנצע זאך איז דאך געפיל נישט עפעס א טאקטישע זאך).

ס'איז פאראן א טענה אז אין די פעלער וואס חתונה האבן איז עפעס וואס קומט בכלל נישט פונעם מענטש אליין (ווי איינגעפירט ביינונז), איז שווער צו אז ס'איז פאראן סיי וואס פארא התחייבות'ער.

צו די טענה איז ריכטיג צו נישט קען מען דן זיין אבער אויב ס'איז ריכטיג גייט דאס אויף אלע וועגן...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 8:55 am
דורך צקון לחש
ליב צו וויסן האט געשריבן:ס'איז פאראן א טענה אז אין די פעלער וואס חתונה האבן איז עפעס וואס קומט בכלל נישט פונעם מענטש אליין (ווי איינגעפירט ביינונז), איז שווער צו אז ס'איז פאראן סיי וואס פארא התחייבות'ער.

צו די טענה איז ריכטיג צו נישט קען מען דן זיין אבער אויב ס'איז ריכטיג גייט דאס אויף אלע וועגן...

א פאר יאר נאך מיין א"ג חתונה, איז ביי מיר נתקיים געווארן "הדר קבלוה מאהבה", ווען איך האב נאכאמאל חתונה געהאט מיט מיין ווייב, דאס מאל זיצנדיג אליין ביים טיש מיט איר...

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 4:42 pm
דורך berlbalaguleh
צקון לחש: דאס מיינט אז דו ביסט יעצט אין דיין צווייטע חתונה ( מיט דיין ערשטע ווייב.).

אין ענגליש איז דא אזא ווערטל...Every successful marriage is a second marriage...!

נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 5:01 pm
דורך טיי אווענט
זיי וועלן גורם זיין צו פיל עקסידענטן.
איך האב עקספיריעמס מיט פרויען דרייוערס.
2 עקסידענטן האב איך געהאט פון פארנאכלעסיגע פרויען דרייווערס ואכהמ"ל

נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 5:09 pm
דורך געזונטערהייט
טיי אווענט האט געשריבן:זיי וועלן גורם זיין צו פיל עקסידענטן.
איך האב עקספיריעמס מיט פרויען דרייוערס.
2 עקסידענטן האב איך געהאט פון פארנאכלעסיגע פרויען דרייווערס ואכהמ"ל
זיך דערמאנט פון א שלעכטן חלום....?

נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 5:26 pm
דורך גאלדמאן
צפרדע האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:וואס איז אויב געט ער ליבשאפט צוויי מאל א וואך און זי פילט אז איר איז עס נישט גענוג
ליבשאפט דארף מען געבן מער ווי 2 מאל א וואך, מען דארף דאס געבן יעדעס מאל מען רעדט אויפן פאון צו איר..
ליבשאפט איז במחשבה, עס איז נישט עפעס וואס מען "געבן", אפשר קען מען עס ארויסווייזן אדער ארויסזאגן.

נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 5:34 pm
דורך גאלדמאן
די וועלט איז נישט שווארץ און ווייס אז אדער גייסטו מיט א קוטשמע אז נישט גלייכסטו א קניידל אין די זופ.

יש אנשים שמקבלים מביתם הכל בכל מכל ועכ"ז מחפשים מבחוץ, כמאמר החכם מים גנובים ימתקו,
און עס איז דא וואס באקומען נישט גארנישט חוץ א ווינטער קאוט אין די זומער ועכ"ז הם מרוצים.

נישטא קיין כלל דערין, בצלם אלוקים ברא אותם, יעדעם מיט אנדערע גראד היץ.

נשלח: דינסטאג מאי 16, 2023 9:10 pm
דורך טיי אווענט
צקון לחש האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:ס'איז פאראן א טענה אז אין די פעלער וואס חתונה האבן איז עפעס וואס קומט בכלל נישט פונעם מענטש אליין (ווי איינגעפירט ביינונז), איז שווער צו אז ס'איז פאראן סיי וואס פארא התחייבות'ער.

צו די טענה איז ריכטיג צו נישט קען מען דן זיין אבער אויב ס'איז ריכטיג גייט דאס אויף אלע וועגן...
א פאר יאר נאך מיין א"ג חתונה, איז ביי מיר נתקיים געווארן "הדר קבלוה מאהבה", ווען איך האב נאכאמאל חתונה געהאט מיט מיין ווייב, דאס מאל זיצנדיג אליין ביים טיש מיט איר...
אפשר געבסטו איבער אביסל מער דאטאלירטע פרטים??
וואס איז פארגעגאנגען פאר יענעם געבענטשטן זיצונג ביים טיש? וואס איז פארגעגאנגען ביים טיש? וועלכע מאמרי חיזוק והדרכה האט מען דורעכגעלערערנט? אפשר קענסטו משפיע זיין אפאר לינקס פארן ציבור עולם ביים טיי אווענט?

נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 4:15 pm
דורך Shalom10236
האפענטליך מיט א פאטאגרפירעער

נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 4:26 pm
דורך yn.NY
טיי אווענט האט געשריבן:זיי וועלן גורם זיין צו פיל עקסידענטן.
איך האב עקספיריעמס מיט פרויען דרייוערס.
2 עקסידענטן האב איך געהאט פון פארנאכלעסיגע פרויען דרייווערס ואכהמ"ל
פאלטעך נישט ביי אז דו (דע "מאן דרייווער") איז געווען דער פארנאכלעסיגער...

נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 5:00 pm
דורך shadchan
,hi everyone, i just register myself here and its the first time im writing over here sorry im writing in english, as i said in my profile,
that i donnot have yidish letters on my keaboard, so sorry
i saw this conversation, could someone give me a quick rundown what has been writen over here?
i have to start writing somewhere... thanks for excepting me

Re: צניעות צניעות צניעות צניעות!!!!

נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 7:57 pm
דורך דיכטער
א שנעלע ראנדאון וואלט געווען בערך אזוי:

דער באשעפער האט באשאפן דעם וועלט אזוי אז זכרים מיט נקבות דארפן לאסטן צו קענען רעפראדוקטירן, עס איז אזוי אין כמעט אלע ביאלאגישע לעבנס אויף דעם פלאנעט. אזא סארט וועג פון רעפראדוקציע האט א שטארקע אויבערהאנט ווען עס קומט צו פארמיידן גענעטישע פעלערן און עס העכערט פילפאכיג די שאנסן איבערצולעבן.

מענטשן זענען אין דעם הינזיכט נישט אנדערש. מיר מוזן צוקומען צום קעגענער-געשלעכט אויף צו ברענגען דעם קומענדיגן דור אבער אין מענטשן, אנדערש ווי די מערהייט פון אלע באשעפענישן אין דער ווילדערניש, איז נישט דא קיין באשטימטע צייט ווען די מינים באקענען זיך און פארשוואנגערן די נקבות, נאר אין מענטשן גייט עס אז עס איז דא א שטענדיגע רייץ פאר לאסט, ווי לאנג דער מענטש איז געזונט און זיינע הארמאנען זענען באלאנסירט.

אבער דא קומט מען אן צום פראבלעם, אז אין דער אידישע רעליגיע איז פאליגאמיע (זיך באקענען מיט מער ווי איינעם פונעם פארקערטן מין) שטרענג פארבאטן און דעריבער מוז מען זיך האלטן צו איין פָּאר אין יעדער צייט.

אין די מענטשליכע געזעלשאפט איז פאליגאמיע בכלל, זייער שטארק נישט איינגעפירט און מאנאגאמיע איז דער גאנגבארע צוגאנג.

בנוסף צו דעם אלעם איז אין דער שטרענג-ארטעדאקסישע אידישקייט פאהאן א שטארקע קעגנערשאפט צו מאסטורבאציע און סיי וועלכע זאך עס האט נאר א סרך שמעק פון א חשש ספק אז עס קען צוברענגען דערצו ווערט זאפארט אסור בתכלית האיסור.

לאור כל האמור האט זיך דער שטרענג-ארטאדאקסישע אידישקייט געטראפן אין א פארלעגענהייט. פון איין זייט האט ג-ט באשאפן און איינגערישט זיין וועלטל אז מענטשן זאלן דארפן לעבן צווישן זיך אויף אזא און אזא וועג און אז מענטשן זאלן דאס וועלן און שטרעבן און דאס זאל ברענגען נאנטקייט און פארבינדונג צווישן פָּארן, אבער פון דער אנדערע זייט קענען זיי נישט טראכטן פונעם געדאנק אז איינער זאל ח"ו האבן א חשש הרהור פון א ספק הוז"ל, ממילא מוזן זיי כסדר אויפקומען מיט איסורים וחרמות קינוים, שמטאות ונידוים שלא שערום אבותינו מעולם.

נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 8:08 pm
דורך שמעקעדיג
ווי שוין געשמועסט, איז בעפאר חרם דרבינו גרשום נישט געווען אזוי.. אויך איז אמאל געווען א אפציע פאר א פילגש...

נשלח: מאנטאג מאי 22, 2023 8:58 pm
דורך berlbalaguleh
דיכטער: איך מוז טשאלענדזשן וואס דו זאגסט אין דעם דריטן פאראגראף. די אידישע רעליגיע פארבאט בכלל נישט פאליגאמיע. פארקערט. ביז די צייט פון רבינו גרשם איז פאליגאמיע געווען דער סטאנדארט. דויד המלך האט געהאט אכצן ווייבער. שלמה המלך טויזנט.

די רעליגיע אזוי ווי ס'איז געגעבן געווארן ביים בארג סיני באהאנדלט אינגאנצן נישט פאליגאמיע. ווייל ס'איז נישט פארבאטן. רבינו גרשום מאור הגולה האט דאס איינגעפיהרט (מאנאגאמיע) כדי צו הייבן דעם סטאנדארט און חשיבות פון די פרוי. און דורכדעם פארמיידן מעגליכע קאנספיראציעס וועלכע קומען אלס רעזולטאט פון קאמפעטישן פון די מולטיפל ווייבער פון א מענטש. אזוי ווי ער האט זיך אליין געלערנט פון זיין אייגענע ביטערע עקספיריענס.

אויך האבן א פילגש איז געווען א נארמאלע זאך אין ביבליקל צייטן. אויך א סאך שפעטער. ר' יעקב עמדין איז געווען א שטארקער אדוואקאט פן דעם איינפיהר. אויך די גמרא רעדט איבער א פילגש. זאגנדיג (אין מס' כתובות) אז א ווייב באקומט א כתובה (מיט אלע פראטעקשנס און בענעפיטן) און א פילגש וואוינט מיט א מענטש אן א כתובה. זי האט נישט קיין שום מערידזש בענעפיטן און פראטעקשאנס.

נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 8:54 am
דורך נחום הסופר
berlbalaguleh האט געשריבן:דיכטער: איך מוז טשאלענדזשן וואס דו זאגסט אין דעם דריטן פאראגראף. די אידישע רעליגיע פארבאט בכלל נישט פאליגאמיע. פארקערט. ביז די צייט פון רבינו גרשם איז פאליגאמיע געווען דער סטאנדארט. דויד המלך האט געהאט אכצן ווייבער. שלמה המלך טויזנט.

די רעליגיע אזוי ווי ס'איז געגעבן געווארן ביים בארג סיני באהאנדלט אינגאנצן נישט פאליגאמיע. ווייל ס'איז נישט פארבאטן. רבינו גרשום מאור הגולה האט דאס איינגעפיהרט (מאנאגאמיע) כדי צו הייבן דעם סטאנדארט און חשיבות פון די פרוי. און דורכדעם פארמיידן מעגליכע קאנספיראציעס וועלכע קומען אלס רעזולטאט פון קאמפעטישן פון די מולטיפל ווייבער פון א מענטש. אזוי ווי ער האט זיך אליין געלערנט פון זיין אייגענע ביטערע עקספיריענס.

אויך האבן א פילגש איז געווען א נארמאלע זאך אין ביבליקל צייטן. אויך א סאך שפעטער. ר' יעקב עמדין איז געווען א שטארקער אדוואקאט פן דעם איינפיהר. אויך די גמרא רעדט איבער א פילגש. זאגנדיג (אין מס' כתובות) אז א ווייב באקומט א כתובה (מיט אלע פראטעקשנס און בענעפיטן) און א פילגש וואוינט מיט א מענטש אן א כתובה. זי האט נישט קיין שום מערידזש בענעפיטן און פראטעקשאנס.
וואו שרייבט דאס ר' יעקב עמדין?
כ'האב גראדע לעצטנס אזוי געזעהן שטיין אין ס' 'צידה לדרך'

נשלח: דינסטאג מאי 23, 2023 10:39 am
דורך מילך טראק
די פראבלעם הייבט זיך אהן סאך פריער.
נישטא גענוג 'סעלף לאוו' ביי אונזער קאמיוניטי.

מיט וואספארא רעכט נעמט מען אוועק די בחירה פון א בחור וועם ער זאל זיך אויסקלויבן מיט וועם צו חתונה האבן, וויאזוי זיין ווייב זאל גיין אנגעטון וכו' דאס איז ממש א קריים.

נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 1:56 am
דורך דוד שריפטליך
גאלדמאן האט געשריבן:
צפרדע האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:וואס איז אויב געט ער ליבשאפט צוויי מאל א וואך און זי פילט אז איר איז עס נישט גענוג
ליבשאפט דארף מען געבן מער ווי 2 מאל א וואך, מען דארף דאס געבן יעדעס מאל מען רעדט אויפן פאון צו איר..
ליבשאפט איז במחשבה, עס איז נישט עפעס וואס מען "געבן", אפשר קען מען עס ארויסווייזן אדער ארויסזאגן.
דו רעדטס וועגן ליבשאפט אדער געשלעכט?

נשלח: דאנערשטאג מאי 25, 2023 1:59 am
דורך דוד שריפטליך
הלכה'דיג לויט ווי עס שטייט אין שלחן ערוך, אויב די ווייב פארלאנגט פונעם מאן ברויך ער דאס צושטעלן יעדע מאל ווייל אויב נישט איז עס א ווייעלעישאן פון עונה וואס איז געזאגט געווארן לא יגרע. מער פון דעם אין אישי אדער מאחורי.......