בלאט 20 פון 63
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 1:25 am
דורך יואליש
רויטע וואנצעס האט געשריבן:שול - וואטסאפ - טוויטער - נ.י. פאסט.
ווי ונתנו, גייט עס אהין און צוריק. פאוסט > טוויטער > וואטסעפפ > שול > וואטסעפ > טוויטער > פאוסט
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 1:25 am
דורך דער (פינטעל) איד
משה (

) זאגט פאר יאנקל (

) און דער נער יאנקל זאגט עס ווייטער פאר זרח (

) שוטה זרח זאגט עס איבער אין ארבעט פאר א גוי דזשאני (

) רשע דזשאני זאגט עס פאר זיינע חברים (

) און דער שלעכטער פאסט (

) כאפט עס אויף און דרוקט עס מיט פרייד (

) און מיר ווערן גערעגט (

)
נ.ב. בילדער זענען געטוישט צו פארדעקן אינדעדיטעטן
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 1:28 am
דורך יואליש
מ'ברויך נישט קיין זשאני. יעדע לאקאל רעפארטער האט הונדערטער - יא הונדערטער - היימישע קאנטעקטס אין אימעל.
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 1:29 am
דורך דער (פינטעל) איד
וויץ געווען

נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 1:29 am
דורך רויטע וואנצעס
די פאסטס ארטיקל ווי יעדער ווייסט איז צאמגעשטעלט פון אזויגערופענע פאליציי'עשע ליקס. במשכ'ן טאג האבן מאנכע געזוכט סיבות פארוואס געוויסע פאליצאנטן האבן אים פארשמירט, צו צוליב אים מאכן שלעכט אויסזעהן, אז ס'זאל נישט זיין עק וועלט אז די פארשונג ריקט זיך נישט, וכדומה. יעצט זעה איך אין דעילי ניוס אז א x פאליציי האט געהאט געשעפטן/געפעכטן מיט אים. די פאליצייעשע קאמיוניטי איז ווי א גרויסע משפחה, ס'קען זיין נאך א סיבה פאר זייער השמצ'דיגע ליקס.
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 9:31 am
דורך [NAMELESS]
היינט
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 9:35 am
דורך outspoken
נאך א מזל זיי האבן נישט זיין פיקטשור.
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 9:53 am
דורך outspoken
אינטערסאנט, אז יענעם ביטערן דארנעשטאג האט קול מבשר געהאט אן אינטערוויא מיט וועלוול גאלדשטיין אז מ'האט אים פארכאפט אין קרית יואל תשמ''ג, פרעגט ק''מ וואס זאל איינער טון ווען מ'וויל אים פארכאפען? א שוידער צו הערן אזא פראגע מיט אזא תמימות נישט וויסענדיג וואס גייט זיך אפשפילען יענע נאכט ר''ל
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 10:15 am
דורך הילל
איינער דארף נאך מער פרוף אז די "פאוסט" איז זיך ממש מחיה מיט די גאנצע פאבליסיטי וואס מיר האבן זיי צוגעשטעלט אומזיסט? נישט בלויז קיין אנטשולדיגונג זעט מען נישט (וואס וואלט געווען א למעלה מדרך הטבע פאר די פאוסט), נאר מען זעט קלאר ווי זיי פרובירן מיט אלע כוחות צו רייטן ווייטער אויף די גרויסע פאבליסטי און האבן געהאפט עס נאך אביסל אויסצוציען אויף נאך א טאג מיט'ן שטעלן אין ריזיגע אותיות אויפ'ן פראנט פעידזש עפעס וועגן דעם "סלעין סלאמלארד". איך פארגין זיי דאס נישט!
טראכט נאר ווי בלאס און טרוקן זייער דעקל קוקט אויס מיט זייער גרעסטע נייעס אז מען זאל א קוק טון אויף דעם פרישן אייניקל פון דעם "געוועזענעם מעיאר"... למשל די צייטונג זאל שטעלן אויפ'ן פראנט פעידזש וועגן א וואכנאכט פון א געווזענעם רבינ'ס אן אייניקל... נאר מיט אזא פיינעם ביינדל וואס מיר האבן זיי צוגעשטעלט, האבן זיי יעצט צוגעלייגט ריזיגע אותיות מיט א העדינג וועגן א פרישן מינדערוויכטיגן אומבאשטעטיגטן דעטאל וואס איז אפשר ווערט צו דערמאנט ווערן אלץ אן אגב-פאראגראף צווישן די קלעסיפיידס.
א שאד די אלע "קליקס" וואס מיר שטעלן זיי צו און זיי קעשן דאס איין.
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 10:18 am
דורך כתר מלכות
יואליש האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:שול - וואטסאפ - טוויטער - נ.י. פאסט.
ווי ונתנו, גייט עס אהין און צוריק. פאוסט > טוויטער > וואטסעפפ > שול > וואטסעפ > טוויטער > פאוסט
ונתנו איז נוטריקון וו׳אצעפ, ת׳וויטער, נ׳יארקפאוסט. און וואו ליינט מען דאס ? אין שול.
#ליכאמידידלארמיזיבאורייתא.
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 10:20 am
דורך רויטע וואנצעס
גוטע נייעס:
http://www.vosizneias.com/151475/2014/0 ... k-killers/לאנג איילענד פראסיקיוטערס האבן נישט קיין שום שיעבוד צו ברוקלינער עולם. ס'איז גוטע נייעס אז די ברוקלין די עי באקומט די קעיס.
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 10:24 am
דורך אפטעמיסט
איך דינג מיך מיט דיר [tag]הילל[/tag], איך האלט אז די גאנצע איבערקערעניש און מידיע געדעקטע חסידי'שע אויפברויז קעגן די פאוסט האט אויפגעטוען אז פון היינט און ווייטער ווען זיי וועלן שרייבן ארטיקלעך קעגן חסידים וועט דער גוי עס אנקוקן ווי א בלויזע קריגעריי קעגן די פאוסט און די חסידים. מ'וועט מער נישט גלייבן און אנעמען מיט אן ערענסקייט זייער העצע און שוועבל קעגן אונז, וויסענדיג אז די פאוסט איז אויפגעברויזט אויף וואס מען האט געטוען מיט זיי.
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 10:37 am
דורך הילל
אפטעמיסט, הלואי קען איך זיין אן אפטעמיסט... דו קלערסט באמת אז אין דריי חדשים ארום ווען זיי גייען צשעמירן א מעשה און ברענגען דעטאלן (ווי זיי וועלן שוין צוזאמקלויבן פון שמריה וכדו'), וועט איין גוי זיי ווייניגער גלייבן? דער נאטור פון מענטשן איז צו גלייבן שלעכטס, און דאס גייט זיך נישט טוישן. און אויב די פאוסט וועט זוכן שמוץ און זיי באריכטן, וועלן זיי טרעפן און יעדער וועט גלייבן.
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 10:46 am
דורך הילל
אגב, קענסט זען א משל טאקע שוין היינט פון עפעס וואס זיי האבן געשריבן אין די פאוסט, וואס זיי וואלטן עס געקענט שרייבן אויף גאר אן אנדערע וועג וואס וואלט געלאזט אן אנדערן בליק:
Stark’s past included the alleged groping of a woman’s buttocks aboard a crowded Manhattan subway car in 2011, but his lawyer, Michael Farkas, told The Post that the charges were dropped and that Stark even got a settlement from the city over the case.
קודם כל וואלטן זיי עס בכלל נישט געדארפט שרייבן . קוק ווי זיי שרייבן עס אלס די לעצטע שטיקל אין דעם נייעס וועגן זיין שותף וואס האט מורא פאר זיין לעבן אפילו עס קומט דא בכלל נישט אריין אזא דיטעיל וועגן דעם נפטר. איבערהויפט אויב למעשה איז קיינמאל געווען קיין טשארדזשעס, איז דאך עס בכלל נישט קיין קעיס, איז וואס איז אזוי וויכטיג צו דערמאנען בכלל? אבער זיי האבן זיכער געמאכט יא צו שרייבן דעם דזשוסי דיטעיל.
און אויב זיי שרייבן יא וואלטן זיי דאך שוין געמעגט שרייבן מער דעטאלן, ווי אז "די פרוי האט געזאגט אז עס איז בכלל נישט געווען און זי האט נישט געוואלט מיטהאלטן און אונטערשרייבן אויף די קלאגע" און אז וועגן דעם איז גארנישט געווארן מיט די קלאגע וואס א זייטיגער מענטש (אן אנדערקאווער) האט געוואלט ברענגען קעגן אים. אבער ניין, די חברה האבן זיכער געמאכט צו שרייבן אויף א וועג אז עס זאל נאך אלץ קענען קלינגען אז עפעס איז באמת פארגעקומען מיט דעם "סלעין סלאמלארד" וואס האט א לאנגע שווארצע רעקארד, אפילו מען האט טאקע צום סוף געדראפט די טשארדזשעס ווי זיין לאיער פארקאש זאגט (און אפשר דאך וועלן טייל ליינער קלערן אז דורך זיינע שעידי ביזנעס האט ער זיך ארויסגעדרייט פון יוסטיץ און נאך אנגעקלאגט די שטאט...)
קען זיין זיי וואלטן עס עניוועי געשריבן אזוי און קען זיין אז זיי האבן יא ענדערש יעצט די אגענדע צו זוכן און באריכטן ווי מער שמוץ, אבער דאס איז קלאר אז זיי קענען מער אונז צופיקסן אין דעם עתיד ווי מיר קענען זיי.
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:10 am
דורך אפטעמיסט
הילל האט געשריבן:אפטעמיסט, הלואי קען איך זיין אן אפטעמיסט... דו קלערסט באמת אז אין דריי חדשים ארום ווען זיי גייען צשעמירן א מעשה און ברענגען דעטאלן (ווי זיי וועלן שוין צוזאמקלויבן פון שמריה וכדו'), וועט איין גוי זיי ווייניגער גלייבן? דער נאטור פון מענטשן איז צו גלייבן שלעכטס, און דאס גייט זיך נישט טוישן. און אויב די פאוסט וועט זוכן שמוץ און זיי באריכטן, וועלן זיי טרעפן און יעדער וועט גלייבן.
ס'וועט זיכער העלפן, עכ"פ למחצה שליש ולרביע. דאס אז די מלחמה פון די חסידים קעגן די פאוסט איז ברייט באריכטעט געווארן- אויף א ריזיגן פארנעם- אין די לאקאלע, אמעריקאנע און אינטערנאצינאלע נייעס קוועלער וועט זיכער שעדיגן זייער מעגליכקייט צו אונז ווייטער באשמיצן. דער גוי וועט צוויי מאל טראכטן פארן גלייבן זייער לשה"ר.
ס'איז זיכער אז מיר מאכן גארנישט קאליע מיט די מערכה. אויב עפעס, פארקערט.
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:14 am
דורך אפטעמיסט
Here is a way how you can acutely do damage for the NY Post, with 2 simple steps. 1) Download the NY post app from google play or from the app store into your smart phone. 2) Rate and comment a bad review with only 1 star. The more bad reviews they get, the app will fall lower on the list of “News” apps, and if it reaches more than 65% of negative and 1 star reviews google will actually throw it down from the Play store. Keep in mind not to uninstall the app for at least 48hrs, because if you uninstall the app google or apple will remove the review. WE ALL CAN DO IT. We don’t need a lot to succeed. Google play link: https://play.google.com/store/apps/details?id=br.com.golmobile.nypost&hl=en Apple: search the app store Please forward to all you contacts.
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:36 am
דורך ממרום שלח אש
קשה כשאול קנאה
ווער דארף דעם פאוסט ווען מיר האבן די זשואיש פרעס, די פאוסט זאגט כאטש אז זיי האלטן נישט אז ס'קומט אים מיתה, די זשואיש פרעס זאגט אז עס קומט אים א מיתה משונה...
http://www.jewishpress.com/news/breakin ... 014/01/06/
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:46 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
אן עקלהאפטיגן ארקטיקל אבער איך זעה נישט ווי זיי שרייבן אז עס קומט אים א מיתה משונה.
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:52 am
דורך אוהב ספרים
ברוך שאמר האט געשריבן:קאווע ברוטער האט געשריבן:אוהב ספרים האט געשריבן:איך גיי נישט ארויפלייגען די ווערטער, ווייל קען זיין מען האט עס מיר נישט פונקטליך נאך געזאגט
אבער ווער עס קען מברר זיין און פאפא תלמוד תורה אין מאנסי איז דא א מלמד אין כתה ח איך וועל נישט דערמאנען כעת זיין נאמען דא, וואס האט מסביר געווען וועגען די טראגעדיע פאר די קינדער, וואס זאל איך ענק זאגען די פאוסט קען זעך פארשטעקען פאר די דבר נבלה וואס איז דארט גערעדט געווארען, און בפרט פאר קליינע קינדער
שומו שמים
און וועלעכע ת״ת פונקטליך ?
פאפא!
נו שוין
די קויפסט אף עניטינג ענד עני טיים !
ניין, אבער ווען א אינגל קומט אהיים פון חדר און תמימותדיג זאגט איבער וואס די רבי האט אויפגעקלערט איבער די טראגעדיע, עס איז שוידערליך אז אזא יונגערמאן איז א מלמד צווישען אונז
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 11:59 am
דורך דער (פינטעל) איד
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:אן עקלהאפטיגן ארקטיקל אבער איך זעה נישט ווי זיי שרייבן אז עס קומט אים א מיתה משונה.
איך זע עס יא
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 12:12 pm
דורך שרייבער
אוהב ספרים האט געשריבן:ברוך שאמר האט געשריבן:קאווע ברוטער האט געשריבן:אוהב ספרים האט געשריבן:איך גיי נישט ארויפלייגען די ווערטער, ווייל קען זיין מען האט עס מיר נישט פונקטליך נאך געזאגט
אבער ווער עס קען מברר זיין און פאפא תלמוד תורה אין מאנסי איז דא א מלמד אין כתה ח איך וועל נישט דערמאנען כעת זיין נאמען דא, וואס האט מסביר געווען וועגען די טראגעדיע פאר די קינדער, וואס זאל איך ענק זאגען די פאוסט קען זעך פארשטעקען פאר די דבר נבלה וואס איז דארט גערעדט געווארען, און בפרט פאר קליינע קינדער
שומו שמים
און וועלעכע ת״ת פונקטליך ?
פאפא!
נו שוין
די קויפסט אף עניטינג ענד עני טיים !
ניין, אבער ווען א אינגל קומט אהיים פון חדר און תמימותדיג זאגט איבער וואס די רבי האט אויפגעקלערט איבער די טראגעדיע, עס איז שוידערליך אז אזא יונגערמאן איז א מלמד צווישען אונז
זאג שוין וואס האט מען געזאגט אין פאפא?
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 12:35 pm
דורך רויטע וואנצעס
רויטע וואנצעס האט געשריבן:https://www.facebook.com/menachemstark
פעטעציע האט שוין איבער 4000 לייקס!
8000!
נשלח: מאנטאג יאנואר 06, 2014 12:39 pm
דורך רויטע וואנצעס
JUST IN: BP Gas station on Kent Ave in Wmsburg is not selling the @nypost anymore following this morning's hateful story.