בלאט 20 פון 50
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 10:41 pm
דורך פלאוויוס
אומגלויבליך וואס טוט זיך דארט אויף איי-וועלט. אלמלא לא ראיתי לא האמנתי.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 11:05 pm
דורך אבי גערעדט
ואע"פ שראיתיו אני לא מאמין, קוקט אויס ווי איינע פון די רובינס, געוועזענע בעלעבאטים פונעם מאמענט האבן זיך איינגעהאנדלט אפאר ניקס דארט און געבן אויס זייער האס
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 11:48 am
דורך יואב
אינספירירט דורך יאיר, האב איך פרייטאג צונאכט מיט דער הילף פון א פלעשל וויין דורכגעליינט דעם מאמענט פון דעקל צו דעקל. איך האב הנאה געהאט פון יעדער איינציגער שורה, איבערהויפט הרב לאבינ'ס סחורה. זיין באשלוס ארויסצוברענגען דעם ענין אזוי סטרעיטפארווערדלי, עלעקוואנט און מאקסימום קאמפריהאנסיוו פאר א היימישער אויסגאבע האט ממש געהויבן מיינע הרגשים אויף א ווילדן רייד. כ'האב ממש געוויינט ביים ליינען די אויסצוגן וועלכע ער האט ציטירט פון ארעסטאנטן און זייערע פאמילעס. כ'האב געשוימט פאר כעס ווען אונזער טרויעריג בארימטע דערציאונג-סיסטעם איז דערמאנט געווארן אין אירע פינסטערע קאלירן, און דא דארט האט מיר געקאסט אן אויספלאץ זיינע הומאריסטישע ליניעס.
אבער די אנדערע ארטיקלען זענען אויך געוואלדיג, ממש איינס ביי איינס. כה לחי!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 12:26 pm
דורך שמעקעדיג
יואב האט געשריבן:כ'האב ממש געוויינט ביים ליינען די אויסצוגן וועלכע ער האט ציטירט פון ארעסטאנטן און זייערע פאמילעס
I second that
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 8:17 pm
דורך יואב
בין איך דער איינציגסטער וואס האט נישט געקענט ליינען געהעריג דעם מאמענט די וואך?
עפעס א ווילדע געפינטלאכץ האט באטראפן מערערע וואקאלן לענגאויס פילע ארטיקלען. אפשר איז דאס לכבוד דעם עקדים נקדים. מער נערווירענד איז פאר מיר געווען אז דאס איז אדורכגעפירט געווארן ממש רענדאמלי. אינעם זעלבן ווארט אפילו, האט איין וואקאל זוכה געווען צו זיין מנקד, און בלויז א שורה דערויף נישט. איך מוז זאגן אז ס'איז מיר פארלאפן דעם אפעטיט צו ליינען. איבערהויפט דעם חסידים אין דער פרעסע ארטיקל.
השפעות פון איבריגע קאממאס האבן זיך אויך אראפגעלאזט די וואך רעכטס און לינקס. עפעס א בייזע צעמישעניש האט זיך דארט אפגעשפילט.
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 29, 2014 8:30 pm
דורך בשבילי!
ניין ביזט נישט. אבער די וואך אפשר יא, ווייל איך קויף עס נישט.
בשבילי! האט געשריבן:זיי מוזן אויפהערן מיט זייערע פאלשע כללים אין גרעמער זיי לייגן קאמע'ס וואו ס'קומט נישט אריין איבערהויפט די ארטיקלן פון וואלף, מ'קען צודרייט ווערן
נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 8:56 pm
דורך berlbalaguleh
יואב האט געשריבן:אינספירירט דורך יאיר, האב איך פרייטאג צונאכט מיט דער הילף פון א פלעשל וויין דורכגעליינט דעם מאמענט פון דעקל צו דעקל. איך האב הנאה געהאט פון יעדער איינציגער שורה, איבערהויפט הרב לאבינ'ס סחורה. זיין באשלוס ארויסצוברענגען דעם ענין אזוי סטרעיטפארווערדלי, עלעקוואנט און מאקסימום קאמפריהאנסיוו פאר א היימישער אויסגאבע האט ממש געהויבן מיינע הרגשים אויף א ווילדן רייד. כ'האב ממש געוויינט ביים ליינען די אויסצוגן וועלכע ער האט ציטירט פון ארעסטאנטן און זייערע פאמילעס. כ'האב געשוימט פאר כעס ווען אונזער טרויעריג בארימטע דערציאונג-סיסטעם איז דערמאנט געווארן אין אירע פינסטערע קאלירן, און דא דארט האט מיר געקאסט אן אויספלאץ זיינע הומאריסטישע ליניעס.
אבער די אנדערע ארטיקלען זענען אויך געוואלדיג, ממש איינס ביי איינס. כה לחי!
איך האב עס אדורכגעליינט אן די הילף פון א פלעשל וויין . (אפשר, א צוויי געלזלעך אלד גרענד דעד, 114.). און כ'האב געהאט די זעלבע רעזולטאטן...!
מאמענט מאגאזין פלאגיאירט פון קאווע שטיבל
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 8:20 pm
דורך געפילטע פיש
ס'קומט מיר זעלטן אויס צו ליינען די היימישע אויסגאבעס, אבער די וואך האב איך מיך פונקט אנגעשטויסן אין דעם "מאמענט" ביי מיין חשובע שוויגער זאל ווערן געזונט, און ליינענדיג וועגן דעם אזוי סאך דא אין קאווע שטיבל, האב איך געכאפט א בליק. כ'מוז זאגן אז ס'איז א שיינע אויסגאבע, אבער אזוי ליינענדיג דעם ארטיקל וועגן "חסידים אין די פרעסע" האב איך געזען אז אסאך שטיקלעך קלינגען מיר גאר היימיש. ווי איך האב חושד געווען, האב איך טאקע געטראפן אז עטליכע פון די שטיקלעך וואס זענען מיר געווען "היימיש" זענען פשוט און פראסט פלאגיאירט פון אונזערע חברים דא אין קאווע שטיבל, אן געבן די מינדעסטע קרעדיט!
לאמיר ברענגען אפאר דוגמאות
51.JPG
דאס איז ווארט ביי ווארט פון
דא:
יאנקל האט געשריבן:אבער, ווי די דרוקער שרייבן כסדר בשם "קדמונים", "כשם שאי אפשר לבר בלא תבן" וכו', איז לא ימלט אז עס זאלן נישט אריינפאלן טעותים. צום ביישפיל, אויף זייט 57 דערציילט פעדער איבער א קלאס וואס האט געלערנט איבער "דער ביבלישער געשיכטע פון יעקב וועלכער האט זיך געראנגלט מיט א מלאך וועלכער איז אראפגעקומען פון הימל מיט א לייטער"...
***
52.JPG
דאס האט דער שרייבער גענומען פון
דא:
יידל האט געשריבן:נאך א ביישפיל איז ווען בערגער שילדערט יוטא שווארץ'ס חסידישע לפנים-משורת-הדין געפיראכטס שרייבט ער אז במשך די ניין טעג פאר תשעה באב האט מרת שווארץ נישט געוואשן וועש אדער גערייניגט איר הויז. דאס איז בעצם אמת, בערגער פארזעט אבער אז דאס איז באמת א הלכה אין שולחן ערוך און האט נישט מיט חסידישקייט איינגעלייגט.
...
רעדנדיג וועגן אי הבנות אינעם חסידישען געדאנקענגאנג איז מערקווירדיג אז פון איין זייט האט בערגער גאנץ גוט ארויס דעם חסידישען מהלך המחשבה, נאכברענגנדיג פון אלי וויזעל אז "אין חסידישע מעשיות זענען די פאקטן אונטערטעניגט אונטערן דמיון. וואס א נפקא מינא אויב די דאטומען און די געשעענישן שטימען? אן אביעקטיווער חסיד איז קיין חסיד נישט!", אבער בחדא מחתא שרייבט בערגער אז דערפאר רייכערט מען ביי חסידים ציגארעטן אין אזא גרויסער פראצענט כאטש עס איז מסוכן צום געזונט, וויבאלד חסידים האלטן אז דאס איז מעלה די ניצוצות פון ציגארעטל... כ'ווייס נישט וואס בערגער האט גערייכערט...
***
53.JPG
דאס קומט פון
דא:
53.5.JPG
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 8:21 pm
דורך געפילטע פיש
54.JPG
דאס קומט פון דעם המשך פון די פריערדערמאנטע תגובה פון יאנקל:
54.5.JPG
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 8:25 pm
דורך בשבילי!
איז מעגליך אז יאנקל שרייבט אין מאמענט אפשר?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 8:27 pm
דורך יין שרף
WOW!!!
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 8:29 pm
דורך געפילטע פיש
בשבילי! האט געשריבן:איז מעגליך אז יאנקל שרייבט אין מאמענט אפשר?
כ'גלייב נישט, אבער דאס איז זיכער אז יאנקל וואלט נישט פלאגיאירט פון יידל.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 8:40 pm
דורך נהורא נפישא
Maybe he asked permission, if otherwise, maybe yidel should clarify, could make sense if they know each other, but if true I don't think yidel will be willing to jeopardize the anonymity of yankel.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 8:43 pm
דורך געפילטע פיש
[tag]יידל[/tag]? [tag]יאנקל[/tag]?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 8:44 pm
דורך יאיר
רופן יאנקל איז אסור משום דורש אל המתים.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 8:50 pm
דורך אליצפן
מאמענט שרייבער זענען סיריעל פלעגאריזירער.
איך האב זיי שוין אסאך מאל געכאפט נאכשרייבן גאנצע שטיקער פון אנדערע ביכער און אויסגאבעס.
דא האב איך געשריבן ווי ווי זיי האבן נאכקאפירט א גאנצע ארטיקל פון דעיל קארנעגי'ס ביכל.
איי געס ס'נישט גרינג צו מאכן וואך איין וואך אויס א גאנצע אויסגאבע פון פרישע חומר..
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 8:50 pm
דורך כוכב
מיר איז געווען ברור ביים ליינען דעם ארטיקל אז דאס איז ברשות ובהסכמת שניהם און איך האב אים דן געווען לכף זכות פארוואס ער גיט נישט קיין קרעדיט ווייל ליידער זענען מיר אין גלות כידוע.
ס'איז מיר ניטאמאל איינגעפאלן אפצוקאכן א סומאטוכע.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 8:50 pm
דורך געפילטע פיש
יאיר האט געשריבן:רופן יאנקל איז אסור משום דורש אל המתים.
וועל איך בעטן א בעלת אוב זאל עס טוהן שטאטס מיר...
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 8:52 pm
דורך איך אויך
יאיר האט געשריבן:רופן יאנקל איז אסור משום דורש אל המתים.
הממ נישט אינגאנצן.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 8:53 pm
דורך מאטי
אונז פארמאג מיר טאקע א ניק שלמה המלך, אבער נישט "שאול המלך" דערווייל.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 8:55 pm
דורך יאיר
אליצפן האט געשריבן:מאמענט שרייבער זענען סיריעל פלעגאריזירער.
איך האב זיי שוין אסאך מאל געכאפט נאכשרייבן גאנצע שטיקער פון אנדערע ביכער און אויסגאבעס.
דא האב איך געשריבן ווי ווי זיי האבן נאכקאפירט א גאנצע ארטיקל פון דעיל קארנעגי'ס ביכל.
איי געס ס'נישט גרינג צו מאכן וואך איין וואך אויס א גאנצע אויסגאבע פון פרישע חומר..
טרעף מיר איין אידישער שרייבער וואס קאפירט נישט גאנצע שטיקער פון אנדערע ערטער.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 8:56 pm
דורך [NAMELESS]
איך קיק עס מער אהן ווי א קאמפלימענט פאר קאווע שטיבעל ווי א טענה צו מאמענט. וואס טאקע דארף מאמענט טוהן? אז ער טרעפט דא גוטע אינפארמעישען ווי אזוי זאל ער שרייבן פון עס?
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 9:21 pm
דורך שמעקעדיג
די מאטעמאטיק ארטיקל 2 וואכן צוריק איז געווען כמעט גענוי ווי יאיר'ס אשכול.