בלאט 20 פון 26
נשלח: זונטאג מערץ 15, 2015 2:54 am
דורך petergrifin
שוין, קענמיר דן זײן יעצט להלכה אויב מען מעג אדער נישט. אדער איז בכלל קײן שאלה.
Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 10:54 am
דורך [NAMELESS]
נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 4:30 pm
דורך טאמבל סאס
ס'איז דא א ספעלינג מיסטעיק אין דעי ארטיקל, "outside out own universe."
Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
נשלח: זונטאג מערץ 29, 2015 3:27 am
דורך נולד מאוחר
First baby born from IVF technique which eliminates inherited disease
http://www.telegraph.co.uk/news/science ... sease.html
פרישע שטודיע: צופיל ווייטאמינען קען פירן צו קענסער
נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2015 12:43 pm
דורך יואב
נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2015 10:41 am
דורך רויטע וואנצעס
א 26 יעריגע פרוי אין לאס אנזשעלעס איז געגאנגען צום דאקטאר זיך באקלאגן אויף קאפ וויי צווישן אנדערע סימטאמס. נאכן אדורכגיין אפאר טעסטס האט מען געטראפן א טומער אין איר מח. די טומער איז געווען אויף א פלאץ ווי ס'איז נישט שווער געווען צו מאכן א אפארעציע. מ'האט געמאכט די אפאראציע און ארויסגענומען די טומער. נאכן אנאלעזירן וואס מ'האט ארויסגענומען זענען זיי געפאלן אין שאק, ס'איז געווען א embryonic twin פון די פרוי וואס איז קיינמאל נישט דעוועלפט געווארן במעי אמה. די טומער האט אפילו געהאט אביסל ביין, האר און ציינער.
http://www.huffingtonpost.com/2015/04/2 ... 14898.html
Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 1:00 pm
דורך נולד מאוחר
100 million-year-old cockroach found preserved in amber
http://nyp.st/1EVvdf8
נשלח: פרייטאג מאי 01, 2015 1:37 pm
דורך פרייוויליג
נאר הונדערט מיליאן יאר אלט? אינטערסאנט איך האב אסאך בעסער ליב די צוויי הונדערט מיליאן ציפער..
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2015 2:35 am
דורך ישמעאל הכהן
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 12:36 am
דורך נולד מאוחר
Scientists grow sperm cells in a lab for first time
http://nyp.st/1FadpwU
נשלח: זונטאג מאי 10, 2015 12:47 am
דורך [NAMELESS]
שוין, מען ברויך שוין שרייבן פרישע תשובות בהלכות יחוס.
Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
נשלח: מאנטאג מאי 18, 2015 8:34 pm
דורך פרייוויליג
נשלח: מיטוואך מאי 20, 2015 9:44 pm
דורך מיימון
Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
נשלח: מאנטאג יוני 01, 2015 7:41 pm
דורך נולד מאוחר
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 12:32 am
דורך בן עזאי
ישמעאל הכהן האט געשריבן:סייענטיסטן האבן געטראפן א וועג צו מאכן א געקאכטע איי צוריק רוי.
ס'דא א דעה אויב איינער האט ארייינגעלייגט א ככר אין א תנור שבת איז מען אים מתיר די איסור דרבנן פון ארויסנעמען די ברויט, כדי ער זאל נישט צוקומען צו די גמר לאו מדאורייתא פון אפבאקן.
לפי זה דארף מען דן זיין אויב אן איד האט אפגעקאכט אן איי אין שבת, צו וועט מען אים לאזן עס צוריק מאכן רוי כדי צו מציל זיין פון לאו דאורייתא.
צו קענען אנפאנגען דן זיין דערין דארף מען קודם זיין באקאנט אין די מציאות הדברים.
קען אייינער פון די טייערע חברי השטיבל זיך אריינלייגען דערין, און עס דא מפרסם זיין?
כאפט אריין, דער ערשטער אויפצוקומען דערמיט וועט באקומען די קרעדיט אויף די נייעסטע מהפיכה ביי כלל ישראל, אזויווי דער וואס האט געטראפן די ווערים אין די וואסער.
Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 12:38 am
דורך ירא שמים
ווען דו עסט עס אויף די איי איז עס אויך געווארן אויס געקאכט[emoji2][emoji23][emoji1]
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 12:54 am
דורך בן עזאי
דאס איז א מתעסק איז מען פטור.
און לכאורה איז אין די מאגן נישט קיין יד סולדות, ממילא איז בכלל נישטא קיין חשש.
אבער מ'קען זאגן אז מהאיטעמא האט די רעבעזכיסויאגיינאלייני זיך געפירט אפצוקאכן די איי בעפאר שבת, כדי ביים עסן זאל שוין זיין אין בישול אחר בישול.
אוי, אינז פארפארן שוין דא פון די וועלט פון וויסנשאפט אריין צו די תרה אשכול. באלד פאנגען אהן צו פליען מחאות...
Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 12:57 am
דורך ירא שמים
אין שמייכעל באלאנגט עס…
האסט נישט פארשטאנען וואס כבאב געזאגט כהאב געזאגט בשעת׳ן עסן ווערט עס דאך אויס און ממילא איז עס מער נישט געקאכט[emoji23][emoji2][emoji1][emoji1]
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 1:16 am
דורך בן עזאי
לפי זה יש לתמוה, פארוואס ביי די ככר איז מען אים מתיר אן איסור דרבנן פון ארויסנעמען די ברויט. ער קען עס דאך אויפעסן נאכ'ן באקן און דאס וועט אים מציל זיין פון די איסור דאורייתא אהן עובר זיין אויף דרבנן?
פיזיקער קומען צום אויספיר איבער די שטיפ קראפט אין ליכט שטראל
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 1:40 am
דורך בן עזאי
פאר מער ווי הונדערט יאר האבן וויסענשאפטלער דעבאטירט די פאלגענדע חקירה: ווען ליכט פארט אריבער אין א דבר נוזל אזויווי וואסער אדער אויל, צו פארמירט עס א פרעשור פון אוועקשטיפן אדדער צוציען.
איצט זענען פיזיקער פון די ווייזערמאן אינסטוטוציע אין א"י געקומען צום אויספיר אז עס פארמירט פרעשור פון אוועקשטיפן.
דאס קען צופירן צו פילע טעכנאלאגישע חידושים, אזויווי מאכן א מאטאר ארבעטן מיט די קראפט פון ליכט שטראלן. אזויווי שטענדיג ווען מען האט אנטדעקט נייע געזעצן פון די נאטור.
זאל די דאזיגע תגובה דינען ווי א תשובת המשכול פאר'ן אוועקפירן די אשכול פון די רעלסן פון וועלט פון וויסענשאפט.
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 5:30 am
דורך טאמבל סאס
Re: נייעס אין די וועלט פון וויסנשאפט
נשלח: מיטוואך יוני 03, 2015 11:17 am
דורך ירא שמים
בן עזאי האט געשריבן:לפי זה יש לתמוה, פארוואס ביי די ככר איז מען אים מתיר אן איסור דרבנן פון ארויסנעמען די ברויט. ער קען עס דאך אויפעסן נאכ'ן באקן און דאס וועט אים מציל זיין פון די איסור דאורייתא אהן עובר זיין אויף דרבנן?
דו מיינסט עס טאקע ערנסט ?!
דו כאפסט טאקע נישט קיין חילוק פון צירוקהאלטען א זאך פון ווערן אפגעקאכט און מאכן אזאך אויס אפגעקאכט איינמאל ער האט עס שוין געקאכט?!
סתם אזוי מאכן א איי אויס געקאכט איז א דרבנן?!
נשלח: מיטוואך יוני 10, 2015 11:57 pm
דורך ישמעאל הכהן