בלאט 20 פון 214

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 12:24 am
דורך בשבילי!
כ'זע ביזט א בעל מידות אפילו איינזייטיג אויך...

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 4:51 pm
דורך פישי
א גוטן טייערע חברים און ידידים, נאכן ארומוואנדערן אויף פארשידענע אנדערע מקומות אויפן ברייטן געוועב, און נאכן ליינען דא שטיק צייט האב איך באשלאסן זיך איינצושרייבן כדי צו קענען מגיב זיין אין די געשמאקע שמועסן

נשלח: מיטוואך יאנואר 28, 2015 4:52 pm
דורך פייבל
לאמיר זיך אויפרישן די זכרונות, זיך דערמאנען פון דער אלטע היים, זיך נעמען מיט א פרישקייט, אכשר דרא, זיך מחזק זיין צוזאמען כאפן א שמייכל, און זיך אויסז'אכען נאך א שווערע ארבעטס טאג, און הערן אביסל נייעס וויכטיגע זיך צוזאם נעמען

נשלח: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 11:19 pm
דורך טשולענט באנדעלע
א גרויסן ישר כח פאר די הנהלה וגבאים פארן געבען א פלאטץ ווי מען וועט קענען פארברענגען בדיבוק חברים מיט עצות אין ביזנעס ווי בעז"ה וועל איך קענען אריינווארפן מיינע 2¢ אזוי ווי איך טי דאס סייוי פאר אינגעלייט וואס שפרינגען אריין אין ביזנעס, ( שלא על מנת לקבל פרס שטייטצך) נישט אויף א professional level, נאר אלס איינער וואס איז אליינס אדורך געשווימען די וואסערן מיט קיינעם וואס האט מיר געגעבן הדרכה (פאר געלט וואלט איך געהאט אסאך consultants אבער פין ווי האב איך געהאט געלט יעמאלט????) געניג ווערטער געשריבן???????

נשלח: מוצ"ש יאנואר 31, 2015 11:35 pm
דורך שמעקעדיג
Welcome! I'm so excited

נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 3:39 pm
דורך וכדומה..
Im giving it a try as i heard its fun and enjoyable. Probably not gonna stay here for too long if its not what i think it is. And im not willing to give out any info of myself on a site that i dont even know yet

נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 3:40 pm
דורך דיין
אני דיין ומו"ץ בעיר וומסב"ג יצ"ו והגיע לאזני שיש מקום בו מתקבצים אנשים ממחנינו וקוראים תגר על דא ועל הא, אע"כ החלטתי להירשם ולהיות בין הנמנים כדי שאוכל להתווכח והביע עמדתי בדברים העומדים ברומו של עולם.

לא אוכל לבלות כאן יותר מדי כי אין לי קשר לאינטרנט על בסיס יום יומי, וחוץ מזה, הנני עסוק בשאלות חמורות בעניני ממנות ואישית, אך אנסה לבקר בברוקלין לייבערי ככל שאפשר, לעלות לפה ולקרב אחינו התועים אל אבינו שבשמים.

הצעיר באלפי ישראל,

נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 3:51 pm
דורך איך אויך
דיין שאינו יודע לאיית המילים 'ממונות' או 'אישות' לא הייתי סומך עליו יותר מדי ,אבל בכל אופן ברוך הבא לשטיבלינו ויה''ר שיתרבה כבוד שמים על ידינו.

נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 4:45 pm
דורך טשולענט
הרב טשולענט בונדעלע, מיין ניק נעמט אריין אין זיך בונדלעך פון אלע סארט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 4:54 pm
דורך גראדעמעכעלע
א שאד איך האב מיר נישט געדארפט פארשטעלן,
אני אדמו''ר ומנהיג קהילה גדולה בבארא פארק היות ששמעתי שיש אתר שמתקבצין אנשים חכמים המעוררים נגד דרכי ודרכי העומדים עמי במלאכתי נתעוררתי להירשם להביע דעתי ולהתוכח בענינים, אבל היות שהשורות אנשים הממתינים חוץ מחדרי להיכנס להברך בדבר ישועה ורחמים גדול מאוד, לא אוכל כ''כ הרבה להיפנות ולהוציא הלעפטאפ הצפון ולכן לא אוכל ליהות כאן בכל עת,

נשלח: מאנטאג פעברואר 02, 2015 7:14 pm
דורך איך אויך
זעהסט ס'איז קיינמאל נישט צו שפעט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 8:55 am
דורך טשולענט באנדעלע
אויף אזא ווארימע אויפנאמע האב איך זיך נישט גערישט, א הארציגן ישר כח

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 05, 2015 2:27 pm
דורך שמן זית
שלום עליכם הרב בונדעלע.

איין זאך וויל איך דיר נאר מעורר זיין, מיין נישט ח"ו אז כ'האב עפעס אקעגן דיר, פונקט פארקערט, איך גלייך דיר זייער שטארק, וואך איין וואך אויס לויף איך דיר נאך און איך קען שוין קוים ווארטן דיר אין מויל צו נעמען, אבער אין איין זאך מעגסטו דיר פארבעסערן, איך געדענק נישט איך זאל דיר אמאל האבן עפעס שלעכטס געטון, און איך זעה נישט קיין שום סיבה אז יעדן שבת נאכמיטאג זאלסטו מיר שטיין אין געדערם ביז זונטאג פארטאגס, איך עס אסאך זאכן און קיינער טוט דאס נישט צו מיר.
איז בעט איך דיר זיי שוין מקיים דעם "כמים פנים לפנים" און ווייז מיר אויך ארויס כאטש א פראצענט פון די ליבשאפט וואס איך האב צו דיר, און הער אויף מיר צו פאראורזאכן אזוינע ווייטאגן.


בתקווה להבנה. יישר כח.

נשלח: זונטאג פעברואר 08, 2015 9:47 am
דורך באטטער-פליי
יא! דאס בין איך באטטער-פליי (פלאטערל) איך פלאטער ארום נייעסן. אני הקטן האב א גיטן שמעק צו אינטרעסאנטע נייעס העל איך אראפ פלאטערן א גוטן שטיקל וועל איך דאס אוודאי 'שערין' מיט אייך. דאס אלס וואס כ'ערלויב מיך צו שערן מיט אייך יעצט דא.

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 1:11 pm
דורך נופת צופים
איך דריי זיך שוין דא א שטיק צייט און איך האב אלץ הנאה ווי איזיגאואינג רוב אירע זענען אין קאווע שטיבל. פון די אקטיווע שרייבער וואס זיצן כסדר אין שטיבל זעה איך אז דא איז אן אופען מיינדעד פלאץ וואו מען וועט דיר געווענליך נישט באפאלן פאר דיין עפיניען. איך האב ליב צו ליינען און שרייבן אידיש. איך האף אז איך וועל דא קונה זיין אינטרעסאנטע זאכן און אזוי אויך אויף פארקערט, אז איך זאל קענען אפפערען עפעס אינטערעסאנט פארן ציבור.

נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 2:04 pm
דורך שמן זית
וואס זאגסטו נופת????

דו ווייסט אז פאר אזאנע ווערטער ווערט מען באפאלן דא עד הסוף???

איין מינוט... איך בין אין קאווע שטיבל יעצט, און דא האט דאך נופת געזאגט אז מ'באפאלט נישט... סא, כ'צי צוריק....

עניוועי, שלום עליכם, מ'ווארט מיר מיט שפאנונג צו הערן פון דיר!

אגב, כ'גלייך דיין נאמען.

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 6:50 pm
דורך נופת צופים
א שכויעך שמן זית פאר די ווארעמע אויפנאמע. דשאסט פאר דע רעקארד איך בין נישט אלערדשיק צו באפאלעכטצער און דאנט ווארי if you'll ask for it, you'll get it back. עניוועי בנוגע מיין נאמען, דאס דארפסטו געבן קרעדיט פאר מיין טאטע, ער האט מיר עס געגעבן ביים ברית.

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 7:05 pm
דורך ר' שלמה אבן גבירול
לעצטע שטיק צייט ליין איך אביסל אויף קאווע שטיבל.
פארשטייט זיך געוויסע זאכן בינעך נתפעל, און אויף געוויסע האבעך תערומות.

היינט ווען כ'האב געזעהן וואו די עולם שרייבט אינעם אשכול וואס איינער האט געעפענט איבער די קטנות פון אייוועלט, האט עס מיר ספעציעל געכאפט, אז דא האנדלט מען מיט באזעסענע מענטשן וואס זענען נישט איינזייטיג, און הגם א גרויסע עולם האבן וואס צו זיין ברוגז אויף זיי.

זאל השי"ת העלפן ס'זאל ארויסקומען א כבוד שמים פון מיין זיך איינשרייבן
וחפץ ה' בידינו יצליח

נשלח: דינסטאג פעברואר 10, 2015 8:42 pm
דורך קאווע טרינקער
שלום עליכם

מכאן לתחיית המתים מן הקאווע.

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:26 pm
דורך ווארט זאגער
איך בין א חסידישער יונגערמאן, איך האב תמיד געזוכט הבנה אין די יודישע לעבנס שטייגער, כ'האב אסאך געלערנט ספרי השקפה ויסודי יהדות, און כ'בין אנגעקומען אויך צו לערנען וועגן די יסודי אמונה ב"ה, און אויך צו עניני פון תורת הנפש, און היות קאווע שטיבל איז א פלאץ וואו יודען וואס האבן ליב צו שמועסן וועגן די נושאים קומען, טראכט איך אויך צו קומען דא אפשר וועל איך קענען מקבל זיין און משפיע זיין און דורך דעם אנקומען צו קענען בעסער דינען דעם אייבערשטן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 18, 2015 11:34 pm
דורך שמעקעדיג
שלום עליכם! איך האב זיך אויפגעשטעלט פאר אייך מלא קומתי.

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 12:16 pm
דורך moshe the boss
27 יאר, חסיד סאטמאר, איך האב זייער ליעב היימישע נייעס און היות איך בין במשך דעם טאג איינגעשפארט און אפיס איז נישט מער ווי פאסיג צו ווערן א מעמבער דא אין קאווע שטיבל

נשלח: זונטאג פעברואר 22, 2015 12:16 pm
דורך yoelgold
Not much to say or that I wish to share. I enjoy the writing here and hope to be able to contribute in yiddish one day.

Seems the above wasn't enough to satisfy the 160 character minimum.