בלאט 192 פון 214

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:01 am
דורך אסטראלאג
עמרם האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:00 am
אסטראלאג האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 9:56 am ברוך הבא בשם השם
האסטוך פון פריש איינגעשריבן ?
מען האט אונז פארשיקט אויף וואקאציע פאר א וואך

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 12:27 pm
דורך סקעפטיקער
אסטראלאג האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:01 am
עמרם האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 10:00 am
אסטראלאג האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 15, 2024 9:56 am ברוך הבא בשם השם
האסטוך פון פריש איינגעשריבן ?
מען האט אונז פארשיקט אויף וואקאציע פאר א וואך
וואס הייסט "אונז"? אויך דיין אנדערע ניק?

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 6:34 pm
דורך בטנית
איך האב ליב צו ליינען און פארברענגען אויף אלע אידישע סאציאל מעדיע, אויף אידישע פלאטפארמע, זיך שוין געדרייט דא אין די פארגאנגענהייט, און געווארן אויסגעשפארט, איך האף דאס וועט נישט מער פאסירן, איך גלייך בעיקר צו ליינען און אביסל אריינווארפן מיין מיינונג, איך ארבעט און גלייַך תורהַ אבער דארף א פלאץ זיך אויס ליפטערן

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 6:35 pm
דורך יוסף יושע
איך הער פון דעם און פון יענעם ווי געשמאק ס'איז זיך צודרייען אינעם קאווע שטיבל און הערן איבער אינטערסאנטע נושאים, האב איך געטראכט פארוואס נאכהערן פון א צווייטן ווען איך קען אליין זען און נאכדערצו צו געבן פון מיינע קענטעניסן פאר'ן עולם האב איך באשלאסן זיך אליינס איינצושרייבן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג יאנואר 15, 2024 6:37 pm
דורך אלטניי
איך וויל זען וואס איך קען הנאה האבן און צוגעבן צו דעם פלאץ.
איך האב האב אויסגעקליבן דעם ניק ווייל איך גלייך זייער היסטאריע און פארצייטישע זאכן, און אין די זעלבע צייט אויך זיין אפדעיטעד מיט די נייעס.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 10:11 am
דורך פעטער בייטשיק
איך בין א אינגערמאן אין די מיטילע יארן , שוין קרוב די דער חצי ימיו, אוי עס כאפט א שרעק, נו גיט.
א שטוב מיט קינדער, מיט א שטאפן היט, דאס אשת חייל שערט זיך ווי א וואויליער חסידישר אידישער טאכטער
נא, וואס נאך ווילט איך וויסן,
יא איך האב ליב צי לערנען, איך גלויב אז דאס איז א העכערער זאך, מקאנגעקט צו השם, מדינט גאט מיט דעם, אין דאס איז שכל השם,
איך לעב פאר גאט, און איך וויל אים דינען.
איין זאך וואס איר מעגט וויסן, איך גלייך ניט, ניין נישט, קיין צומצם.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 10:11 am
דורך בעזה
איך האב ליב קאווע שטיבל, מ'קען אויסשמיסן זאכן, איך ליין עס שוין די לעצטע עטליכע יאר, ס'איז זייער געשמאק, כ'בין נישט זייער סאשיעל, סא כ'ווער געוואויר נייעס דורכן ליינען

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 10:12 am
דורך בפנים
איך בין א חסיד ישע אינגערמאן ווגאס איך וויל וויסען די אמת אבן קיין נערישקייטן איך בין נאנט צי א געוויסע הויף אין איך וועל קענען מיטיילען פאר די עולם אינטערסאנטע קרישקעלעך וואס גייט פאר דארט אינערווייניג איך האלט אז דער עולם וועד זיילר הנאה האבען

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג יאנואר 16, 2024 10:12 am
דורך איינזאמער חסיד
איך בין אן איינזאמער חסיד אין א וועלט פון שפרודעלדיער יידישקייט. שרייבן און לייענען זענען מיינע אויספלוגען. א געזעלשאפט וועט מיר האפנטלך ארויסנעמען אביסל פינעם איינזאמקייט

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2024 9:39 am
דורך פאלאטשינטא
שלום עליכם! נאך א לענגערע צייט אפשניט זייענדיג אפוועזנד פונעם שטיבל, עפן איך נאכאמאל א ניק, און איך האף צום קל עליון אז איכעל האבן מער צייט צוצוגעבן עפעס דא, תשובות המשקל פאר מיין פארמאכטע אומגעניצטע ניק.

נושאים וואס אינטערסירן מיר, פאליטישע נייעס, טעכנעלאגיע און קאמפיוטער שאלות, און סתם אזוי ארויסהעלפן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2024 9:40 am
דורך נאָגיװנער
אַיך אַ סטודענטן אַין די אוניװערסיטעט פון מיכיגאַן. אַיך לכתּחילה קום ףון מיאַמיי. אַיך אַ קאָמפּיוטער־⁠װיסנשאַפֿט הױפּט־לימוד מיט צװיי בײַלימודים אַין שײנשרײַבן אַון געשיכטע. מיין צײַטפֿאַרברענג זענען װידעאָ־⁠שפּילן, אַנימע, אַון שײנשרײַבן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך יאנואר 17, 2024 9:40 am
דורך טרייד
לעבט אין אמעריקע, האט ליב צו וויסן ברייטע אינפארמאציע איבער אלערליי נושאים.
חסידות, קהילות, וועלט ענינים בכלל א.א.וו.
אין מיין מיטעלע יארן,
האָפענונג די פּלאַץ וועט זיין כסדר דערהייַנטיקט מיט די לעצטע אינהאַלט.

יישר כח פאר די גרינדערס

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:38 am
דורך פעטוועי
א איד פון קרית טאהש וואס האט הנאה צו זיפצן פונעם גלעזל קאווע דווקא אינעם קאווע שטיבל ארומגענומען מיט רויעך פונעם ציגארע און זיך קאכן אין נייעס מיט גאנצן קנאק און פארשטייט אלעס אן זיין פארמישט אין סייוואספארא הלבנת פנים ח"ו בלויז נייעס

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:46 am
דורך נאכאיינמאל הונגעריג
איך האב שוין לאנג צוריק באמערקט אז מיין ידיעות און שיטות וועלן אפט מאל נישט זיין אזוי די אנגענומענע נארמאלער
ווען איך פלעג זאגן וואס איך טראכט פלעגן מיר מענטשן אנקוקען ווי נישט נארמאל איך האב זיך שוין לאנג אויסגעלערנט זיך צו האלטן שטיל און שלום מאכן מיט די מצואת
ביז איך האב געזען לעצטנס די ווינקל קאווע שטיבל ווי מענטשן ווי מיר קענען זיך אויסשמועסן מיט א אפענקייט און דארפן טראכטן וואס יענער וועט זאגן

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:47 am
דורך הייליג גערעכט
איך האב א מיינונג אויף פארשידענע זאכן, אזוי אויך האב איך א וועלט פון עקפיריענס, און איך פלאן איין טאג עס צו איבערגעבן דא פארן חשובער ציבור. און פארציילן אביסל פון מיין שטורעמישער לעבן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 10:48 am
דורך פאסטציוניסט
מיין נאמען קען איך נישט און וועל איך נישט פאר באוויסטע סיבות - ארויפשרייבן, אבער מיין ניק איז גאנץ גרינג צו ערקלערן און דאס וועט שוין מעגליך פארשטעלן מיר - א חסידישער יונגערמאן פון אהר"ק וואס פראבירט מיט אייזערנע קראפטן אנצוהאלטן דאס אידישע געשאנק - די שפראך יידיש. שוין הערכער וואו הונדערט יאר צוריק האט די ציוניסטישע פארטיי אויפגעשיינט און די אידשע הימלען, זיי האבן געהאפט און געוואלט ברענגען א היילונג פאר דאס אידישן פאלק וואס איז שוין לאנגע יארן היימלאזיג. דאס געדאנק האט טאקע אנגעהאלטן שיינע פאר יאר. אבער איך פיהל אז דאס איז געקומען צום ענדע, און דאס ברענגט ווידער ארויף די יידן-פראגע צום טיש, און מיר דארפן געבן פאר דעם טראכטונג.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 2:33 pm
דורך פיאקער
איך בין זייער א פשוט'ע יונגערמאן שמעקט נישט און שטינקט נישט (איך האף אזוי...)

איך גלייך זייער היסטאריע, אידישע און אלגעמיינע.

איך בין דא צו געבן און צו נעמען, האפענטליך וועלן מיינע ידיעות רייכער ווערן, ווי אויך ענקערע ידיעות

אקעי איך בלאש שוין

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 2:33 pm
דורך טובים מאורות
איך וויל ליינען און הנאה האבען פון ארטיקלען פון היסטערי,חצרות הקודש,היימישע פאליטיק ,און קאמנטירען אויף עס ווען איך האב א באמערקונג.

איך בין נישט דא זיך צו קריגען און אראפ ברענגען די פארום.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 2:35 pm
דורך א וועלטעל'ע
איך בין א חסידישע אינגערמאן וואס האט ליב צי טראכטן. איך לויף נישט מאכן החלטות איך האב ליב צי זעהן א זאך פין צוויי זייטן.איך האב ליב צו ליינען נייעס און פאליטיק ווי אויך האב איך ליב טעכנעלאגיא. איך פלאן צו שרייבן ווען איך האב צייט און אויך אפילו ווען איך האב נישט קיין צייט.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 2:36 pm
דורך משה פערלמאן
מיין נאמען איז משה פערעלמאן איך האב ליב אידישע נייעס וועלט אין סאיז נישט דא אסאך אידישע פלאטפארמעס ווי מען קען גאסיפן אידישע חסידשידע נייעס.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 2:37 pm
דורך חייםושלום
איך בין א געשמאקער טויגליכער יונגערמאן וואס זיכט צי פארברענגען. איך בין זייער א גיטער מענטש אין איך קען שטארק ארויס העלפען דעם ציבור דא מיט שטארקע געדאנקען בדברים העמדים על הפרק. ביטע נעמט מיך אן

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 2:38 pm
דורך אשר בן יעקב
איך בין א נייטראלער מענטש וואס וויל מיט האלטן נייעס און איך האב שטארק הנאה פון עקענאמישע נייעס און היימישע נייעס, איך קען אסאך מענטשן איך האב ליב טרעוול מיט געאגראפיע, ישר כח פאר דו קאווע שטיבל אנפירער פאר אזא פיינע פלאטפארמע וואס מיר קענען הנאה האבן

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג יאנואר 21, 2024 2:38 pm
דורך בנים למקום
איך לערן אין כולל פארמיטאג, און נאכמיטאג ארבעט איך
א בלאט גמרא מיט חומש רש"י, תהלים און נ"ך, און אזוי ווייטער. איך מוז לערנען די שיעורי הכולל, און כ'האב נישט צופיל געדולד דערצו, און איך שמועס אסאך אינמיטן לערנען. איך מיין אז דאס בעסטע וואלט געווען פאר מיר צו גיין ארבעטן געהעריג, און אליין האבן מיינע שיעורים צו לערנען יעדן טאג.