בלאט 195 פון 213

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 12, 2019 9:11 pm
דורך נהורא נפישא
איך פארשטיי נישט פארוואס איר כאפט נישט וואס איך מיין, מיין שאלה איז א פשוטע היסטארישע שאלה איבערן פילוג וואספארא משמעות דער פילוג האט געהאט, איז דער איזשיביצער אוועקגעגאנגען בבחינת גבה טורא ביניהו און איז געווען א תוהה על הראשונות און אפגעהאקט מכל וכל אדער האט ער געהאלטן אז דער קאצקער איז א צו הויעך פאר די מענטשהייט אבער ער האט נאכאלטס מחשיב געווען דעם קאצקער אזויווי אסאך כותבי הקורות שרייבן.
איך וויל זיך דאס אויפדרינגען פון דעם אויב אינעם חדר פון די פורשים ברענגן זיי מדברי תורתו פונעם קאצקער לכה"פ אזויווי זיי ברענגן פון אנדערע גדולי החסידות דאן איז א סימן אז למעשה האבן זיי אים מחשיב געווען. צוזאגן אז פונעם קאצקער איז נישט דא קיין דברי תורה וואס איז נישט פארבינדן מיט דעם שארפן אנטי-שקר פיליזאפיע איז זיכער נישט ריכטיג. איך קען אויב ס'פאדערט דא נאכברענגן גענוג און נאך דברי תורה וואס וואלט געקענט שטיין אין ר' צדוק, אויב ברויכסטו איבערצייגונג קען איך ברענגן איך וויל פשוט יעצט נישט זיין כי ריכול ליזול וליחשב.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 9:02 am
דורך נקודת-אמת
נהורא נפישא האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס איר כאפט נישט וואס איך מיין, מיין שאלה איז א פשוטע היסטארישע שאלה איבערן פילוג וואספארא משמעות דער פילוג האט געהאט, איז דער איזשיביצער אוועקגעגאנגען בבחינת גבה טורא ביניהו און איז געווען א תוהה על הראשונות און אפגעהאקט מכל וכל אדער האט ער געהאלטן אז דער קאצקער איז א צו הויעך פאר די מענטשהייט אבער ער האט נאכאלטס מחשיב געווען דעם קאצקער אזויווי אסאך כותבי הקורות שרייבן.
איך וויל זיך דאס אויפדרינגען פון דעם אויב אינעם חדר פון די פורשים ברענגן זיי מדברי תורתו פונעם קאצקער לכה"פ אזויווי זיי ברענגן פון אנדערע גדולי החסידות דאן איז א סימן אז למעשה האבן זיי אים מחשיב געווען. צוזאגן אז פונעם קאצקער איז נישט דא קיין דברי תורה וואס איז נישט פארבינדן מיט דעם שארפן אנטי-שקר פיליזאפיע איז זיכער נישט ריכטיג. איך קען אויב ס'פאדערט דא נאכברענגן גענוג און נאך דברי תורה וואס וואלט געקענט שטיין אין ר' צדוק, אויב ברויכסטו איבערצייגונג קען איך ברענגן איך וויל פשוט יעצט נישט זיין כי ריכול ליזול וליחשב.

אין הקדמה פון בית יעקב שרייבט דער אייניקל (דאכט זיך ר' גרשון העניך טאקע) דער סדר ההשתלשלות פונעם זיידענס דרך החסידות, פונעם בעש"ט הק', דער רבי ר' בער, דער רבי ר' אלימלך, דע רעבין פון לובלין, (דער 'חוזה') דער 'ייד' וואס איז נסתלק געווארן בחיי רבו, דער 'רבי ר' בונם' פון פרשיסחא און אויף דעם שרייבט ער אז דער איזשביצער זיידע ר' מרדכי יוסף (בעל מי השילוח) איז געוועהן המורם מתלמידיו (דא), פונעם רעבין ר' בונם! (דער רבי פונעם קאצקער)
און: "ואחר הסתלקות רבינו שמחה בונם זללה"ה שלש עשרה שנה סבל צער החבאת מערת עדולם שלא הגיע העת עדיין ללמד תורה ברבים בפרהסיא" (דא)
ווער ס'האט נישט פארשטאנען מיינט ער די יאהרן וואס ער איז געוועזן אין קאצק.
און '[tag]ריעל פעייק ניוז[/tag]' האט שוין דערמאנט דאס, אבער נישט מדוייק,:
real fake news האט געשריבן:ס'דא א ספר פון די ראדזינער (בעל התכלת) א הקדמה צו זיין טאטן'ס ספר בית יעקב, ווי ער רעכנט אויס די השתלשלות החסידות פון בעש"ט ביז עם, אין ער לאזט דארט אויס די קאצקער.

ככלל איז די הקדמה זייער לאנג און מקיף, אסאך טענות וואס מ'האט געהאט אויף דרכי המקובלים ודרך החסידות בכלל ודרך פרשיסחא ואיזשביצא בפרט.
און ער פארענטפערט אלעס דבר דבור על אופניו.
עד כאן וואס מ'האט אפגעלערנט אין ראדזין איבער די נקודה.

מצד שני, ווייס איך אז כקש"ת אדמו"ר הגה"צ ר' יצחק מאיר מארגענשטערן שליט"א ראש ישיבת 'תורת חכם' בעיה"ק ירושלים תובב"א
וואס טוט כידוע כסדר אסאך אין תורת קאצק ואיזשביצא, האב איך אמאהל געליינט אין זיינע קונטרסים א ביאור אז שפיץ נקודת קאצק האט ממשיך געוועהן דער איזשביצער
דאס הייסט, אז דער איזשביצער איז א המשך פון קאצק, (מיט א שינוי א ביסל, וועגן די נייע דערהער)
ס'איז נאך פארהאן א געוואלד וואס צו שרייבן, ועוד חזון למועד.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 10:27 am
דורך real fake news
נקודת אמת: וואס זאגסטו אנדערש ווי איך האב געשריבן?

און פון רעב איטשע מאיר איז נישט צו א גרויסע ראיה ווייל כידוע מאכט ער אסאך תורות און איז מגזם אסאך כידוע ליו"ח (כמיין ח"ו נישט צו מזלזל זיין בכבודו נאר ער האט אן אייגנגארטיגע מהלך צו זאגן רמזים און חידושים אויף אלעס אפילו ער ווייסט אז סאיז נישט אמת ואכמ"ל)

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 11:30 am
דורך יהודי פשוט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווען דער קאצקער איז דאס ערשטע מאל אריין צום רבין פון לובלין האט ער איהם געזאגט אז זיין דרך אין עבודת השם ברענגט מרה שחורה, און צום סוף איז טאקע אזוי געווען, די לעצטע צוואנציג יאר פון זיין לעבן איז ער אריינגעפאלן אין א שרעקליכע מרה שחורה פון וואס ער האט זיך נישט געקענט ארויסזעהן. וואס האט ער געהאט פון די גאנצע געראנגל מיט'ן שקר? אז צום סוף האט ער איינגעזעהן אז זיין עקל פון שקר און זיין רצון זיך אפצושאקלען דערפון איז אויך בשקר יסודה, און נישט קענענדיג אקצעפטירן די פאקט אז זיין ער האט געלעבט אין א שקר זיין גאנץ לעבן איז ער געווארן דיפרעסט.

זעענדיג דאס איז דער איזביצער צוריקגעגאנגען צום דרך פונעם רבין פון לובלין, יא, א מענטש איז א שטיק שקר, און די רצון זיך אפצושאקלען דערפון איז אויך שקר. מצוות זענען שקר, עבירות זענען שקר, שמחה איז שקר, עצבות איז שקר, גאנץ עבודת השם איז שקר, על כרחך אתה חי ועל כרחך אתה שקר. נאכמער, לעבן אין א שקר איז נאר א פראבלעם ווען ס'איז דא אמת, ס'דא שקר, און איך גיי צום שקר. אויב אבער ס'נישט דא קיין אמת, ס'איז אלץ שקר, איז מאי אולמא האי מהאי? ס'דאך אלץ שטוית במיץ עגבניות. פארקערט גאר, דער וואס מאכט אן אינטערשייד, דאס איז אמת און דאס איז שקר, דער לעבט דאך אין אזא שקר שאין כדוגמתו. נו, אז די סיבה פארוואס דער קאצקער האט געזאגט די אלע שארפע ווערטער איז נאר געווען ווייל ער האט געהאט א פערזענליכע הנאה דערפון און ס'איז אלץ שקר, וואס איז שייך נאכצוזאגן פון איהם? ער האט הנאה געהאט פון שרייען פוי, זאל איהם וואויל באקומען, איך האב הנאה פון זאגן אז מצוות זענען עבירות און עבירות זענען מצוות, קוש מיר.
ב"ה אז דו גלייבסט נאר וואס דו ווילסט גלייבן, אבער איך גלייב אביסל אנדערש....

די הייליגע קאצק'ער רבי האט פיינט געהאט שקר און געזיכט דעם אמת, ער האט געטראפן דעם אמת און זיך געשלאגן פאר דעם זיין גאנצן לעבן, ער האט געוואלט אויפשטעלן א דור פון מענטשן וואס זאלן לעבן נאר מיט'ן אמת, און דאס האט זיך נישט אויס גע'ארבעט, מענטשן זענען צו שטארק מקושר מיט'ן שקר, זעהענדיג אז ער קען נישט אויפטוהן וואס ער וויל אויפטוהן איז ער געווארן צובראכן און זיך טיילווייז איינגעשפארט

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 12:39 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קען זיין אז דו ביזט אויפגעוואקסן אין גור ממילא האסטו געהערט אנדערע מעשיות ווי מיר, פון די מעשיות וואס איך האב געהערט קומט אויס אז ער איז געווען דיפרעסט.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 7:03 pm
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קען זיין אז דו ביזט אויפגעוואקסן אין גור ממילא האסטו געהערט אנדערע מעשיות ווי מיר, פון די מעשיות וואס איך האב געהערט קומט אויס אז ער איז געווען דיפרעסט.


Wow ס'דרייען זיך אזוי פול קאצקער'ס אין אונזער דור...!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 8:50 pm
דורך נקודת-אמת
real fake news האט געשריבן:נקודת אמת:
1. וואס זאגסטו אנדערש ווי איך האב געשריבן?
2. און פון רעב איטשע מאיר איז נישט צו א גרויסע ראיה ווייל כידוע מאכט ער אסאך תורות און איז מגזם אסאך כידוע ליו"ח
(כמיין ח"ו נישט צו מזלזל זיין בכבודו נאר ער האט אן אייגנגארטיגע מהלך צו זאגן רמזים און חידושים אויף אלעס אפילו ער ווייסט אז סאיז נישט אמת ואכמ"ל)

1. דו האסט געשריבן אז ער לאזט אויס, ער לאזט נישט אויס, ער שרייבט אז ער איז געוועהן אין תפיסה און ער האט נישט געקענט משפיע זיין.

2. ר' איטשע מאיר שליט"א'ס גוזמאות אין תורה, זענען בעיקר אין זיין מהלך פון אויפווייזן אז בכל התורה כולה אפשר שיאמר בחי' 'אלו ואלו דברי אלוקים חיים'
און ס'איז נישט זיין חידוש, נאר ס'קומט שוין פונעם בעל ה'תורת חכם' וואס ר' איטשע מאיר'ס ביהמ"ד הייסט נאך איהם.
אן עקסטערע שמועס אויף דער גאנצער עניין וועט נאך נאכפאלגן בעזה"י לכשיהיו עתותיי בידי,
איך בין שאקירט געווארן אז ער האט נאך נישט געהאט קיין אנשי-שם אשכול.
מ'גייט זיך נעמען צו דעם נעקסטע פאר טעג,
א חוץ די רעיון אז אלע מחלוקת'ן מוזן שטומען אז 'אלו ואלו דברי אלוקים חיים'
לא שמעתי על עוד גוזמאות בתורתו, ולהיפך, ער איז א גרויסער עמקן, און א גלייכער קאפ
אדרבה קענסט פרעגן ר' [tag]לעיקוואד[/tag] שליט"א אויף דער עניין,
און בעיקר עניין הגרי"מ מארגענשטערן בעזה"י נרחיב באשכול המיוחד שייפתח בעזה"י בעבורו.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 6:56 pm
דורך הוגה
[tag]נקודת-אמת[/tag], מיר קוקן ארויס אויף די באשרייבונגען בכליון עינים.

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 8:55 pm
דורך mevakesh
עס לויפט ארום אויף וואטסאפ א דרשה פון איינעם איבער ארבייטסגעבער וואס באהאנדלען נישט שיין די ארבייטער יענער האט א גוטען שפראך און עס קוקט אויס ווי ער איז נישט דערשראקן פון האקעלע נושאים
ווייסט איינער ווער דאס איז?
נ.ב.איך קען נישט ארויפלייגן די דרשה עס איז צו גרויס

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 9:02 pm
דורך יין שרף
יהושע הורוויץ?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 9:11 pm
דורך mevakesh
יין שרף האט געשריבן:יהושע הורוויץ?

ווער איז דאס? ווי קען מען הערן זיינע שיעורים?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 9:51 pm
דורך יין שרף
mevakesh האט געשריבן:
יין שרף האט געשריבן:יהושע הורוויץ?

ווער איז דאס? ווי קען מען הערן זיינע שיעורים?

@Shiurimhorovitz אויף טעלעגראם.

(דיסקלעימער, איך קען אים נישט, אבער וויפיל איך האב שוין יא געהערט, איז ער נישט די וועלט'ס חכם...)

נשלח: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 10:24 pm
דורך נולד מאוחר
וויפיל איך האב עם געהערט רעדט ער דברים של חכמה. בנוסף א גרויסע הארץ.

נשלח: מאנטאג דעצעמבער 09, 2019 2:06 pm
דורך וואלווי
איז דא אזא זאך אין די ביזנעס וועלט, אז ווען מ'רופט אן א קאמפעני, דארף מען נישט אויסהערן קערפולי, ווייל די מעניו אפשאנס האבען זיך נישט געטשענדזשט...?

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2020 11:35 am
דורך [NAMELESS]
ווער איז דער רעדנער?? ער איז ערנסט אדער א לץ?
https://tlgur.com/d/g09pAy04

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2020 12:43 pm
דורך קורקלענד
.

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2020 12:57 pm
דורך שלום על ישראל
ריכטיג האט געשריבן:ווער איז דער רעדנער?? ער איז ערנסט אדער א לץ?
https://tlgur.com/d/g09pAy04

שטויבער

נשלח: זונטאג יאנואר 19, 2020 7:30 pm
דורך [NAMELESS]
ריכטיג האט געשריבן:ווער איז דער רעדנער?? ער איז ערנסט אדער א לץ?
https://tlgur.com/d/g09pAy04

א ערנסטער לץ = קרעטשניף

נשלח: דאנערשטאג מערץ 05, 2020 12:53 pm
דורך ונבנתה העיר
בדוק ומנוסה? דהיינו? כ'בין נייגעריג.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 05, 2020 2:45 pm
דורך וואלווי
ונבנתה העיר האט געשריבן:בדוק ומנוסה? דהיינו? כ'בין נייגעריג.


די נסיעה אן סמארטפאונ'ס איז בדוק ומנוסה...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 05, 2020 10:05 pm
דורך berlbalaguleh
וואלווי: איך האב יא א סמארטפאון. איך נעם עס נאר ארויס ווען דער עולם שלאפט. איך זיץ אין די זעקסטע שורה ביי די ווינדאו. אויף די לינקע זייט. אבער איך בעט דיך. פארצייל נישט פאר קיינעם דעם סוד. ווייל כ'האב מורא אז מ'וועט מיך ארויסווארפן פון פלעין. אדער. מ'וועט מיך (ח"ו) איבערלאזן אין ליזענסק...וואו וועלל איך דאמאלס גיין...! או. קעי. נאכדעים וואס מ'וועט אי"ה צוריקקומען מעגסטו שוין פארציילן פאר די סדרנים. דאמאלס האביך שוין נישט מורא פאר זיי...!

נשלח: פרייטאג מערץ 06, 2020 2:41 am
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: איך האב יא א סמארטפאון. איך נעם עס נאר ארויס ווען דער עולם שלאפט. איך זיץ אין די זעקסטע שורה ביי די ווינדאו. אויף די לינקע זייט. אבער איך בעט דיך. פארצייל נישט פאר קיינעם דעם סוד. ווייל כ'האב מורא אז מ'וועט מיך ארויסווארפן פון פלעין. אדער. מ'וועט מיך (ח"ו) איבערלאזן אין ליזענסק...וואו וועלל איך דאמאלס גיין...! או. קעי. נאכדעים וואס מ'וועט אי"ה צוריקקומען מעגסטו שוין פארציילן פאר די סדרנים. דאמאלס האביך שוין נישט מורא פאר זיי...!


האב נישט מורא, יונגערמאן. אז מ'וועט נישט וועלען לייגען אין ביה"ח, דעמאלטס מעגסטו אפשר זארגען...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2020 1:16 am
דורך גליקלעך
איז טאקע געווען איבער זעקס טויזנט באנוצער אויפן סייט דא צווישן מארטש דריי און פיר?

און אין די לעצטע פיר און צוואנציג שעה איבער צוויי אלפים געסט?

סאמטינג איז ווראנג.