בלאט 196 פון 213

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2020 8:10 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אין די צייט, הערט מען נאר איין שטיק נייעס, קאראנא. און אזוי מאכט טאקע סענס. איך וויל אבער וויסען ווי מ'קען הערן די נייעס וואס ווערט אין די טעג באהאלטן דורך די קאראנא סומאטוכע, וואס שטופט מען אריין אונטער אונזער נעזער?

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2020 1:51 pm
דורך כפתור
איינער ווייסט אויב מען מאכט נאך מציצה בפה ווילאנג די קאראנא וויירוס גייט אן?
פארוואס וויל איך וויסן?
ווייל איך בין נייגעריג

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: מיטוואך מערץ 18, 2020 2:07 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
כפתור האט געשריבן:איינער ווייסט אויב מען מאכט נאך מציצה בפה ווילאנג די קאראנא וויירוס גייט אן?
פארוואס וויל איך וויסן?
ווייל איך בין נייגעריג
כ'בין געווען ביי א ברית און געזעהן ווי מ'מאכט עס, מיין בלוט איז מיר ארויף אין קאפ כ'האב געשפירט ווי כ'פראסקע יענעם אן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 19, 2020 12:18 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פארוואס טאר איך נישט ליינען דעם פארום?

viewtopic.php?p=443969#p443969

נשלח: פרייטאג מערץ 20, 2020 12:04 pm
דורך ישעיה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פארוואס טאר איך נישט ליינען דעם פארום?

https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 69#p443969

ס'איז אפשר אורטודוקסיש געשטימט

נשלח: זונטאג מערץ 22, 2020 1:57 am
דורך שמעון וואלף
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:כ'בין געווען ביי א ברית און געזעהן ווי מ'מאכט עס, מיין בלוט איז מיר ארויף אין קאפ כ'האב געשפירט ווי כ'פראסקע יענעם אן

ווי איך פארשטיי, ווערט די וויירוס נישט טראנסמיטעט דורך די בלוט, דהיינו, אז טאמער ס'גייט אריין אין די בלוט, וועט די באדי עס פייטן אן קיין סייד אפעקטס.
טעל מי איף איים ראונג

נשלח: זונטאג מערץ 22, 2020 2:19 am
דורך יין שרף
אויב אזוי איז די וואקסין זייער פשוט. אריינשפריצן פאר יעדעם אין די בלוט אביסל פון די וויירוס.

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2020 2:35 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף: די אלע מעדיצינישע טעאריעס וואס אונז ווארפן מיר דא ארויס זענען גוט איבערצושמועסן איבער א גלעזל (אדער צוויי) יין שרף. אין ריעל לייף האבן זיי נישט קיין שום ווערד. ווייל אונז זעמיר נישט קיין ביאלאגיסטן...!

נשלח: דינסטאג מערץ 24, 2020 8:43 pm
דורך [NAMELESS]
איז דאקטאר זאלענקא א איד?
און אויב יא וועלכע מאדע איד?
און וואס ליגט אונטער די גאנצע פרשה?

נשלח: מיטוואך מערץ 25, 2020 3:44 pm
דורך berlbalaguleh
אנשטענדיגע יוד: יא. ער איז א איד. אן אנשטענדיגע יוד. א געוועזענער סטודענט און אימיגראנט וועלכער איז געקומען פון רוסלאנד. און א פאפולערער דאקטאר. וועלכער איז ביז לעצטנס געווען אן אינטעגראלער טייל פון די חסיד'ישע קאמיוניטי אין קרית יואל. וועלכער האט געטריי געדינט די אינטרעסן פון די איינוואוינערס פון די שטאט. נאר זיין לעצטער ארויסטריט און דערקלערונג אז רוב עולם אין קר"י איז אנגעשטעקט מיט דעם קאראנא וויירוס צוליעב נישט לייגן גענוג א גרויסן געוויכט אויף די ערנסטקייט פונ'ם מצב, האט ארויסגענומען די עסטאבלישמענט פון די כלים...!

ער האט ציטירט א טעסט וואס מ'האט אדורכגעפיהרט אויף 14 מענטשן פון די קאמיוניטי. און 9 מענטשן האבן געהאט א פאזיטיוון טעסט פאר קאראנא. דאס איז 64.28פראצענט. ד.ה. אז רוב מענטשן אין קר"י זענען אנגעשטעקט מיט דעם וויירוס.

די פראבלעם מיט זיין סטעיטמענט איז אז דער סעמפל איז צו קליין און באגרעניצט אז ס'זאלל זיין רעפרעזענטאטיוו פון די באפעלקערונג. אויך האט מען נישט גענומען אין באטראכט די עידזש פון די סעמפל טעסט נעמערס.

דאס האט זיי ארויסגענומען פון די כלים. און זיי האבן איהם שטארק ארונטערגעריסן און אפגעפרעגט זיין פראפעסיאנאליזם און אויטאריטעט צו זאגן דיעות אין די עניינים, בכלל. אויך האבן זיי געשריגן בכל תוקף אז זיי נעמען אן די שטרענגסטע מיטלען כדי צו פארהיטן די צושפרייטונג פון דעם וויירוס.

איך ווילל נישט זאגן אז דר. זעלענקא האט דא געהאט א מעגליכע קאנפליקט אוו אינטערעסט. ווייל ער האט ממציא געווען א מעגליכע רפואה פאר די וועלכע זענען באטראפן געווארן מיט סימפטאמען פון די מחלה. ער האט איינגעשפריצט א געוויסע מעדיצין אדער קאמבינאציע פון מעדיצינען פאר עטליכע פאציענטן. און זיי זענען ב"ה בעסער געווארן. אזוי ווייט אז דאס האט געצויגן די אויפמערקזאמקייט פון פרעזידענט טראמפ און זיין שטאב.

נשלח: מוצ"ש מערץ 28, 2020 10:13 pm
דורך [NAMELESS]
ר' בערל!
דיין פעדער איז גאלד!

נשלח: זונטאג אפריל 05, 2020 2:29 am
דורך [NAMELESS]
אין ליובאוויטש גייט מען יעצט זאגן טעגליך גאנץ קאפיטל קי"ט אדער ס'איז דא עפעס א שארט-קאט?

נשלח: זונטאג אפריל 05, 2020 2:36 am
דורך וואלווי
ריכטיג האט געשריבן:אין ליובאוויטש גייט מען יעצט זאגן טעגליך גאנץ קאפיטל קי"ט אדער ס'איז דא עפעס א שארט-קאט?


ווענדזיך, אויב ער וועט איבערלעבן די קראנע קריזיס...

נשלח: זונטאג אפריל 05, 2020 6:07 am
דורך [NAMELESS]
וואלווי האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:אין ליובאוויטש גייט מען יעצט זאגן טעגליך גאנץ קאפיטל קי"ט אדער ס'איז דא עפעס א שארט-קאט?


ווענדזיך, אויב ער וועט איבערלעבן די קראנע קריזיס...

האט גארנישט צוטוהן אויב ער לעבט, די וואס זענען מודה אז ער איז נפטר געווארן תשנ"ד זאגן אויך דעם קאפיטל.

נשלח: זונטאג אפריל 05, 2020 12:47 pm
דורך וואלווי
ריכטיג האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:אין ליובאוויטש גייט מען יעצט זאגן טעגליך גאנץ קאפיטל קי"ט אדער ס'איז דא עפעס א שארט-קאט?


ווענדזיך, אויב ער וועט איבערלעבן די קראנע קריזיס...

האט גארנישט צוטוהן אויב ער לעבט, די וואס זענען מודה אז ער איז נפטר געווארן תשנ"ד זאגן אויך דעם קאפיטל.


מיינסט עס ערענסט? ער איז נפטר געווארן אין תשנ"ד...?

Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2020 12:13 am
דורך יהודי פשוט
ריכטיג האט געשריבן:אין ליובאוויטש גייט מען יעצט זאגן טעגליך גאנץ קאפיטל קי"ט אדער ס'איז דא עפעס א שארט-קאט?
אז מ'רעדט שוין פון דעם, איז טאקע כדי מברר צו זיין, וואס איז זייער פלאן צו זאגן ווען די רבי גייט ווערן 151? זיי פלאנען אנצוהייבן פון פריש? בלייבן ביים לעצטן קאפיטל? צולייגן קאפיטלעך?

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2020 12:18 am
דורך berlbalaguleh
ווען מ'וועט האלטן ביי ענדיגן קפיטל ק"נ, וועט מען אנהייבן איבערזאגן די שיחות פונ'ם רעבי'ן...!

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2020 12:28 am
דורך רביה''ק זי''ע
ווער זאגט אז ער גייט לעבן אזוי לאנג?

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2020 12:30 am
דורך וואלווי
יהודי פשוט האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:אין ליובאוויטש גייט מען יעצט זאגן טעגליך גאנץ קאפיטל קי"ט אדער ס'איז דא עפעס א שארט-קאט?
אז מ'רעדט שוין פון דעם, איז טאקע כדי מברר צו זיין, וואס איז זייער פלאן צו זאגן ווען די רבי גייט ווערן 151? זיי פלאנען אנצוהייבן פון פריש? בלייבן ביים לעצטן קאפיטל? צולייגן קאפיטלעך?


אנהייבן זאגען בלעטער בבא בחרא.

היכי תמצא פון זיין א ליובאוויטשער און ברעסלבער אויף איין מאל...

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2020 12:39 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי: ווייל די ליובאוויטשער רבי לעבט פונקט אזוי ווי ר' נחמן מ'ברסלב. זיי זענען אין זעלבן היכל אין גן עדן...!

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2020 12:53 am
דורך וואלווי
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: ווייל די ליובאוויטשער רבי לעבט פונקט אזוי ווי ר' נחמן מ'ברסלב. זיי זענען אין זעלבן היכל אין גן עדן...!


די חילוק איז נאר, אז ליובאוויטש קומט מען פון רוסלאנד קיין אמעריקא, ברסלב גייט מען פון אמעריקא קיין רוסלאנד...

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2020 1:00 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי: א מ'רעדט שוין. ס'איז דא א רוסיש חסידות וואס האט מערסטנס אונגערישע אידן אלס חסידים. ס'איז פונקט אזוי ווי די פאפא רבי זאלל האבן די מערסטע רוסישע אידן אלס חסידים...!

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2020 2:31 pm
דורך אליעזר מארקס
file:///C:/Users/%D7%A4%D7%99%D7%A9%D7%A8/Videos/whatsapp/WhatsApp%20Video/%D7%9E%D7%99%D7%9C%D7%99%D7%95%D7%9F%20%D7%93%D7%95%D7%9C%D7%A8.mp4