בלאט 196 פון 214

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 6:30 pm
דורך הייסעהינטל
אנליין נייעס איז די איינציגסטע מקור פון וואו איך ווער געוואר וואס גייט פאר אין די גאס. היות איך פארמאג נישט קיין וואטסעפפ און דאס גלייכן. קאוועשטיבל איז די ריכטיגע פלאץ עס פארמאגט די מערסטע אקוראט און פרישע סחורה

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 6:30 pm
דורך טאקע
שלום עליכם
איך בין א איד, און מיין שפראך איז אידיש
און איך קען באשטיין צו ווערן אנגענומען דא אין קאווע שטיבל

(די נושא אויף וואס מ'שרייבט דא איז "דערציילט איבער אייך" אבער היות איך וויל נישט אז מ'זאל מיך דערקענען ווער איך בין, קען איך נישט צופיל שרייבן וועגן דעם, אזוי פיל יא, אז איך האף אז מ'וועט הנאה האבן פון מיך)

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 6:31 pm
דורך גוט לעבן
איך שרייב מיך אייך איין צו קענען לייענען וואס מענטשן שרייבן,
איך בון א חסידישע נאטראל מענטש נישט פאפרומט, איך באלאנג נישט צו קיין חסידות
איך האב נישט וואס צוצולייגן אז עס זאל אנקומן צו 40 ווערטער...

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 6:31 pm
דורך פוילישע פעפער
שלום עליכם טייערע קאווע שטיבל חברים סאיז מיר א פארגעניגען צו ווערען א חלק פון די שטיבל איך האב מחליט געוועהן צו ווערען א חלק פון דעם שטיבל נאך דעם וואס כהאב געהערט זייער גוטע גריסען אויף דעם שטיבל און אז יעדע סארט נייעס אדער דעבאטע קומט דא ארויף און סהאט זיך מיך געהערט זייער אינטערסאנט

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2024 8:26 pm
דורך טאקע
טאקע האט געשריבן: זונטאג יאנואר 28, 2024 6:30 pm שלום עליכם
איך בין א איד, און מיין שפראך איז אידיש
און איך קען באשטיין צו ווערן אנגענומען דא אין קאווע שטיבל

(די נושא אויף וואס מ'שרייבט דא איז "דערציילט איבער אייך" אבער היות איך וויל נישט אז מ'זאל מיך דערקענען ווער איך בין, קען איך נישט צופיל שרייבן וועגן דעם, אזוי פיל יא, אז איך האף אז מ'וועט הנאה האבן פון מיך)
ש'כח @מנהל פאר'ן אנעמען
ס'איז מיר א גרויסע פארגעניגן

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 4:10 pm
דורך געטרייע טאטע
שלום עליכם יעדע איינער
א יישר כח פאר די@מנהל פאר מיר אריינלאזן דא אין קאווע שטיבל

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 6:34 pm
דורך סקעפטיקער
עלם ועלמיא האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 7:45 pm לכבוד המערכת

וויל פראבירן צי רעפארטן פין צייט צייט מדברים העומדים על הפרק בלי שום מחלוקת ושנאת חנם וזה חשוב מאד
וויל נישט קענען שרייבן א יעדן טאג אדער א יעדי וואך וועל פראבירן מיין בעסטע האף זייער אז אמר וועט זיין צופרידן

בברכת כל טוב

ברוך
זייט ווען הייסטו ברוך?

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:09 pm
דורך יש מאין
איך זוך א בייקוועמע פלאץ זוך צו אויסלופטערן נאך א שווערע טאג ווי מען קען שמועסן און פארברענגען מיט אידען אינאיינעם , איך האב ליב היסטאריע, ספרים, און ייחוס. אביסעלע דא און דארט חסידישע נייעסלעך. איך האף צו קענען ליינען און שרייבן פאר די חבריא מיט תוכן און מיט א געשמאק

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:10 pm
דורך שבת'דיג
שלום עליכם! אלע חברים דא אין שטיבל.
איך שרייב מיר איין דא זיך צו קענען אביסל אויסלופטערן מיט פרישע נייעס און אקטועלע נושאים געשריבן אויף היימישן מאמע לשון.
איך פלאן נישט צו שרייבן דא בקביעות נאר בעיקר צו ליינען צוליב ס'איז מיר זייער שווער צו טייפן אין יידיש, אויב וועל איך האבן אמאל עפעס צו מוסיף זיין וועל איך בל"נ זיך אנשטרענגען עס צו טאן, און איך האף איר וועט הנאה האבן.
הצלחה רבה, וכל טוב!

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:10 pm
דורך משה עבד נאמן
איך בין א פשוט'ע אינגערמאן, וועלכע וויל מיטהאלטן, ליינען און שרייבן איבער נייעס און דברים העומדים על הפרק, האבעך זיך איינגעשריבן צו דשוינען דעם קרעמל דא, איך האף צו קענען הנאה האבן פון די סייט און מאכן אנדערע הנאה האבן פון מיר און מיין אנוועזנהייט דא.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:11 pm
דורך לייבעל
מיין נאמען איז לייבעל קיין שרייבער בין איך נישט אבער קאווע שטיבל איז גאט טו בי דער בעסטע אידעשע סייט פאר אידעשע נייעס וואס מען קען נישט באקומען פון מעיןסטרים מידיא

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:11 pm
דורך נאשן
איך בין א שטארקע חסיד פון אסאך רעביס און רעבישע הויפן אזוי אויך האב איך אסאך אינטערעסע צו מאכן פרייליך אידישע קינדער און ברענגן א שמייכל אויף זייער פענימער , איך האב ליב צו זעהן נייע זאכן, זעהן פארשידענע מיינונגן פון פארשידענע מיני מענטשן.
איך פרוביר עס אויף אלע אויפאנים מעגליך צו איז עס זאגען א גוט ווארט צו זיי צוזאמען נעמען און פארברענגן מחזק זיין אד"ג

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2024 7:11 pm
דורך שטענדיג גערעכט
איך וויל ליינען, שרייבן, ברענגען ידיעות און קלוגער ווערן.
איז דא מיין ריכטיגע פלאץ? דאס וועלן די מעמבערס ענטפערן.
פאליטיק
סיגנאל נישט גערודער

- געדענק איך בין שטענדיג גערעכט

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 12:09 am
דורך צוויי
מנהל האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 23, 2024 3:44 pm דער ניק "אייוועלט" איז נישט אקצעפטירט.
אידטיש יא?
:lol:

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:51 am
דורך יענקוש
זיך טרעפן מיט אנשי שלומינו יודען וואס זענען בדעה אחת און זיך העלפן איינער דעם אנדערן מיט ארויסצוגיין פון די שיעבוד הגלות אין טרעפן די אור אין זיך אין די אור פון טייערע קאווע שטיבל אידן ארום

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:51 am
דורך ליכט
זוך נייעס און אנדערע אידישע אינטערסאנטע שמועסן עס איזה זייער שווער צו באקומן אינפארמאציע אויף פארשידענע טעמעס וואס גייטס פאר אין דבר אידישער וועלט איך טראכט אז דאס איזה פון די בעסטע מקומות צו טרעפן אינפארמאציע

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:28 pm
דורך קנעפל
בעזרת השם יתברך

זעה מיר שוין דעם שטיבל פאר אסאך יארן, איך פלעג אלס ליינען ארטיקלן פונעם וועב זייטל, אבער היינט האב איך אפגעמאכט זיך צו גענצליך איינשרייבן.
איך האף צו האבן צוטריט צו ידיעות פון פארש און וויסכנשאפט תורה ומדע אן קיין באגרעניץ פון היינטייגע בעלי השקפה.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:29 pm
דורך לשון
א חסידישע יונגערמאן וואס זוכט צו שמועסן פון פארשידענע נושאים, וואס קאווע שטיבל איז די אייניציגסטע פלאץ ווי מען רעדט עס, פלאס מען ווערט רייכער מיט נאך אסאך אינטערסאנטע נושאים

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:29 pm
דורך שפאקטיווער
מיר זענען א ליינער פין קאווע שטיבעל פאר יאר'ן. מיר ווילען ווייטער קענען ליינען אין הנאה האבען.
ס'איז אינטערעסאנט צי זען אן אנדערענס פרעספיקטיוו אויף כל מילי דעלמא.
כולם בחכמה עשית.
ישר כח

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:29 pm
דורך מיט מילעך
א נארמאלע מענטש פון נוא יארק, וויל זיין א חבר אין קאווע שטיבל מיט אביסעלע מילעך אויף דעם אידישער שפראך, פאר פיר אין צוואנציג שעה א טאג זעקס טעג א וואך חוץ יו"ט

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:46 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
שפאקטיווער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:29 pm מיר זענען א ליינער פין קאווע שטיבעל פאר יאר'ן. מיר ווילען ווייטער קענען ליינען אין הנאה האבען.
ס'איז אינטערעסאנט צי זען אן אנדערענס פרעספיקטיוו אויף כל מילי דעלמא.
כולם בחכמה עשית.
ישר כח
מיינסט צו זאגן אז דו ביסט פון די ארויסגעווארפענע, ווייל דו שרייבסט נישט נאר די ליינסט, סא קומסטו כסדר צוריק מיט א נייע ניק אויף צום ליינען?

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג יאנואר 30, 2024 9:24 pm
דורך סקעפטיקער
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 8:46 pm
שפאקטיווער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:29 pm מיר זענען א ליינער פין קאווע שטיבעל פאר יאר'ן. מיר ווילען ווייטער קענען ליינען אין הנאה האבען.
ס'איז אינטערעסאנט צי זען אן אנדערענס פרעספיקטיוו אויף כל מילי דעלמא.
כולם בחכמה עשית.
ישר כח
מיינסט צו זאגן אז דו ביסט פון די ארויסגעווארפענע, ווייל דו שרייבסט נישט נאר די ליינסט, סא קומסטו כסדר צוריק מיט א נייע ניק אויף צום ליינען?
היינטיגע אינגעלייט! זיי געדענקן שוין אפילו נישט ווען מ'האט געקענט ליינען קאווע שטיבל אן א ניק

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2024 1:12 am
דורך סוף טוב הכל טוב
מיט מילעך האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 6:29 pm א נארמאלע מענטש פון נוא יארק, וויל זיין א חבר אין קאווע שטיבל מיט אביסעלע מילעך אויף דעם אידישער שפראך, פאר פיר אין צוואנציג שעה א טאג זעקס טעג א וואך חוץ יו"ט
עליכם שלום!

זיין אויף ק"ש פאר פיר אין צוואנציג שעה א טאג זעקס טעג א וואך חוץ יו"ט - הייסט ביי דיר "א נארמאלע מענטש"?!
אפשר אין נוא יארק!