בלאט 197 פון 213

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2020 1:09 am
דורך cictim
דר זעלענקא לערנט זיך אויס Priorities אין מאנרוי
https://drive.google.com/file/d/1dZYIZu ... nmAe2/view

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2020 4:00 am
דורך berlbalaguleh
cictim: ייש"כ. פייערדיגע ווערטער. דר. זעלענקא ברענגט ארויס זיין הארץ ווייטאג און כפיית טובה פון די פאליטישע מאכערס אין קרית יואל. דאס אלעס נאכדעים וואס ער האט אזוי געטריי געדינט די איינוואוינערס דארט. און ווי ער זאגט אליין. אז ער האט א סאך אנדערע געלעגנהייטן אויפצובויען א פראקטיס סיי וואו. און דאס צאללן זיי איהם צוריק. בלויז פאר די אייגענע שמאלע (און קארופטע) אינטרעסן פון געלט און כבוד...ה' ירחם...!

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2020 9:50 pm
דורך יודישע שרייבער
cictim האט געשריבן:דר זעלענקא לערנט זיך אויס Priorities אין מאנרוי
https://drive.google.com/file/d/1dZYIZu ... nmAe2/view

[tag]cictim[/tag], שוין דערנאך, ער האט זיך פארמאל אפגעזאגט....
https://vosizneias.com/2020/05/20/watch ... community/

נשלח: מיטוואך מאי 20, 2020 11:22 pm
דורך כרם זית
ריכטיג האט געשריבן:
וואלווי האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:אין ליובאוויטש גייט מען יעצט זאגן טעגליך גאנץ קאפיטל קי"ט אדער ס'איז דא עפעס א שארט-קאט?

ווענדזיך, אויב ער וועט איבערלעבן די קראנע קריזיס...

:D האט מיר געזאגט איינער וועלכע איז געוועזן ביין כינוס השלוחים, מען זאגט דארט די קאפיטל פון די קומנדיגע יאר אויך, אז עס איז געווען א שארטקאוט.
און אויף וואלווי'ס ספיקות וויל איך זאגן. א) וואדקע הארגעט באצילן. ב) אלעמאל האט מיר געוואונדערט די משיחיסטן, אויב דער רבי קען נישט שטארבן, איז וואס פעלט אויס שרייען ''יחי''??? ודוק.

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 8:12 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ריכטיג האט געשריבן:אין ליובאוויטש גייט מען יעצט זאגן טעגליך גאנץ קאפיטל קי"ט אדער ס'איז דא עפעס א שארט-קאט?

ברור לכולנו ורואים במוחש שהרבי שליט"א מנהיג אותנו כיום בכל ענין בפרט ובכלל, וכל דבר שקשור לרבי בודאי הוא בהשגחה-פרטית בשייכות עם מצב אנ"ש ומצב כלל ישראל.

העובדה שדוקא בימים אלו, בהם כללות אנ"ש זקוקים להתעוררות רחמים רבים, בתוככי כלל אחב"י וכל העולם כולו, זכינו להכנס לשנת ה-118 להולדת הרבי נשיא הדור שליט"א, ולהתחיל לומר את הקאפיטל הארוך ביותר, ה"תמניא אפי" – ודאי אינה במקרה.

מובן ופשוט אם-כן, ולא נצרכה אלא לזירוז, שכל אחד ואחת מאנ"ש ובני-ביתם, אפילו אם רק בשם חסיד חב"ד יכונה, יקדיש פרק זמן בכל יום בשנה זו לומר בחשק, בעונג ובשמחה, את מזמור קי"ט בתהילים, הקאפיטל של הרבי. וכפי שהרבי ציטט בענין זה את דברי הרבי הריי"צ "שהזכות של הרביים יומשך אליהם!".

אין זו חלילה 'מעמסה' עבורנו, לומר את הפרק קי"ט הארוך, אדרבה, כדברי החסיד ר' זלמן בוטמן ע"ה, זוהי שמחה ועונג גדול עבורנו, להקדיש יותר זמן להיות קשור לרבי על-ידי אמירת הפרק של הרבי, ולזכות לברכה גדולה יותר ולהתקשרות גדולה יותר עם הרבי.

נא דיר דיין תשובה

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 11:30 am
דורך שאראש-פאטאק
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: ווייל די ליובאוויטשער רבי לעבט פונקט אזוי ווי ר' נחמן מ'ברסלב. זיי זענען אין זעלבן היכל אין גן עדן...!

קיינמאל נישט געהערט אז מען זאל האלטען אז ר' נחמן לעבט?

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 11:57 am
דורך קאך_לעפל
[justify]אז מען רעדט שוין פון רבי נחמן, וואלט איך פארגעלייגט וואס עס עגבערט מיר שוין א לאנגע וויילע.

די ברעסלבער זאגן, אז רבי נחמן האט געזאגט, אז ווער ס'וועט קומען צו זיין קבר און זאגן דעם תיקון הכללי וועט ער ארויסציען פון גיהינום מיט די פאות.
ווען רעדט זיך דאס? אן תשובה? אדער מיט תשובה? אויב מיט תשובה, דאן פארוואס דארף איך אייגענטליך רבי נחמן? מיר האבן דאך דעם סלחן לישראל ומחלן לשבטי ישרון בכל דוד ודור זעלבסט, ווידעראום אן תשובה, דערמאנט מיך דאס פון א צווייטע רעליגיע וואס רופט זיך קריסטנטום. וואס ביי זיי אויב נעמט אריין יעזעס אין הארצן איז מען פאזיכערט צו א פארצייאונג אויף אלע זינד! כ'גלייב נישט אז רבי נחמן האט גזאגט אז ער איז ווי יעזעס. ס'שיינט אז די ברעסלבער האבן פילייכט אויסגעבארגט דעם באגריף אז גלויבן אין עמיצען פארצייט אלע זינד פון די שמייליגע קריסטן...[/justify]

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 12:06 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א ברסלב'ער האט מיר אמאל געזאגט אז דאס גיין צום רבי'ן וועט פאראורזאכן דיין תשובה. דער רבי וועט דיר ארויס שלעפן פון גיהנם דורך דיין תשובה. ער וועט דיר צווינגן תשובה צו טון.

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 12:16 pm
דורך קאך_לעפל
בקיצור גאר נישט מיט די פיאות פון גיהנום צו טאן! דער רבי ווען בלויז צווינגן תשובה צו טאן. גוט! כ'שפאר מיר א טיקעט קיין אומאן. מיך דארף מען ב''ה נישט צווינגן תשובה צו טאן. און די דאזיגע לויטע וואס מען דארף צווינגן תשובה צו טאן, פארן ווארשיינליך נישט קיין אומאן.

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 12:18 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אית תשובה ואית תשובה

ווען דו וועסט לייגן א בערני סטיקער אויף דיין טלית בארטל, וועסטו וויסן אז דו האסט תשובה געטון

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 12:23 pm
דורך קאך_לעפל
יא! און רבי מרדכי נישכיזער איז געווען א גוטער איד!

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 12:46 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס האסטו קעגן צימעס? צימעס איז א גוטע מאכל!

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 12:54 pm
דורך קאך_לעפל
מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחל. ס'איז א דייטליכע גמרא.

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 12:59 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וויאזוי ביסטו אנגעקומן צו דיין מחילה יעצט?

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2020 4:41 am
דורך יודישע שרייבער
איינער קען מיר ביטע זאגן ווער איז אט דער רבי שלמה וואס רעדט אין זיין סוכה?

נשלח: מאנטאג יולי 06, 2020 6:27 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יודישע שרייבער האט געשריבן:איינער קען מיר ביטע זאגן ווער איז אט דער רבי שלמה וואס רעדט אין זיין סוכה?

דאס איז הרב שלמה פריפלד

נשלח: מוצ"ש יולי 18, 2020 11:37 pm
דורך ונבנתה העיר
ונבנתה העיר האט געשריבן:די כינעזער וואס קלויבן צוזאמען גאנצע וועגענער פון פלאסטישע באטלעך ארויסצונעמען פון זיי דעם פינף-צענטיגן ריפאנד, לייגן זיי נישט אריין מער ווי פינף צענט קאלאריעס אין זייער השתדלות צו גיין, זוכן און טראגן דעם באטל?

נשלח: זונטאג יולי 19, 2020 8:02 pm
דורך ישן מלא חדש
קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]אז מען רעדט שוין פון רבי נחמן, וואלט איך פארגעלייגט וואס עס עגבערט מיר שוין א לאנגע וויילע.

די ברעסלבער זאגן, אז רבי נחמן האט געזאגט, אז ווער ס'וועט קומען צו זיין קבר און זאגן דעם תיקון הכללי וועט ער ארויסציען פון גיהנם מיט די פאות.
ווען רעדט זיך דאס? אן תשובה? אדער מיט תשובה? אויב מיט תשובה, דאן פארוואס דארף איך אייגענטליך רבי נחמן? מיר האבן דאך דעם סלחן לישראל ומחלן לשבטי ישרון בכל דוד ודור זעלבסט, ווידעראום אן תשובה, דערמאנט מיך דאס פון א צווייטע רעליגיע וואס רופט זיך קריסטנטום. וואס ביי זיי אויב נעמט אריין יעזעס אין הארצן איז מען פארזיכערט צו א פארצייאונג אויף אלע זינד! כ'גלייב נישט אז רבי נחמן האט געזאגט אז ער איז ווי יעזעס. ס'שיינט אז די ברסלב'ער האבן פילייכט אויסגעבארגט דעם באגריף אז גלויבן אין עמיצען פארצייט אלע זינד פון די שמייליגע קריסטן...[/justify]

א גוטן ר' קאך לעפל. אפשר זענט איר מיר מסביר די גמרא אין סוטה אז דוד האט געזאגט אכט מאל בני אבשלום, אבשלום בני שבע להוציאו משבעה מדורי גיהנום ואחד לאתיי לעלמא דאתי.

ווען רעדט זיך דאס? אן תשובה? אדער מיט תשובה? אויב מיט תשובה, דאן פארוואס דארף אבשלום צוקומען צו דוד? מיר האבן דאך דעם סלחן לישראל ומחלן לשבטי ישרון בכל דוד ודור זעלבסט, ווידעראום אן תשובה, דערמאנט מיך דאס פון א צווייטע רעליגיע וואס רופט זיך קריסטנטום.

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 4:27 pm
דורך געזונטערהייט
ישן מלא חדש האט געשריבן:

קענסט נישט פארגלייכן די צוויי.
דוד המלך האט דאס געטון נאך אבשלום האט שוין געהאט געזינדיגט און ער איז אנגעקומען טיף אין גיהנם. האט דוד המלך בכוחו געפועלט ארויסצונעמען אבשלום פון דארט.
דאס איז קיין פארגלייך צו דעם אז דער זינדיגער אליינס זאל זיך ארומדרייען און זאגן: סאיז אקעי.. איך האב געזינדיגט.. נישט געפערליך.. די רבי וועט מיר שוין ארויסלעפן.
דאס איז קעגן די תורה וואס זאגט אז אויף עבירות דארף מען תשובה טון. נישט זיך פארלאזן אויף יעזולס וכדומה...
(איך נעם נישט ח"ו א שטעלונג בנוגע חסידי ברסלב וואס זאגן אזוי, איך זאג נאר אז עס איז קיין פארגלייך)

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 6:08 pm
דורך ליב צו וויסן
פון ווי נעמסטו אז די ברעסלאווער זאגן דאס "פארן" טוהן די עבירה.. אפשר איז דאס אויך נאר געזאגט געווארן אויף לאחר המעשה?

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 7:05 pm
דורך הקטן
ליב צו וויסן האט געשריבן:פון ווי נעמסטו אז די ברעסלאווער זאגן דאס "פארן" טוהן די עבירה.. אפשר איז דאס אויך נאר געזאגט געווארן אויף לאחר המעשה?

אבשלום האט נישט "געוויסט" אז דוד וועט אים ארויסשלעפן "פארן" טון די עבירה, און האט נישט געקענט זאגן שלום עלי נפשי

איינער וואס גייט ארים מיט די מחשבה נאכן טון די עבירה - די רבי וועט שוין קער נעמען, אדער דאס איז געווען באשערט, ווייסט שוין פין דעם "פארן" טון די עבירה

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 7:33 pm
דורך ליב צו וויסן
הקטן האט געשריבן:
ליב צו וויסן האט געשריבן:פון ווי נעמסטו אז די ברעסלאווער זאגן דאס "פארן" טוהן די עבירה.. אפשר איז דאס אויך נאר געזאגט געווארן אויף לאחר המעשה?

אבשלום האט נישט "געוויסט" אז דוד וועט אים ארויסשלעפן "פארן" טון די עבירה, און האט נישט געקענט זאגן שלום עלי נפשי

איינער וואס גייט ארים מיט די מחשבה נאכן טון די עבירה - די רבי וועט שוין קער נעמען, אדער דאס איז געווען באשערט, ווייסט שוין פין דעם "פארן" טון די עבירה

סוי תשובה איז א סוד פאר מען טוט די עבירה?

די שמועס איז געווען דא אויב עס איז נאך עפעס חוץ פון תשובה, אבשלום און ברעסלאוו פארמאגן ענליכקייטן..

נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 7:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ליב צו וויסן האט געשריבן:די שמועס איז געווען דא אויב עס איז נאך עפעס חוץ פון תשובה, אבשלום און ברעסלאוו פארמאגן ענליכקייטן..

נאך איינער וואס האט אן ענליכקייט...

בעצם איז דער געדאנק אז א צדיק זאל ראטעווען פון עונשים נישט אזא גרויסע חידוש, ס'שטייט שוין אין נביא ישעיה און אין גמרא אז משיח ליידט יסורים פאר די אידנ'ס עבירות אנשטאט זיי, אויך זעהט מען אפאר מאל אין גמרא אז א צדיק באשיצט אויפ'ן דור פון עונשים.