בלאט 198 פון 213
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:22 pm
דורך געזונטערהייט
א צדיק קען זאגן, איך וועל ארויסלשפן דעם בעל עבירה פון גיהנם, אדער ראטעווען פון עונשים.
עס איז נישט קיין פארגלייך צו דעם אז די בעל עבירה זאל דאס אבער זאגן.
די בעל עבירה וואס האט געזינדיגט, דארף תשובה טון, נישט זיך פארלאזן אויף א ווארט פונעם רעבין אז ער וועט שוין ארויסשלעפן.
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:24 pm
דורך געזונטערהייט
ליב צו וויסן האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:ליב צו וויסן האט געשריבן:פון ווי נעמסטו אז די ברעסלאווער זאגן דאס "פארן" טוהן די עבירה.. אפשר איז דאס אויך נאר געזאגט געווארן אויף לאחר המעשה?
אבשלום האט נישט "געוויסט" אז דוד וועט אים ארויסשלעפן "פארן" טון די עבירה, און האט נישט געקענט זאגן שלום עלי נפשי
איינער וואס גייט ארים מיט די מחשבה נאכן טון די עבירה - די רבי וועט שוין קער נעמען, אדער דאס איז געווען באשערט, ווייסט שוין פין דעם "פארן" טון די עבירה
סוי תשובה איז א סוד פאר מען טוט די עבירה?
די שמועס איז געווען דא אויב עס איז נאך עפעס חוץ פון תשובה, אבשלום און ברעסלאוו פארמאגן ענליכקייטן..
ווען אבשלום וואלט זיך ארומגדרייט זאגענדיג, איך האב טאקע געזינדיגט אבער איך האב א גרויסן טאטן וואס וועט מיך שוין ארויסשלעפן פון גיהנם, וואלט ער זיכער נישט גערעכט געווען מיט די מהלך המחשבה
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 9:38 pm
דורך ליב צו וויסן
וואס איז די קאשע געמישעכץ דא?..
די טענה אויף ברעסלאוו איז געווען היתכן צו זאגן אז איינער קען ארויסנעמען פון גיהנם? ממ"נ מיט תשובה אדער אן תשובה וכו
איז געקומען אן ענטפער אז מען זעהט שוין אזא זאך פון פריער, So די קשיא איז נישט אויף ברעסלאוו נאר אויף די פריעדיגע.
איז וואס איז די געמויזעכץ דא צו ברעסלאווער חסידים טוהן עבירות על דעת זה צו נישט וכו?..
איז פאראן איינער וואס קען פארענטפערן די קשיא וואס קאך לעפל האט געפרעגט?
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 11:43 pm
דורך הדסים
איך בין נישט באקאנט מיט ברעסלעוו, אויך נישט מיט דוד און אבשלום. אבער פארוואס קען מען נישט זאגן פשוט, עס מיינט אז ער וועט אים העלפן תשובה טון.
נשלח: דאנערשטאג יולי 23, 2020 11:45 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אויב אזוי קען מען דאך די זעלבע אריינטייטשן אין נצרות אויך, ענדלט עס ווייטער.
נשלח: פרייטאג יולי 24, 2020 5:31 am
דורך דוראק
דאָס האָט ניט ממש מיטן נושא, אָבער דער שמועס האָט מיר דערמאָנט אָן דעם.
בכלל באַ אונז איז דאָ אַ וואָרט אַז דרײ זאַכן מוזן משפיע זײן אויף אַ מענטשן. דער וואָס טרינקט בראָנפן מוז ווערן שיכור, און אַז ניט – האָט ער ניט געטרונקען גענוג; דער וואָס איז רײך מוז זײן אַ משוגענער, און אַניט – איז אַ ראי' אַז ער האָט אַלץ ניט גענוג געלט; דער וואָס לערנט חסידות מוז אויסגעאיידלט ווערן, און אַז ניט – דאַרף ער לערנען נאָך חסידות.
בקשר מיט דעם, אָט איז אַ וואָרט פון דעם רבי'ן נ״ע בקשר מיט דעם וואָס מ'רעדט דאָ צי ס'איז פאַראַנען (אָדער צי עס קאָן געמאָלט זײן) „סגולות” אויף צו זײן אַ געהעריקער איד:
ומה יהי' אם ילמדו חסידות שלש פעמים ביום? הלא לערנען חסידות העלפט אײך ניט, הערן חסידות העלפט אײך ניט! מ'דאַרף טאָן, מ'דאַרף אַליין טאָן, מ'דאַרף זיך מעורר זײן און נאָך אַמאָל מעורר זײן.
ושאל א': אַז מ'גיסט וואַסער אויף אַ שטיין אף שהאבן לא יעשה מאומה הוא נימוח? והשיב: כן הוא - אם הוא כאבן ממש, אבל אם אמור יאמר האבן: אני אבן, קילחו מים עלי שאהי' נימוח, ואני בעצמי לא אעשה מאומה, זאת לא!
נשלח: פרייטאג יולי 24, 2020 8:28 am
דורך ליב צו וויסן
הדסים האט געשריבן:איך בין נישט באקאנט מיט ברעסלעוו, אויך נישט מיט דוד און אבשלום. אבער פארוואס קען מען נישט זאגן פשוט, עס מיינט אז ער וועט אים העלפן תשובה טון.
ווייל ס'איז נישט פשוט פשט...
נשלח: פרייטאג יולי 24, 2020 8:29 am
דורך ליב צו וויסן
הדסים האט געשריבן:איך בין נישט באקאנט מיט ברעסלעוו, אויך נישט מיט דוד און אבשלום. אבער פארוואס קען מען נישט זאגן פשוט, עס מיינט אז ער וועט אים העלפן תשובה טון.
ווייל ס'איז נישט פשוט פשט...
Re: זאכן וואס כ'וויל וויסן
נשלח: פרייטאג יולי 24, 2020 12:56 pm
דורך ישן מלא חדש
די נידון דא איז געוועין צו עס איז דא א מושג אז א צדיק העלפט א אנדערע מדינה של גהינום און יא דאס זעט מען ביי דוד און דאס זעט מען ביי ר מאיר און אחר ועוד הרבה מקומות עס האט גארנישט מיט קריסטן.
אויב איינער זינדיגט אדעתא דהכי גייט עס אריין אין די גדר פון אחטא ואשוב וכו'
וד"ל
Sent from my SM-T113 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג יולי 24, 2020 1:06 pm
דורך געזונטערהייט
זייער קלאר געשריבן.
בנוגע די עצם שאלה וואס @קאך לעפל האט געפרעגט.
און אויב איז עס גלייך צו דאס וואס קריסטן זאגן איז וואס?
זיי זאגן נאך פיל זאכן אויף זייער גלויבונג וואס מיר יודן זאגן אויך.
ממילא?
.....you gotta choose your faith
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 11:46 am
דורך וואלווי
איז דא אזא בחינה אין אונזערע צייטן אז א מענטש זאל זיך אזוי אויסארבעטען ווי די אבות העולם?
למשל, דוד המע"ה וואס איז געווען פון די שענסטע און גרעסטע ביי כלל ישראל, האט דער באשעפער נישט געוואלט זאגען יום מותו, נאר די טאג פון די וואך כמבואר בגמ' באריכות. אבער, מ'דערציילט, אז דער הייליגער חוזה האט געזאגט אז זיינע שונאים וועלען ניטאמאל קענען טרינקען א גלעזל לחיים ביום מותו, דהיינו ת"ב, וואס איז גאר א פונקעטליכע טאג אין חודש! קען גאר זיין אז די חוזה איז נתעלה געווארן נאך מער ווי דוד המע"מ?
ובאמת, האט אבער דער חוזה נישט געהאט די געלעגענהייט אויס צו שפילן די שטן אזוי ווי דהע"ה, ווייל מ'טאר דאך נישט לערנען ת"ב ווייל פיקודי ה' ישרים וגו'. קען זיין פארדעם האט מען עם יא מגלה מן השמים יום מותו, אבער מעיקרא דדינא טרעפט מען נישט היינט הייליגערס ווי די אבות העולם.
וצע"ג...
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 12:20 pm
דורך כרם זית
קאן זיין אז דער חוזה האט נאר געוויסט אז ער גייט שטארבן ווען מקען נישט עסן...
ערנסט גערעדט: וויסן זאכן איז לאו דוקא תלוי במדריגות, זכור את אשר שכרו בלעם בן בעור.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 12:33 pm
דורך וואלווי
כרם זית האט געשריבן:קאן זיין אז דער חוזה האט נאר געוויסט אז ער גייט שטארבן ווען מקען נישט עסן...
ערנסט גערעדט: וויסן זאכן איז לאו דוקא לוי במדריגות, זכור את אשר שכרו בלעם בן בעור.
אויב די "ערנסט גערעדט" איז די בלעם צו שטעל, דעמאלטס איז דאס פיינע נייעס...
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 12:50 pm
דורך געזונטערהייט
דאס אז ער האט געוויסט יום מותו מאכט אים א העכערע דרגא אין מדריגה ווי דוד המלך? מה הקשר?
הויכע ראנגען אין מדריגות האט נישט צוטון מיט וויפיל מען וויסט. וויפיל מען ווייסט האט צוטון וויפיל דער באשעפער וויל אז מען זאל וויסן.
משה רבינו איז נישט אריין אין א"י און די יודן יא, מיינט עס אז זיי זענען געווען העכער ווי אים?
עס איז געווען א סיבה פארוואס ער איז נישט אריין. זיינע מדריגות זענען נאכאלץ פיל העכער ווי עני אנדערע בשר ודם.
זעלבע זאך דא, איז לכאורה דא א סיבה וואס דוד המלך האט נישט געטארט וויסן די פונקטליכע יום מותו, האט נישט צוטון מיט זיינע לעוועל אין מדריגות.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 1:18 pm
דורך דוראק
וואלווי האט געשריבן:איז דא אזא בחינה אין אונזערע צייטן אז א מענטש זאל זיך אזוי אויסארבעטען ווי די אבות העולם?
אַז אַ מענטש זאָל
זיך אויסאַרבעטן, דאָס איז זיכער שייכות, און אַ חיוב אויף יעדן איינעם. ווי דער רמב״ם שרײבט קלאָר אין הלכות תשובה „כל אדם ראוי לו להיות צדיק כמשה רבינו או רשע כירבעם” און אין תנא דבי אליהו שטייט געשריבן „חייב אדם לומר מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי אברהם יצחק יעקב”.
דאָס אָבער וואָס דו טוסט וואָס אויף דיר ליגט, איז נאָך ניט מחייב אַז מ'וועט דיר געבן מלעמלה די בחינות וועלכע מ'האָט זיי געשאָנקען, וואָס דאָס איז אָפּהענגיק ניט נאָר אָן דעם מענטשנס עבודה, נאָר דאָס איז אַ מתנה מלמעלה וואָס קומט באופן פון „עבודת מתנה אתן את כהונתכם”. און על דרך ווי די מעלה פון נבואה, וואָס אַ מענטש קאָן זײן הולך בדרכי הנבואה ואף־על־פי־כן לא תשרה שכינה עליו. די בחינות וואָס קומען במתנה מלמעלה (פאַרשטייט זיך –
נאָכדעם וואָס דער מענטש האָט זיך זעלבסט שוין דורכאויס געהאַט אויסגעלײטערט אויף ווי ווײט מעגליך), און איז אָפּהענגיק אויף כל מיני פאַקטאָרן ווי דער זמן (בזמן ביהמ״ק איז די וועלט געוועזן מער מסוגל אויף גילוי אלוקות), מקום (אין השכינה שורה אלא בארץ ישראל). און אָט־אָ די מעלות פון די אבות העולם איז לכאורה ניט שייכות פאַר קיין שום בן אדם הײנטיקע צײטן, ווי בנוגע לנבואה וואָס לא קם עוד נביא בישראל כמשה, ומשמתו חגי זכריה מלאכי פסקה נבואה, ואין קורין אבות אלא לשלושה וכו'.
נשלח: מאנטאג יולי 27, 2020 3:04 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער רבי פון לובלין איז אוועק אום תשעה באב, דאס קען איך גלויבן.
נאך דעם האט איינער געזען אז מ'קען יענעם טאג נישט טרינקן, האט ער געזאגט "איי, די מתנגדים מוטשן זיך דערפאר".
האט א צווייטע געזאגט, "וואס מתנגדים? וואס פארא מתנגדים האט דער רבי פון לובלין געהאט?"
שוין, האט מען געמוזט ממציא זיין מתנגדים, און נאך דעם א הבטחה זייערע צו טרינקן א לחיים ביים פטירה פון דער רבי פון לובלין, און פון דארט איז א קורצע שפאן ביז צום הבטחה פון דער רבי פון לובלין, און א מעשה איז געבוירן געווארן.
מזל טוב מזל טוב! לחיים פאר דעם אליינס!
עסן באקסעס
נשלח: מיטוואך אוגוסט 05, 2020 9:42 pm
דורך [NAMELESS]
וויפיל פארדינען די אויסטיילערס פון די עסן אויסגעבעריי?
מאכן זיי די מערסטע פון מילך?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 5:35 pm
דורך נהורא נפישא
ווייסט אפשר וואס פאר א טערמין ווערט גענוצט אין סעקולארע געזעץ פאר די מושג פון תחילתו בפשיעה וסופו באונס
נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 5:44 pm
דורך ונבנתה העיר
gross negligence?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 5:51 pm
דורך נהורא נפישא
ונבנתה העיר האט געשריבן:gross negligence?
ווי איך פארשטיי מיינט דאס דאך נאך מער ווי סתם לייכטיזינגקייט, שטארקע לייכזיניגקייט, גארנישט צוטאן כלפי די פועל יוצא.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 6:04 pm
דורך נהורא נפישא
איך מיין אז דאס איז
The "Risk Rule"
Referred to by the Reporters of the Second and Third Restatements of the Law of Torts as the "scope-of-the-risk" test,[9] the term "Risk Rule" was coined by the University of Texas School of Law's Dean Robert Keeton.[10] The rule is that “[a]n actor’s liability is limited to those physical harms that result from the risks that made the actor’s conduct tortious.”[11] Thus, the operative question is "what were the particular risks that made an actor's conduct negligent?" If the injury suffered is not the result of one of those risks, there can be no recovery. Two examples will illustrate this principle:
The classic example is that of a father who gives his child a loaded gun, which she carelessly drops upon the plaintiff's foot, causing injury. The plaintiff argues that it is negligent to give a child a loaded gun and that such negligence caused the injury, but this argument fails, for the injury did not result from the risk that made the conduct negligent. The risk that made the conduct negligent was the risk of the child accidentally firing the gun; the harm suffered could just as easily have resulted from handing the child an unloaded gun.[12]Another example familiar to law students is that of the restaurant owner who stores rat poison above the grill in his luncheonette. The story is that during the lunch rush, the can explodes, severely injuring the chef who is preparing food in the kitchen. The chef sues the owner for negligence. The chef may not recover. Storing rat poison above the grill was negligent because it involved the risk that the chef might inadvertently mistake it for a spice and use it as an ingredient in a recipe. The explosion of the container and subsequent injury to the chef was not what made the chosen storage space risky.[13]
The most obvious objection to this approach is that it requires courts to consider an arguably endless possibility of hypothetical situations.[14] Not only can such an undertaking be an exercise in futility, but this approach lacks even a minimal amount of precision such that parties might be able to predict outcomes and results during litigation. Notwithstanding the already-complex nature of this and other questions relating to proximate or legal cause, this fluid standard could be misused by plaintiff-friendly or defense-favoring judges in attempts to vindicate their own personal philosophies regarding the appropriate reach of tort law.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 14, 2020 6:41 pm
דורך גאלד
זאכן וואס איך בין נייגעריג:
וויפיל פראצענט פרומע אידן זענען מעביר סדרה יעדע וואך
נשלח: זונטאג אוגוסט 16, 2020 5:19 pm
דורך איך אויך
למאי נ''מ?