בלאט 198 פון 214

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2024 7:32 pm
דורך אקווינוס
איך בין זייער אינטרעסירט אין אלטע אידישע פילאסאפיע ווי צום ביישפיל דער רמב״ם, רלב״ג, און קרשקש. די יסודות פון דער אידישער אמונה איז אוועקגעשטעלט געווארן דורך די אור אלטע חכמים מיט זייער אריסטאטאלישע מעטאפיסיק, און ווער עס לערנט אנדערש איז אן אפיקורוס ;)

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2024 7:32 pm
דורך יום טוב
איך בין א פשוטע וויליאמסבורגער יונגערמאן אין די צוואנציגער יארן וואס שטרעבט פארן אמת און האט ליב אינטערעסאנטע נושאים.
מער א Introvert ווי א extrovert דאך קען איך צו געבן מיינע צוויי צענט..

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2024 7:33 pm
דורך ווייסע הויז
א גוטן דא רעט צו אייך ''ווייסע הויז'' איך וויל ענק אלע באגריסן איך קום באזוכן קאווע שטיבל ווייל קאווע שטיבל האט א אויסגעריפנע גוטע נאמען פון א היימישע יודישע וועבזייטל וואס מען קען ארום שמוסן פון אלע נייעס אין יודיש השם יתברך זאל העלפן עס זאל נאר זיין גוטע נייעס!!

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2024 7:33 pm
דורך געשמאקסטער
א גיטן! איך בין א חסידישער אינגערמאן איך וואוין אין מאנסי איך האלט מיך אלץ א געשמאקער אין גאנץ ‏באטעםט. איך וואלט געקענט באשטיין צו זיין א ‏חלק אין די קאווע שטיבל crew (אנטשאלדיגט אז מיין ספעללינג איז נישט די בעסטע

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2024 7:34 pm
דורך גרינע
היות מען קען נאר ליינען אויב מען איז איינגערשריבן האב איך מיר געמוזט איינשרייבן איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער אבער א גרויסע ליינער, איך וועל פרובירן צוציגעבן צו די שמועסן דא כפי מה שידי מגעת איך מיין איך האלט שוין ביי 40 ווערטער, אויב נישט קען איך צולייגען נאך

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2024 7:35 pm
דורך שטאטס נער
וואס זאל איך ענק זאגן טייערע חברים יקרים כדאי צי באקומען רשות צי שרייבן דא דארף מען זיך כמאט אראפ ציען די הויזן אין זיך פארשטעלן דא פאר ענק ברבים נא זעמער דיך פארט אין .....

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2024 8:22 pm
דורך סקעפטיקער
אקווינוס האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 7:32 pm איך בין זייער אינטרעסירט אין אלטע אידישע פילאסאפיע ווי צום ביישפיל דער רמב״ם, רלב״ג, און קרשקש. די יסודות פון דער אידישער אמונה איז אוועקגעשטעלט געווארן דורך די אור אלטע חכמים מיט זייער אריסטאטאלישע מעטאפיסיק, און ווער עס לערנט אנדערש איז אן אפיקורוס ;)
אה, האמיר שוין דא Thomas Aquinas אויכעט. שלום עליכם!

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2024 8:46 pm
דורך וואלווי
שטאטס נער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 7:35 pm וואס זאל איך ענק זאגן טייערע חברים יקרים כדאי צי באקומען רשות צי שרייבן דא דארף מען זיך כמאט אראפ ציען די הויזן אין זיך פארשטעלן דא פאר ענק ברבים נא זעמער דיך פארט אין .....
@קהל'ס נער

Same last name but different first name..

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2024 9:21 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
שטאטס נער האט געשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 7:35 pm וואס זאל איך ענק זאגן טייערע חברים יקרים כדאי צי באקומען רשות צי שרייבן דא דארף מען זיך כמאט אראפ ציען די הויזן אין זיך פארשטעלן דא פאר ענק ברבים נא זעמער דיך פארט אין .....
עהה, דו האסט נאכנישט קיין צוטריט צו מאחורי...
:lol:

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2024 7:34 pm
דורך לאקשן
איך האב געהערט אסאך גוטע זאכן און שטעטל פונעם קאווע שטיבל דא און עס גלוסט מיר צו זיין א פארט פון די שטיבל, עס וועט מיר זיין א כבוד צו ווערן עקסעפטעד דא אונעם שטיבל צוזאמען מיטן געשמאקן ציבור און פארברענגען אינאיינעם, מיט דאנק

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2024 7:35 pm
דורך איש פשוט היה
א נארמאלע אינגערמאן וואס האלט זיך אביסעל אויףגעקלערט וואס וויל לייענן אינטרעסאנטע זאכן וואס איז נוגע צום טאג טעגליכע לעבען און ליינען נייעס וואס איז נישט געפילטערט אזוי ווי אלע אנדערע היימעשע נייעס פלעצער

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2024 7:35 pm
דורך ניקעלע
א גוטן איך בין א יונגערמאן וואס גלייכט צו ליינען און שרייבן איך בין מער צו די איידעלע זייט, איך האב ליב צו זעהן א זאך מיט אסאך מיני פרעספעקטיוו, אויך האב איך ליב צו האבן א מיינונג לויט ווי איך פארשטיי אז עס איז ריכטיג, עס איז נישטא נאך א פלאץ ווי מען קען שרייבן אלע צדדים פון א נושא ווי און קאווע שטיבל, פארשטייט זיך נאר על פי תורה ח'ו נישט נגד, אבער לויט ווי איך פארשטיי איז קאווע שטיבל נישט געבינדן מיט קיין פארטיי קען מען טראכטן ארויס פון די באקס וואס איך ליב

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2024 7:37 pm
דורך צאבב
איך בין א פשוט איר וואד אינטרסירט זיך אין אנעליזן נייעס און פאלאטקישע אנאליזן ווי אזוי אויך רעביש נייעס אמאל געב אויל מיין דיעה, אבער בעיקר האב איך ליב צו ליינען יענעמס קאמוטירן, איך האב געזען אייער סייט און זיעער הנאה געהאט פון די ברייטקעפיג פיל שפראכער מיטגלידער, און וועל זיך זייער פרייען אויב איר נעמט מיך אררין אין אייער פורעם.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2024 7:38 pm
דורך מזמור לתודה
געבוירן און א תקופה וואס וועלט איז געווען וועלט מ'האט נישט געהייסן יעדן איינעם טראכטן ווי עפעס א ראדיקאלער ליידיג גייער האט מחליט געווען אז דאס איז תורת משה מסיני, לעצטנס קען מען נישט עפענען דאס מויל אדער אפילו ארויסנעמען א פאון און ביהמ"ד אן ווערן אטאקירט דורך א הייליגער בהמה וואס ווייסט וואס די "נסיון הדור" איז, וועגן דעם האט דיסיידעט אז דער נסיון הדור איז אז מקען נאר רעדן דברים של טעם אויפן א ווירטיאלן אופן.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דינסטאג פעברואר 06, 2024 7:38 pm
דורך לאז געמאכט
קאווע שטיבל איז א פלאץ זיך צו קענען דורך שמועסן אויף א נארמאלע וועג אלע וויכטיגע נושאים וואס זענען נוגע אין טאג טעגליכן לעבן אדער סתם אזוי זיך אויסבלאזן פון א טאג אויף א אויסגעהאלטענע באוועמע וועג אהן דארפן צוקומען צו די פרעמדע פלעצער און ווערט געפירט מיט א ריכטיגע פארשטאנד

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 5:12 pm
דורך נייעסריפארטער
איך בין א אלטע ליינער פון אמאל, איך וויל קענען ליינען די נייעס און ריפארטען נייעס וואס איז נישט ערלויבט אין אנדערע אידישע סייטס, האפענטליך וועל איך הנאה האבען פונעם שטיבעל און חברים וועלן הנאה האבען פון מיר, מיט דאנק פון פאראויס און לאמיר זיך באקענען.

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 5:13 pm
דורך מרור
שלום טייערע חבירים
איך בין א פשוטע אינגערמאן פון די מאנסי אומגעגנט וואס האט זייער ליב צו ליינען און פארברענגען געשמאק.
אוך בין א שטילער און מער א צירהערער ווי א שרייבער אבער איך האף צי אויך
שרייבן ווען מעגליך

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 5:13 pm
דורך חלב ישראל
א יונגערמאן וואס איז דארשטיג פאר נייע ידיעות, אין אלטע פארגעסענע זכרונות, זיך מחי' מיט א לעבדיגע דעבאטע, אין סתם זיך אויס צו ליפטערן נאך א טאג ארבעט על טהרת הקודש אין א פריינטליכן אטמאספערע

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 5:13 pm
דורך אמר אבא
איך בין 40 יאר אלט, אדורך די סיסטעם ווי רונא דרובא פון אונזער סאסייעטי, חתונה געהאט, א שטוב מיט קינדער ב"ה, א פיינעם דזאב ב"ה, אבער אלעמאל געהאט א אינטערעסע אין זאכן וואס איז ווי מ'זאגט out of the box איך בין בטבע זייער א נייגעריגער אין איך גלייך צו ליינען אין צו באקומען אינפארמעשאן, צווישן דעם ענינים וואס זענען ביי אינז under the rug איך פיל אז דא איז די ריכטיגע פלאץ.
ספרא חסידישע נייעס ווי די ראחמסטריווק אשכל פיינע נייעס זאכן וואס מען באהאלט אזוי אויך די עניני אמונה

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 5:14 pm
דורך צים זאך
א גיט יאר צי אייך
איך בין א משפחה מאן אין די מיטעלע יארען
איך אפרישיעט דיבעטס געשריבען מיט שכל אינטערלעקטעלי אין דער זעלבע צייט סענסעטיוו צי אנדערע
איך בין נישט דער בעסטער אדער גרעסטער שרייבער.
אבער איך מיין אז מיינע צוויי סענט וועט געבען פאר א צאל חברים הנאה
מיט דאנק
מיר קיקען פאראויס!

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 08, 2024 6:27 pm
דורך רעבמאטעס
איך האב געהאט א אלטע ניק מיטן נאמען rebmatos, אבער ביום מן הימים ווען איך האב פראבירט אריינצוסיינען מיט מיין
געווענליכע ניק האט מיין פעסווארד נישט געארבעט בעווה"ר, איך האב פראבירט צווייטן מאהל
צו בעטן פונעם סיסטעם א פרישע פעסווארד אבער אין קול ואין עונה, בלית ברירה האב איך אראפגעבויגן
מיין קאפ און מקבל געווען די נייע גזירה פון לא יאמר עוד שמך matos און איך שעם מיך נישט

קומענדיג פון לינדן, וויל איך מיטהאלטן און מיטקאכן מיט די נייעס, וואס קאכט זיך טיף אינערליך אין די דרויסענדיגע וועלט.
ווי פארשטענדליך איז קאווע שטיבל די בעסטע אפציע, זייענדיג די מערסע צענזור פריי.
מיר האפן דא צו מיטלעבן מיטן ציבור יראים ושלמים החרדים לדבר השם, בסייעתא דשמיא!

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מוצ"ש פעברואר 10, 2024 9:35 pm
דורך ארץ ישראל שלנו
ארץ ישראל איז אינזער לאנד וואס די אייבערשטער האט אינז די אידן געגעבן אין אינז געהייסן וואונען דארט דאס פיל איך ווי א וויכטיגע זאך אין אינזער לעבן אין מיר דארפן טין אלעס וואס מיר קענען צי אנקימען דארט

Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך

נשלח: מוצ"ש פעברואר 10, 2024 9:36 pm
דורך לאנגער
נאכן זיין אויף אנדערע וועב סייטס ענדליך צו קאווע שטיבל, אבער מער צענזורטע האמיר באשלאסן אהער צו קומען אויס צו טרייען אביסל א לייכטערע סביבה
וואס מען איז נישט אזוי שטערנג פאר יעדע נושא וואס מען רעדט ארום ממש פונקט ווי א געהעריגע קאווע שטיבל נאר אויף א ווירטואלע מהלך וואס גיבט א רואיגע געפיל.