בלאט 3 פון 14
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 12:12 pm
דורך קל וחומר
איך ווייס נישט אויב דו ביסט סארקאסטיש אדער ערענסט, אבער אי משום הא, נו נו...
ר' משה האט זיך ארויסגעדרייט פונעם ליגנט (אויב ס'איז) מיטן זאגן אז ס'נישט פארהאן אזא צובראכן הארץ מיינענדיג אז זיין הארץ איז אזוי 'גאנץ' אז ס'נישט דא אזא 'צובראכן' הארץ ודו"ק.
איך האלט שטארק פון זיין עסקנות וואס ער טוט אלס פאר זיין ציבור, ער בויעט זיך הערליך און עס איז ווערד צו אפאלירד ווערן.
אבער גיוו מי עה ברעיק, א צובראכן הארץ איז געווענליך נישט א מאסן טשעפעניאק אפילו אויב מ'בעט זיך איבער צום סוף ודו"ק כי קצרתי ודו"ק למה קצרתי.
נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 12:21 pm
דורך איש חזון
(קל, איך זעה דיך אויס ווי אזא געריבענע פיקח אז דו ווייסט נישט צו איך האב עס געשריבן ערנסט? מה גם איך האב עס נישט נאכגעזאגט פון מיר)
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 12:29 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ער האט עס געפרעגט אויף כ"ק אדמו"ר מאמונת ישראל והגלילות
Sent from my HTC Desire 512 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 12:31 pm
דורך איש חזון
קל וחומר האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב דו ביסט סארקאסטיש אדער ערענסט, אבער אי משום הא, נו נו...
נשלח: פרייטאג יולי 15, 2016 1:02 pm
דורך איך אויך
ר' משה האלט זיך היבש נאנט מיט בעלזער רב. זיי טוישן זיך אויף לשנה טובה בריוון יערליך און בעלזער רב האט עם באזוכט בביתו.
נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 4:26 pm
דורך איש חזון
איך אויך האט געשריבן:ר' משה האלט זיך היבש נאנט מיט בעלזער רב. זיי טוישן זיך אויף לשנה טובה בריוון יערליך און בעלזער רב האט עם באזוכט בביתו.
אינטערסאנט צו וויסן. (איך האב געזעהן א קליפ ווי דער משגיח בייזוכט ביים בעזלער רב אין שטוב)
נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 5:06 pm
דורך שמואל פרימו
.
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
נשלח: זונטאג יולי 17, 2016 7:17 pm
דורך ביליג
נקמה נקמה ...
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 9:36 am
דורך [NAMELESS]
כ'האב לעצטנס געזען ערגעץ א שיינע פשעטל פון רב אבער איך געדענק נישט ווי
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 11:50 am
דורך איש חזון
בן אדם האט געשריבן:כ'האב לעצטנס געזען ערגעץ א שיינע פשעטל פון רב אבער איך געדענק נישט ווי
א פשעטל בהלכה אדער באגדה? אין קובץ "אור הצפון" (בעלזא) איז געדריקט געווארן אמאל א פשעטל פונעם בעלזער רב בענין מחיית עמלק (געזאגט געווארן אין וויליאמסבורג אדר תשמ"א), אויך חנוכה פלעגט ער זאגן פשעטלעך כמנהג אבותיו. פשעטליך אין אגדה-חסידות גג על גג איז דא אסאך אין די "דברות קודש" פון די ערשטע צוואנציג-דרייסיג יאר ביז דער סטייל האט זיך געטוישט.
[tag]שמואל פרימו[/tag] עס טוט וויי צו ליינען וואס איר שרייבט, אויף וואס זענען אייערע ווערטער געבויעט? (מנוול שטייט אין גמרא אויפ'ן יצר הרע, דער בעלזער רב איז בבחינת יצר הרע? פארוואס?).
--
רעדאגירט לאור הודעת [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag].
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 12:43 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
געמעקט נאכ'ן מעקונג פון [tag]איש חזון[/tag]
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 12:46 pm
דורך איש חזון
געמעקט
נשלח: מאנטאג יולי 18, 2016 3:46 pm
דורך איך אויך
ווי הרב חזון שרייבט ,פאר אומגעפער די ערשע 15 יאר פלעגט ער זאגן שיינע פשטלעך איינע פון די חנוכה נעכט און אסאך תלמידי חכמים פון ירושלים פלעגן קומען הערן.
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 2:51 pm
דורך איש חזון
השתטחות על ציוני אבותיו בעיר בעלז.
דער בעלזער רב איז דאן געפארן קיין בעלז, צום ערשטן מאל, מיט א מנין מצומצם. עס האט דעמאלטס געהערשט די קאמוניסטישע רעגירונג אין אוקריינא און דעריבער זענען זיי געפארן מיט פאלשע פאפירן (דאכצעמער אז מען האט כמעט\איינגעזעצט דעם רב אונטערוועגנס. [tag]איך אויך[/tag] ביטע קום אריין מיט דעטאלן). א פארבייגייער האט געכאפט דעם בילד.
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 2:52 pm
דורך [NAMELESS]
שטיוול?? און פאר ווילאנג איז די הוט דארטן געליגן אזוי איבערגעדרייט?
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 2:54 pm
דורך איש חזון
עס איז דא א סאך בלאטע אין בעלז. (מען זאגט אז ס'איז מכח א קללה פונעם ב"ח וואס איז געווען רב אין בעלז און מען האט אים פארטריבן פון דארט [נישט די יושבים - לתשומת לב [tag]אדנירם[/tag]]).
וועגן די הוט, טאקע א גוטע שאלה, ולולי דמיסתפינא הייתי אומר אז ביז דער רב האט געענדיגט די השתטחות ועדיין צ"ע וחיפוש בפוסקים וה' יאיר עיני.
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 3:13 pm
דורך מפוזרי
באיזה שנה?
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 3:29 pm
דורך איך אויך
נעה דו מישט דא צאם עט ליעסט צוויי נסיעות.
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 3:51 pm
דורך איש חזון
נו, אדרבא, ילמדנו רבנו.
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 4:24 pm
דורך איש חזון
התלהבות ווידיאוס...
כי לשם המלוכהחנוכה
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 6:20 pm
דורך [NAMELESS]
איש חזון האט געשריבן:דער בעלזער רב איז דאן געפארן קיין בעלז, צום ערשטן מאל, מיט א מנין מצומצם. עס האט דעמאלטס געהערשט די קאמוניסטישע רעגירונג אין אוקריינא און דעריבער זענען זיי געפארן מיט פאלשע פאפירן (דאכצעמער אז מען האט כמעט\איינגעזעצט דעם רב אונטערוועגנס. ביטע קום אריין מיט דעטאלן). .
[tag]איש חזון[/tag] דאס האב איך געשריבן צווישן מיין רשימה ארוכה אינעם אשכול פון גדולי ישראל וואס זענען געזיצן אין תפיסה:
41. האדמו"ר מבעלזא שליט"א! בשנת תשל"ג. ביי זיין ערשטע נסיעה קיין בעלז פולין האט מען זיך אריבער געכאפט די גרעניץ קיין לעמבערג אוקראינה .
Re: כ"ק אדמו"ר רבי ישכר דוב רוקח שליט"א מ'בעלזא
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 6:21 pm
דורך מפוזרי
בעלז איז אויך אין אוקראינא
נשלח: דינסטאג יולי 19, 2016 6:42 pm
דורך [NAMELESS]
גערעכט. זייט תשי"א איז בעלז אונטער די לעמבערגער גיבערניע -אוקראינה. ביז דאן האט עס באלאנגט צום לובלינער גיבערניע -פוילן.
לכאורה האט מען זיך אריבער געכאפט ביים גרעניץ פון פוילין צום שטעטיל בעלז (וואס איז אונטער לעמבערג-אוקראינה.) ביים גרעניץ נעבן פוילן.
איך וועל פרובירן געוואויר צו ווערן עפעס מער קראנטע פרטים.