בלאט 3 פון 3
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2018 8:41 pm
דורך berlbalaguleh
שלח לחמך על המים. כי ברוב הימים תמצאנו...אזוי שטייט אין קוהלת...!
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 11:28 am
דורך שמעקעדיג
פון: דער איד דעילי
.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 3:18 pm
דורך יעקב מענטש
א גרופע אינגעלייט זענען נעכטן אפגעפלויגן פון ניו יארק קיין אוקריינא אנטייל צו נעמן אין די חתונה פון א יתום דארט אין אוקריינא וואס זיי האבן אים ארויסגעהאלפן מיט די הוצאות החתונה, אויפן וועג איז פאר אן ערל שלעכט געווארן און מ'האט געזוכט איינעם מיט ערשטע הילף קענטעניסן צו דערמונטערן דעם דזשענטייל, איינע פון די אנוועזענדע איז א העראאישע הצלה וואלונטיר אין די וויליאמסבורגער הצלה, און ער איז געקומען צו הילף.
די הצלה ארגענעזאציע גיבט איבער אז זיי פיהרן דורך צענדליגער קידוש השם'ס וועכענטליך אין אידישע שטובער, נאר היות ס'איז קיינעם נישט אינטערסאנט איז עס נישט קיין נייעס, אבער ווען מ'ראטעוועט אן ערל איז עס 'הייסע' נייעס און ס'גייט וויירעל.
איז עס א געפיהל ווי מ'שטעלט דעם 'אימעדזש' פארן גוי, און סאמהאו שפיהרט מען זיך יעצט גליקליך אז מ'באלאנגט צום עם הנבחר?
אויב אזוי דאן פארוואס נישט ווען מ'זעהט ווי זיי ראטעווען הונדערטער אידן במשך די יאר? (אין צוגאב צו די אלע פילע חסד וואס גייט פאר צווישן אידן, וואס איז כמעט נישט בנמצא אין אנדערע קולטורן)
#אינטערסאנט
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 3:56 pm
דורך אישתישבי
וואס איז די הלכה, מעג מען ראטעווען א גוי אויף א פאל ווי דער גוי ווייסט אפילו נישט אז ער איז א הצלה?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 3:59 pm
דורך שמעקעדיג
יעקב מענטש האט געשריבן:די הצלה ארגאניזאציע גיבט איבער אז זיי פיהרן דורך צענדליגער קידוש השם'ס וועכענטליך אין אידישע שטובער, נאר היות ס'איז קיינעם נישט אינטערסאנט איז עס נישט קיין נייעס, אבער ווען מ'ראטעוועט אן ערל איז עס 'הייסע' נייעס און ס'גייט וויירעל.
איז עס א געפיהל ווי מ'שטעלט דעם 'אימעדזש' פארן גוי, און סאמהאו שפיהרט מען זיך יעצט גליקליך אז מ'באלאנגט צום עם הנבחר?
אויב אזוי דאן פארוואס נישט ווען מ'זעהט ווי זיי ראטעווען הונדערטער אידן במשך די יאר? (אין צוגאב צו די אלע פילע חסד וואס גייט פאר צווישן אידן, וואס איז כמעט נישט בנמצא אין אנדערע קולטורן)
#אינטערסאנט
ס'איז אמת, אבער עס איז אן אנדער סארט קידוש השם, דא רעדט מען ווען אפילו ער גוי זעהט איין און רעספעקטירט דעם עם ישראל, די סארט פון וראו כל עמי הארץ, שיהא שם שמים מתאהב על ידך.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 4:08 pm
דורך רביה''ק זי''ע
https://twitter.com/lizzieinnes/status/ ... kF3rMyHSp4אפילו די גויטע זעט שוין איין אז זי איז א "goyish piece of shit" כלשונה...
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2018 7:42 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: 2 קאמענטארן זענען אין פלאץ.1) די פאללאוערס אויף טוויטטער ווייזן אז אונז אידן זעמיר א גוט און גוטהארציג, רחמנות'דיג פאלק. אבער דאס וועט נאכנישט טוישן די מיינונג פון די בייזוויליגע אנטיסעמיטן און שונאי ישראל...!
2) די חשוב'ע געווארענע פרוי מס. עבבי סטיין זאגט טאקע שוין די ברכה שלא עשיתי את עצמי איש. אבער קיין תלמיד חכם אין ענגליש איז ער/זי נאכנישט געווארן...זי פארטוישט...There instead of Their...!
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 21, 2018 11:26 am
דורך berlbalaguleh
א לעצטיגער פאל פון קידוש השם. וואס האט זיך פערזענליך געטראפן ביי מיר: נעכטן ביניך געווען אין דאונטאון ברוקלין. און אריינגעפיהרט מיין קאר אין א פארקינג לאט. די טשארדזש איז געווען $15.00. ווען איך האב ארויסגענומען די פונקטליכע סכום און געגעבן פאר'ן אפריקאנער אמעריקאנער גוי. האט ער מיר געגעבן טשענדזש א 20'גער. ווען כ'האב אים אויפמערקזאם געמאכט אויף זיין טעות, האט ער מיר זייער שטארק באדאנקט. און געזאגט אז זייערס אן אייגענער וואלט דאס קיינמאל נישט געטון...! פארוואס דערמאן איך די ראסע פונ'ם מדובר. ווייל ביי זיי איז שכיח מער אנטיסעמיטיזם און שלעכטע מיינונגען איבער אידן. האט דאס האפנטליך עפעס אויפגעטון. א שטיקל קידוש השם איז עס זיכער געווען. ב"ה שזכיתי לקדש שם שמיים...!
נשלח: מיטוואך אפריל 07, 2021 12:52 am
דורך שמעקעדיג
נשלח: מיטוואך אפריל 07, 2021 1:06 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: אבער פון אט די אלע זאכן בענעפיטירן מיר (אידן) גארנישט. ווייל דער דרייווער אין ליובאוויטשער רבין'ס קאנוואי וואס איז געווארן ארויפגעשטופט אויפ'ן סיידוואק אין קראון הייטס דורך א שווארצן דרייווער. (כ'האב אפילו געזעהן זיין קאר. אין די ערשטע קליפס פונ'ם עקסידענט וואס די פארשאלטענע ליבעראלן אין די מידיא האבן שפעטער אראפגענומען.) און דער שווארצער שייגעצ'ל איז געהרג'ט געווארן. האט געראטעוועט א שווארצע משפחה. ווען ר'איז פאריבערגעגאנגען זייער אפארטמענט פארטאגס און ר'האט געזעהן אז ס'ברענט און זיי אלע זענען געשלאפן האט ער זיי אויפגעוועקט. און ארויסגעראטעוועט פונ'ם פייער. אט דער זכות איז איהם נישט בייגעשטאנען. אויך נישט פאר די אידן...ביי מיר איז שוין לאחר יאוש. אז מ'וועט נאך אמאל קענען איבערצייגן די שווארצע אז זיי זאללן אויפגעבן זייער וויסטן אנטיסעמיטיזם...!
נשלח: מיטוואך אפריל 07, 2021 8:35 am
דורך שמעקעדיג
ר' בערל.... ווילסט כאפן אלע שווארצע אויף אמאל....? תפסת מרובה....
איין גוי (מיט זיין משפחה אדער פריינט) אויף אמאל. ווי מער קידוש השמ'ס מיר וועלן מאכן, אלעס מער וועט די וועלט װערן א בעסערע פלאץ מיט מער ליבשאפט אנשטאט שנאה און האס.
נשלח: זונטאג יולי 02, 2023 7:13 pm
דורך שמעקעדיג
.