בלאט 3 פון 3

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 1:06 am
דורך מור וקציעה
נהורא נפישא האט געשריבן:מור וקציעה, גוטע נקודות אבער אביסל צו שארף.

Listen
סאיז אלס א נקמה אקציע אויף וואס ער האט געפענט א נייע אשכול ספעציעל אראפצורייסן מיין אנדערע ניק berlbalaguleh
(יאפ'ס, אֶת חֲטָאַי אֲנִי מַזְכִּיר הַיּוֹם איך האב עטליכע ניקס כמאמר הכתוב
אֶת-הַמָּאוֹר הַגָּדֹל, לְמֶמְשֶׁלֶת הַיּוֹם, וְאֶת-הַמָּאוֹר הַקָּטֹן לְמֶמְשֶׁלֶת הַלַּיְלָה, וְאֵת הַכּוֹכָבִים)

מיר האבען זיך נאר יעצט איבערגעבעטען און איך האב אים מוחל געווען כדין, הייבט ער אן מיט פרישע אטאקעס אויף מיין berlbalaguleh ניק

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:

וואופ'ס, ס'האט אויסגעבראכען א שלום, מ'גייט שוין נישט קעמפען, מ'גייט שוין נישט שעלטען, מ'גייט שוין זיין וואויל, איך זאג צי, אלס האט זיך שוין גע'ענדיגט.
--------------------

ר' בערעל, איך האב אנגעהויבען פאר דו האסט איבערגעבעטען, און ווי קען איך לאזען אזא שיינעם שטיקל גייען לטמיון? דעריבער ר' בערעל איך בעט אייך שוין מחילה אבער איינהאלטען קען איך זיך נישט. דער עולם וועט עס סייווי נישט פארשטייען ווייל ס'איז דאך נישט קיין אידיש.


וע''ז כבר לא יכולתי למחול אזוי ווי מען זאגט ערב יו''כ ביי תפילה זכה (שטייצעך אונזער ליטוואק לערנט תעירה דעמאלטס און האט ניט קיין צייט פאר די געבעפקאכטס)
וְלִהְיוֹת שֶׁיָּדַעְתִּי שֶׁכִּמְעַט אֵין צַדִּיק בָּאָרֶץ אֲשֶׁר לֹא יֶחֱטָא בֵּין אָדָם לַחֲבֵרוֹ בְּמָמוֹן אוֹ בְגוּפוֹ, בְּמַעֲשה אוֹ בְדִבּוּר פֶּה. וְעַל זֶה דָוֶה לִבִּי בְּקִרְבִּי כִּי עַל חֵטְא שֶׁבֵּין אָדָם לַחֲבֵרוֹ אֵין יוֹם הַכִּפּוּרִים מְכַפֵּר עַד שֶׁיְּרַצֶּה אֶת חֲבֵרוֹ, וְעַל זֶה נִשְׁבַּר לִבִּי בְּקִרְבִּי וְרָחֲפוּ עַצְמוֹתַי, כִּי אֲפִלּוּ יוֹם הַמִּיתָה אֵין מְכַפֵּר. וְלָכֵן אֲנִי מַפִּיל תְּחִנָּתִי לְפָנֶיךָ שֶׁתְּרַחֵם עָלַי וְתִתְּנֵנִי לְחֵן וּלְחֶסֶד וּלְרַחֲמִים בְּעֵינֶיךָ וּבְעֵינֵי כָל בְּנֵי אָדָם. וְהִנְנִי מוֹחֵל בִּמְחִילָה גְמוּרָה לְכָל מִי שֶׁחָטָא נֶגְדִּי. בֵּין בְּגוּפוֹ וּבֵין בְּמָמוֹנוֹ. אוֹ שֶׁדִּבֶּר עָלַי לָשׁוֹן הָרָע. וַאֲפִלּוּ הוֹצָאַת שֵׁם רָע. וְכֵן לְכָל מִי שֶׁהִזִּיק לִי בְּגוּפִי אוֹ בְּמָמוֹנִי. וּלְכָל חַטֹּאת הָאָדָם אֲשֶׁר בֵּין אָדָם לַחֲבֵרוֹ. חוּץ מִמָּמוֹן אֲשֶׁר אוּכַל לְהוֹצִיא עַל פִּי דִין. וְחוּץ מִי שֶׁחוֹטֵא כְּנֶגְדִּי וְאוֹמֵר אֶחֱטָא לוֹ וְהוּא יִמְחַל לִי. וְחוּץ מֵאֵלּוּ אֲנִי מוֹחֵל בִּמְחִילָה גְמוּרָה וְלֹא יֵעָנֵשׁ שׁוּם אָדָם בְּסִבָּתִי. וּכְשֵׁם שֶׁאֲנִי מוֹחֵל לְכָל אָדָם כֵּן תִּתֵּן אֶת חִנִּי בְּעֵינֵי כָל אָדָם שֶׁיִּמְחֲלוּ לִי בִּמְחִילָה גְמוּרָה:

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 1:48 am
דורך שמעון וואלף
כ'האב געהערט דעם שבת ווי איינער דערציילט אז רב בעלסקי ז"ל איז געווען ביי רב אלישיב און געפרעגט עטליכע שאלות, און רב אפרתי האט אנגעפאנגן אריין צו רעדן. האט זיך רב בעלסקי אנגערופן: יונגערמאן, אזעלכע ווי אייך האב איך צענדליגע אין אמעריקא, איך בין דא געקומען הערן פון רב אלישיב!

Re: בד"ה: הגאון ר' ישראל בעלסקי זצ"ל

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 6:58 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און נהורא נפישא, דער 'עצה' ביי גיטין האט שוין דער רשב"א געטראכט און אפגעוואנדען, אז מאכען א 'לעגאלע התחייבות' צו געבען א גט, במקום אז עפ"י תורה איז ער נישט מחוייב, איז אויך א גט מעושה, אזוי ווי ער שרייבט ביי א שבועה לגרש, און דער ב"י ברענגט עס אראפ להלכה.
וששאלת איך הדרך להגיע לאמונת חכמים.
התשובה אמונת חכמים תלויה באמונת החכמה. אין לנו חכמה בעולם בלתי אם יעבור דרך נשמת אדם חי

והדברים מאירים.

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

Re: בד"ה: הגאון ר' ישראל בעלסקי זצ"ל

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 12:05 pm
דורך טמיר
מ'ווארט איינער זאל שוין ארויפברענגען די זאפטיגע מעשיות בשייכות צו הרב בעלסקי ז"ל ווי די הפקעת קידושין שאלות וכו', אנשטאט זיך ארומקריגען צו ער איז יא געווען א תלמיד פון ר' משה צו נישט

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 12:34 pm
דורך Kool man
ער איז געווען א גרויסער ת"ח, און געלעהבט זייער א פשוט'ע לעבען, נישט לוקסוס'דיק, זיינע תלמידים אין תורה ודעת האבען איהם ליעב געהאט, אבער אין כשרות איז ער געוועהן א גרויסער אנזעץ,

פונקט גערעדט פאראיאר מיט א יוד וועלכע איז געוועהן א הויפט משגיח כשרות ביי די או יו, און מיטגעהאלטען אסאך מיטינגס מיט איהם, איך וויל נישט אלעס נאכזאגען, אבער ער'ט געזאגט אז ער גלייבט נישט מתושלח'ס יארען וועט העלפען צו פארריכטען די חורבנות אין כשרות וואס ער האט אנגעמאכט מיט זיינע טוויסטעד היתירים, ער'ז געוועהן א שטארקע קבלו דעתי מענטש, און מ'אט איהם נישט געקענט טוישען זיין מיינונג, ער האט געשריבען פיהל מפורסם'דיקע פסקים וואס קלעהבט נישט שכל'דיק און זיכער נישט הלכה'דיק, אסאך מאהל האבען די אנדערע או יו רבנים געוויינט צו איהם ער זאהל איבערקלעהרען זיין פסק, אבער מ'האט צו איהם נישט געקענט רעדען.

נשלח: זונטאג יאנואר 31, 2016 12:54 pm
דורך berlbalaguleh
קאאל מען: פון די אלע בילדער (קרעדיט ישיבה וואוירלד) קענמען זעהן אז הרב בעלסקי ז"ל איז געווען שטארק מעורב מיט זיינע תלמידים או9ן ער האט זיי ארויסגעוויזן גרויס התקרבות. און זיי האבן געהאט א גאר שטארקע הערצה צו איהם. וואס דאס איז אייגנטליך די העכסטע מדרגה פון שייכות פון א רבי מיט זיינע תלמידים.
נאר מיט זיינע פסקים האט עס נישט צו טון.בפרטיות האב איך נישט מיטגעהאלטן דעם טומל איבער זיינע פסקים. אבער איך געדענק אז דורכאויס די יארן האט זיך געטומלט איבער די מאדנע פסקים וואס ער און די או.יו. האבן ארויסגעגעבן...!

נשלח: מאנטאג יוני 06, 2016 8:15 pm
דורך מור וקציעה
נהורא נפישא האט געשריבן:איך זאג דאך אייך אז מען האט נישט געטראפן קיין חלב, די טומעל מאכערס האבן פשוט איבערגעטריבן פון אן אונגארישע מנהג צו זאגן אז דאס איז חלב דאורייתא.

בילד