שלום על ישראל האט געשריבן:[
היסטאריקער האט געשריבן:זאכן וואס מ'האט גערעדט צווישן זיך אין חדר, ביהמ"ד, מקוה, איז לא מעלה ומוריד, דאס איז איבעראל פארהאן און עס איז נישטא קראנטע באווייזן.
אזוי?! קינד און קייט רעדן אויך גדולי הדר כאילו ער איז עפעס א שגץ, כופר, וכו', און ס'איז לא מעלה ומוריד?!
קינד און קייט האבן גערעדט אויף סאטמאר רב זצ"ל אויך, פארוואס ווילסטו פון דעם נישט רעדן?
היסטאריקער האט געשריבן:ווען איך פארענטפער עפעס אז אנדערע האבן עס געטון בעפאר דעם מיינט נישט צו בארעכטיגן, עס מיינט נאר צו פרעגן "פארוואס" פרעגסטו נאר אויף סאטמאר, אבער טעראר איז בשו"א נישט בארעכטיגט
הער איך. טא ביזטו מסכים סאטמאר האט אפגעטוען כל דבר רשעות, דו זאגסט נאר אז אנדערע אויך. מעגליך. דא פרעגסט פארוואס פונקט סאטמאר? ווייל
[size=150]יעצט רעדט מען פון סאטמאר[/size]. ווען דו ביסט מודה צו די סאטמארע שקצ'עריי, וועלן מיר אלע גיין לייענען דיין אשכל איבער שטיק פון אנדערע קהלות.
דאס וואס איך פרעג, פארוואס ווילסטו רעדן נאר פון סאטמאר
היסטאריקער האט געשריבן:...מהר"א שליט"א האט אים צוויי מאל איבערגעבעטן דערויף, איין מאל אין א בריוו ... דאס צווייטע מאל ביי א דרשה ברבים לאחר פטירתו...
די צווייטע דרשה ברבים האסטו אפשר? איך, און טויזענטער אנדערע וואס זענען געווארן עקספאז'ד צו די דברי נבלה, האבן קיינמאל נישט געהערט קיין בקשת מחילה (ס'קען פארט זיין וואר)
ווי ביסטו געווארן עקספאזט, די הערסט אלע זיינע דרשות, האסטו געהערט דאס אויך? האסט עס אויפגעזוכט, זיי מוחל זיך דאס אויך אויף אויב די ביסט אינטערסירט
היסטאריקער האט געשריבן:וואס וואלט ליובאוויטש (אדער סיי וועלעכע אנדערע חסידות) געטון
נאכאמאל, דאס גייט נאר צו פרעגן פארוואס מ'פרעגט פונקט אויף סאטמאר, והשבתיך כבר.
נאכאמאל, פארוואס ווילסטו רעדן נאר פון סאטמאר
היסטאריקער האט געשריבן:קלויזענבורגער רבי זצ"ל ... רביה"ק זצ"ל האט "קיינמאל" נישט גערעדט אויף אים ברבים
דו ענטפערסט אויפן רבי'ן זצ"ל, אבער די קשיא איז אויף די טעראריסטן.
איך האב שוין גענטפערט, עס איז געווארן א פייט, וכל דאלים גבר
היסטאריקער האט געשריבן:דאס איז לופט מעשיות, אויב יא איז עס קינדער פון חדר און בחור'לעך (איך האב געלערנט אין סאטמארע חדר דאן, איך האב עס קיינמאל נישט געהערט ביז יעצט)
וואס האסטו נישט געהערט? אז דער ליובאוויטשער איז פאררופן געווארן אלס משיח שקר? חי' מושקא איז געגאנגן מיט הויזן? איך האב אויך געלערנט אין סאטמאר, און געהערט די אלע שטיות פעם ועוד. וועמעם מיינסטו דו פאדרייסט די קאפ דא? ואפשר אז מיר האבן געלעבט אין אנדערע צייטן.
איך האב געזאגט אז איך האב נישט געהערט אז דער ליובאוויטשער איז פאררופן געווארן אלס משיח שקר? אוודאי האט מען אזוי געזאגט, אז זיינע חסידים האבן אים געקרוינט אלס מלך המשיח האט סאטמאר וועלעכע האבן "געהאלטן" אז ער איז מסית ומדיח צו ציונות געמעגט זאגן אז ער איז א משיח שקר צו פארקלענערן זייין השפעה פונקט ווי אסאך יודן האבן גערופן דעם רבי'ן זצ"ל שונא ישראל וכדומה
דאס אז חי' מושקא איז געגאנגן מיט הויזן האב איך קיינמאל נישט געהערט, איך האב אבער יא געלייענט אין די ליבאוויטשער אפציעלע צייטונג אז דער סיגעטער רב האט נורסינג האומס און איז מאכיל חמץ בפסח, פון דעם ווילסטו נישט רעדן
היסטאריקער האט געשריבן:וואו ווען וואס? קיינמאל האט מען נישט געשריבן עמטליך...
(אויף
און תורה ריזן זענען געווארן חיות אין שטאל)
למשל "בערעלע בעלזער" מיט א בילד פון א בער, געשאסן אלס פאשקעווילן ברחוב העיר הייסט עמטליך?
בערעלע בעלזער הייסט ביי דיר א תורה ריז? אין א שעת מלחמה ווען יונגלעך פון "ביידע" צדדים האבן געוואפן פאשקעווילן, ווייסטו ווייטער נאר פון איין זייט, די ווייסט ווער עס האט פינענצירט דעם פנים חדשות? ווייסט וואספארא חסיד שאולזאן איז?
כ'מיין אז ס'איז גענוג פון מיין צייט פארשווענדעד אויף די קינדערישע דעפענסיווע פראפאגאנדע וואס מיר פארקויפן פאר אונזערע קעלבעלעך. ווער ס'וויל, קען זיך ארומשפיעלן מיט די צווייטע העלפט.