ר' בערל טייערער, לאמיר איינמאל פאר אלעמאל קלאר מאכן דיין טעות.
איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט דיין געשרייבעכץ. סענדער דויטש מיט די איבריגע חברה זענען ביי מיר נישט קיין שום אייקאן, נישט געווען און וועט נישט זיין. פינטל.
מצדי, קענסטו שרייבן וואס דו ווילסט אקעגן זיי - איך האב גארנישט דערקעגן.
וואס באדערט מיר יא, אויב
יעדע אשכול ווערט פארדרייט צו דעם נושא, יעדן פסוק אין די תורה קענסטו אריינטייטשן סענדער דער דויטש מיט פליפ פלאפ המכונה.
ווי אויך, אז מען
חזר'ט עס איבער יעדן טאג נאכאמאל, ווערט דאס אויסגעדראשן און דאס קען אביסעלע דענערווירן.. פארשטייסטו??
אדערווייז..... האב איך גאר שטארק הנאה פון דיר, הלואי אויף מיין זיידע געווינטשן אזא זיס אידל....