אדמו"ר מליבאוויטש - מלך המשיח שליט"א-זצ"ל

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דו דרייסט אהין און אהער. האסט א ספר פון דער ליובאוויטשער רבי'ן וואס ווייזט זיין גדלות אין נגלה?
ס'איז דא פלאץ פאר מער ווי איין ת"ח אין דער וועלט. נאר פארצופאל איז דער ליובאוויטשער רבי נישט דער צווייטע, וכאשר יעידו עליו ספריו
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמעקעדיג, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
סיבה: כפול
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

אויף נגלות התורה, דערווייל:
1) תשובות וביאורים
2) הדרנים על הרמב"ם
3) הדרנים על הש"ס4
4) שנים אוחזין על פאר הראשון בבא מציעא
5) ליקוטי תורה - לשיטתייהו
6) הגדה של פסח ביאורים
7) רשימת המנורה
8) ביאורים וחידושים על ספר מנחת חינוך
9) עיונים בפרשה גאר א גאונישע ספר
10) אויסער דעם אין די סעריע 'ליקוטי שיחות' (ל"ט כרכים) איז כמעט דא אויף יעדע פרשה א פלפול.
11) אין די ערשע עטליכע בענדער 'אגרות הקודש' איז פארהאן אן א שיעור און א געוואלד פון תשובות ממש על כל מכמני התורה.


יעדע שבת האט דער רבי געזאגט:
1) שיחה
2) מאמר
3) פלפול בענינה דפרשה או בענינה דיומא
4) ביאור עיון ע"ד עמקות אויף פירוש רש"י (ל"נ זיין מאמע)
5) ביאור אויף איינע פון די הערות וואז זיין טאטע האט המקובל רבי לוי'ק האט געשריבען אויף תנ"ך, תניא וכיוצ"ב)
משום איזה סיבה שהוא דריקן זיי עפ"י רוב די שיחות.

בדרך כלל אויב קוקט מען אריין אין די סעריע 'תורת מנחם - התוועדות' דערווייל האלט דאס ביי 103 כרכים קען מען טרעפען כדי והותר לרחצה אויף נגלות התורה, וה"ה אין די אויבערדערמאנטער 39 בענדער פון 'ליקוטי שיחות'.

אז מ'וויל טרעפט מען שנעל און פלינק, אז מ'וויל טרעפען קען עס ליגן הארט פאר דיינע אויגען און דו וועסט דאס נאך אלץ נישט זעהן!
יעדע שבת קומט ארויס א קונטרס 'לקראת שבת' וואס פארמאגט אויך א פלפול אדער א עמקות'דיגע חידוש אדער וביאור בסוגיות הש"ס.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דוכט זיך אז ס'פעלט דא reading comprehension
איך האב געזאגט אז ס'איז נישט געדרוקט גארנישט פון איהם?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו דרייסט אהין און אהער. האסט א ספר פון דער ליובאוויטשער רבי׳ן וואס ווייזט זיין גדלות אין נגלה?
ס׳איז דא פלאץ פאר מער ווי איין ת"ח אין דער וועלט. נאר פארצופאל איז דער ליובאוויטשער רבי נישט דער צווייטע, וכאשר יעידו עליו ספריו

באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך זוך נאך יענער ספר. שווארצע אותיות אויף ווייסע פאפיער איז נישט גאונות. וויפיהל מ'וועט איבערדרוקען די זעלבע תורה אונטער אן אנדערן טארבעל
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

שליחה דורך יהודי פשוט »

איך האב נישט פארהערט דעם ליובאוויטש'ער ממילא קען איך נישט עדות זאגן אז ער איז געוועהן א גאון, אבער דאס אז אין די ספרים זעהט מען נישט זיין גאונות אין תורה, דאס איז פשוט ווייל די ספרים זענען נישט געמאכט פאר גאונות בתורה, דאס איז אזוי ווי איינער זאל זאגן אז רב וואזנער האט נישט געקענט קיין חסידות ווייל און זיינע תשובות זעהט מען נישט קיין גרויסע חסידות
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

דולה ומשקה האט געשריבן:אויף נגלות התורה, דערווייל:
1) תשובות וביאורים
2) הדרנים על הרמב"ם
3) הדרנים על הש"ס4
4) שנים אוחזין על פאר הראשון בבא מציעא
5) ליקוטי תורה - לשיטתייהו
6) הגדה של פסח ביאורים
7) רשימת המנורה
8) ביאורים וחידושים על ספר מנחת חינוך
9) עיונים בפרשה גאר א גאונישע ספר
10) אויסער דעם אין די סעריע 'ליקוטי שיחות' (ל"ט כרכים) איז כמעט דא אויף יעדע פרשה א פלפול.
11) אין די ערשע עטליכע בענדער 'אגרות הקודש' איז פארהאן אן א שיעור און א געוואלד פון תשובות ממש על כל מכמני התורה.


יעדע שבת האט דער רבי געזאגט:
1) שיחה
2) מאמר
3) פלפול בענינה דפרשה או בענינה דיומא
4) ביאור עיון ע"ד עמקות אויף פירוש רש"י (ל"נ זיין מאמע)
5) ביאור אויף איינע פון די הערות וואז זיין טאטע האט המקובל רבי לוי'ק האט געשריבען אויף תנ"ך, תניא וכיוצ"ב)
משום איזה סיבה שהוא דריקן זיי עפ"י רוב די שיחות.

בדרך כלל אויב קוקט מען אריין אין די סעריע 'תורת מנחם - התוועדות' דערווייל האלט דאס ביי 103 כרכים קען מען טרעפען כדי והותר לרחצה אויף נגלות התורה, וה"ה אין די אויבערדערמאנטער 39 בענדער פון 'ליקוטי שיחות'.

אז מ'וויל טרעפט מען שנעל און פלינק, אז מ'וויל טרעפען קען עס ליגן הארט פאר דיינע אויגען און דו וועסט דאס נאך אלץ נישט זעהן!
יעדע שבת קומט ארויס א קונטרס 'לקראת שבת' וואס פארמאגט אויך א פלפול אדער א עמקות'דיגע חידוש אדער וביאור בסוגיות הש"ס.


דולה, אויב אזוי פארשטיי איך נישט פארוואס די זעסט נישט די מבהיל'דיגע בקיאות...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

האומר דבר בשם אומרו מביא לאלתר לגאולה.

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קודם כל, דער וואס מ׳זעט נישט זיין תורה דארף מען גארנישט אננעמען אז ער קען.
דא איז אבער אנדעריש. ער האט יא געדרוקטע תורה, נאר גאנץ שוואך. איך בין געפאדערט צו גלויבען אז ער האט באמת באהאלטען זיין קענשאפט און נאר געדרוקט די שוואכע תורה?


וואס, די האסט נישט ליב זיין דרך הלימוד? ער האט נישט ריכטיגע סברה'ס? ער רעד נישט צי קידושין איז חל א יעדע רגע? ס'קען נאר זיין בלינדע עם הארצות צו זאגן אז ער איז נישט געווען א סיני חאטש די ביסט נישט מסכים מיט זיין עוקר הרים.

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער האט בנגלה אויך. און פאר עפעס א סבה איז מען עס נישט מפרסם ווי די אנדערע....


ווייל ביי זיי איז נסתר פאר נגלה. די ראשי ישיבות זענען נישט עוסק אין עבודת התפילה ווייל זיי האבן נישט מפרסם געווען זייער געדאנקען אויף כוונת התפילה?

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך זוך נאך יענער ספר. שווארצע אותיות אויף ווייסע פאפיער איז נישט גאונות. וויפיהל מ׳וועט איבערדרוקען די זעלבע תורה אונטער אן אנדערען טארבעל


מיז זיין אז די האסט נאר איין מאל אויף געמאכט א ספר פין ליובאוויטשער רבי, ווייל ווער עס קוקט אריין אין זיינע תורות אדער ספרים זעט אייביג עפעס ניי. הייב יעצט אן זוכען ווייל ס'וועט נעמען א וויילע ביז די וועסט בארד ווערען פון זיינע חדשות.

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו דרייסט אהין און אהער. האסט א ספר פון דער ליובאוויטשער רבי׳ן וואס ווייזט זיין גדלות אין נגלה?
ס׳איז דא פלאץ פאר מער ווי איין ת"ח אין דער וועלט. נאר פארצופאל איז דער ליובאוויטשער רבי נישט דער צווייטע, וכאשר יעידו עליו ספריו


זיייט מוחל און קוקטס אייך אין שפיגעל. איר קענט דאס טון בשעת'ן פארעכטן דער של ראש. דאכט זיך ס'נאר דא איינער דא אין דעם אשכול וואס דרייט אהער און אהין...

לחיים ולברכה!
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

לדעתי האט דער חבד'סקער געליטן אויף mania ווי ס'איז באוויסט אויב מ'ליידט פון די מחלה קען מען באמת אנקומען אליינס צוהאלטן שטארק פון זיך און זיך דערקלערן אלץ 'משיח', נישט אז ער האט געפלאנט אויסצונארן דעם עולם נאר ער האט באמת אליינס געהאלטן אז ער איז משיח און פארדעם טאקע האט ער געזינגען לראות עוזו וכבודי כידוע.

חוץ מזה פלעגט ער זיך גוט אנטרינקען ביי יעדע פארברענגען.

שוין... גענוג גערעדט! ווער ס'וויל פארשטיין, פארשטייט. ווער ס'וויל נישט פארשטיין וועט במילא נישט העלפן קיין אנדערע הסברות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

mevakesh האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:מבקש: אנטשולדיג פאר זיך דינגען איבער פאקטן. אבער די טאכטער חיה מושקא איז יא געגאנגעןאין שטודירן אין לענינגראד אוניווערזיטעט. איהר שוועסטער, די רביצן חנה גור אריה ע"ה איז נישט געגאנגען אין קאלעדזש...!

אין בערלין אויך?

מבקש: דיין שאלה איז אויב אין בערלין איז חיה מושקא אויך געגאנגען שטודירן. דער ענטפער איז... יא. אבער ס'איז נישט רעלעוואנט. ווייל דעמאלס זענען זיי שוין געווען פארהייראט (חתונה געהאט). אויך. חיה מושקא איז נישט געזיצן אינדערהיים און געליינט צאינה וראינה אדער מנורת המאור מיט אידיש טייטש...!

אויך אין קראונהייטס איז זי נישט געווען די טייפ..."רביצין" וועלכע זיצט אינדערהיים און באקט קוגלען כדי איהר מאן דער רבי זאלל קענען טיילן שיריים...! זי איז געווען א פראפעסאר'קע אין נ.י. יוניווערסיטי. און האט אנגעבליך געדרייווט א קאר...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א. תורת מנחם
ב. ילקוט שיחות קודש
ג. ליקוטי שיחות
די זענען דריי ספרים סעריעס זיינער וואס מ'חזרט איבער בערך די זעלבע זאכן אין אן אנדערע שפראך, מוגה און בלתי מוגה.

דאס נישט ליב האבן דער דרך הלימוד איז אלץ דער תירוץ פאר יעדער שוואכער ספר. ניין, ס'איז שוואך ווייל ער זאגט שוואך און ער קען שוואך. ער ווייזט שוואך אויף און זיין תפיסה אויף א סוגיא איז שוואך. אנדערע זאגען גאר אז ער האט נאר געקענט די נושאים אויף וואס ס'איז געווען געדרוקט א באנד פון אנציקלופדיה תלמודית. זיין אויפרייסענדע חידושים זענען וויצן צווישען לומדים, פון איסור החזרת שטחים פון הלכות שבת ביז מקדים זיין שבועות מיט א טאג ווייל מ׳איז געקומען פון אוסטראליא.

און דאס אז אין חב"ד איז מען מקדים נסתר איז נאר ווען מ'דארף. שלחן ערוך הרב מיט שו"ת צמח צדק זענען שטארק נתפרסם, און דער מערסטע גענוצטע ספר אויף הלכות גיטין אין דער וועלט איז פון דער רבינ'ס זיידע. ווען מ'האט נאר נסתר פארשפרייט מען נאר נסתר.

און איך בין דער איינציגסטע וואס בלייבט מיט די זעלבע מיינונג פון אנהייב ביזן סוף, דעריבער רוף איך אנדערע אז זיי דרייען אהין און אהער.

דער גאנצע נושא איז גאר א קליינער. זיין כוחות האבן גארנישט מיט לערנען איינגעלייגט. ער האט געטויגט גאר צו אנדערע זאכען, און זיין הצלחות האבען גארנישט מיט לערנען. די גאנצע תאווה איהם צו מאכען פאר עפעס א וועלטס תלמיד חכם איז נאר צוליב דער קאמפעטישן. מ'האט מורא אז א צווייטע וועט זיך צופאסען דער טיטל חכם הדור, האט מען עס שנעל גענומען פאר זיך מיט אסאך שווארצע טינט אויף ווייסער פאפיער. זיינע פעהיגקייטן און שטארקע כאראקטער זענען זיין מעלות, נישט זיין קענשאפט. ס'האט קיין שום תלמיד חכם זיך נישט געקימערט מיט זיין מיינונג אויף סיי וואס, סיידען אז ער האט א זייטיגע נגיעה.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

שליחה דורך יהודי פשוט »

ליטוואק פון בודאפעסט: ער האט ברוך השם געהאט חסרונות אזוי אויך (אזוי ווי יעדע מענטש), מוזט איהם נישט צונעמען די מעלות.
דיין רבי ווערט גארנישט גרעסער ווען דער ליובאוויטשער איז קלענער (אויב עפעס איז פארקערט ודו"ק)
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך בין מסכים אז ער האט געהאט מעלות, נאר לערנען איז נישט איינער פון זיי.

וואס האבען ענק חסידים א פראבלעם דערמיט? ממילא א ליטוואק, טאמער איינער קען נישט לערנען איז ער א נחות דרגא. אבער ביי ענק חסידים, מה כל הרעש? קען ער נישט לערנען, איז וואס?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

שליחה דורך יהודי פשוט »

אונז האמיר גראדע נישט קיין שום פראבלעם דערמיט, ביי אונז ווערט מען נישט צדיק הדור ווען מען קען יא לערנען און מען ווערט אויך נישט אפגעפרעגט ווען מען קען נישט לערנען, נאר גראדע דאס מאל איז געלונגען א רבי אן ערליכער איד וואס צו אלע זיינע מעלות איז ער אויך געוועהן א גאון בנגלה ובנסתר, כידוע ליודעי דבר וואס האבן נישט קיינע אנדערע נגיעות בדבר.
איך בין א נער און איך גלייב!!!
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

כ'בין צופעליג געווען עטליכע וואכן צוריק אין 770 האב איך דארט געזען דעם רבינ'ס ספרים שאפע מיט זיינע ספרים, עס איז מיר אינערסאנט געווען דאס אז ער האט פארמאגט דארט אלע סארט אנציקלאפעדיעס און רעפרענץ ספרים. אנציקלופדיה תלמודית, תורה שלמה, שדי חמד, אוצר הפוסקים, מכלול מאמרים ופתגמים, ספרי ר' ראובן מרגליות, און נאך דאס גלייכן. אויך האב איך געזען דארט די ספרים פון ראגאטשאווער און פונעם מונקאטשער.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

א שארף קעפל האט ער געהאט, ער איז זיכער געוועהן א גרויסער ידען און קענער, אבער לויט מיין טעיסט איז אלע זיינע תורות געוועהן אויף די זעלבען גאנג, די זעלבע קנייטש די זעלבע שניט און די זעלבע וועג, מיט אסאך פשעטלעך געבויט גג על גג. קיין ריעליסט איז ער זיכער נישט געוועהן. עכ״פ פון די ביסל וואס כ׳האב געליינט זיינע שיחות האב איך עס נישט ליב געהאט. קען זיין אז סאיז טאקע נישט פאר מיר מיינט נאכאלץ נישט אז סאיז נישט גיט פאר יענעם.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שבת אחים האט געשריבן:קיין ריעליסט איז ער זיכער נישט געוועהן.


אבער כאטש אביסעל מער ריאליסט ווי די רבי דער שווער. כפי הנראה אין די ערשטע פאר יאר איז ער נישט געווען אזוי אין דעם גייסט פון ראטעווען די וועלט און בויען בנינים אויף קארענט עווענטס און זאגען דעות אין פאליטיקע ע"פ נגלה ונסתר וכולהו וכולהו כלה"ק
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

שליחה דורך יהודי פשוט »

שמעתי פון א קראנטן מקור בשם האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א וואס האט זיך אויסגעדריקט פאר א יונגערמאן, אז בימינו אלה איז נישטא קיינער וואס קען סיי נגלה און סיי נסתר אדורך און אדורך עד הסוף, האט ער אויסגערעכנט פון די פריערדיגע ווער עס איז יא געוועהן אזוי, איינער פון די וואס ער האט אויסגערעכט איז געוועהן דער לעצטער ליובאוויטשער.
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

שליחה דורך יהודי פשוט »

נאך א זאך האב איך געהערט אז דער ריי"ץ האט געשריבן אויפן איידעם ווען ער איז נאך געוועהן 23 יאר אלט אז ער איז בקי בש"ס ופוסקים ובכתבי האריז"ל
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

Here we go....
דער האט געזאגט, יענער האט געזאגט. און ווער האט געזאגט אויף די זאגערס?
זיינע ספרים זענען די ראיה, נישט זאגערס למיניהם
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

שליחה דורך יהודי פשוט »

אין אזא פאל בלייבט נאר איבער צו ענטפערן וואס ר' סענדר דייטש ז"ל פלעגט זאגן: אויב איינער זאגט אז צוויי מיט צוויי איז פינף, זאלסטו זיך מיט איהם טענה'ן און אויפווייזן אז ער האט א טעות. אויב אבער איינער טענה'ט אז צוויי מיט צוויי איז פינף און זיבעציג, זאלסטו איהם ניטאמאל ענטפערן. דער וואס פארשטייט פארשטייט....
איך בין א נער און איך גלייב!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

העי, די ישיבה'שע וועלט זאגט דאס נאך פון ר' חיים....
פארשפארט