בלאט 3 פון 3

נשלח: דינסטאג אפריל 23, 2013 6:12 pm
דורך איך זאג דיר
גנדי האט געשריבן:
גנדי האט געשריבן:בד"וו, איך וויל וויסן די מראות הצובאות סטאר אויף 111 ליע איז נאך אפן?


איך וויל באמת וויסן אויב די סטאר איז נאך אפן. איינער ווייסט?

די דאזיגע געשעפט האטיך טאקע אזוי שטארק געבאדערט? און אז יא? פארוואס?

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:39 am
דורך איציק
גנדי האט געשריבן:מיר קוקט אויס אזוי(אייגענע השערה):

ס'איז דא 4 כתות...


היבש אינטערסאנט. אבער ווי אזוי קען א מענטש מכח אן "אייגענע השערה" זיך יאווען צו וויסן:
1. די דעמאגראפיקס פון קול מבשר צוהערער
2. וויפיל פראצענט צוהערער זענען צופרידענע און אומצופרידענע
3. פונקטליך זייער דרגה פרומקייט

:?: :roll: :?:

ניטאמאל מר. ווידער קען דאס וויסן!

איר ווילט פאנטאזירן גלאט אין די וועלט אריין? אדרבה, לאמיר אויך פרובירן!

מיר קוקט אויס אזוי (אייגענע השערה):
30% מאנרא איינוואוינער מיט גלעזער, קנאקען פאפיטעס בשעת זיי הערן קול מבשר.
20% קול מבשר צוהערער זענען בחורים און זיי הערן קיינמאל נישט די געזונט אפטיילונג. 5% פון די בחורים זענען נאר אינטערסירט אין פאליטיק און הערן עס אויף גע'אסרט'ע סמארט-פאן'ס.
46.6% פון די יונגעלייט ארבעטער (נישט ארבעטסגעבער) וואס הערן נישט קול מבשר, גרייטן צו נעגל וואסער נאר 11.5 מאל א חודש אין דורכשניט.

איר ווילט נאך?