berlbalaguleh האט געשריבן:הער לאשיצער: איך האב שוין פון לאנג געוואלט אויפמאכן א דיסקוסיע (וואס איז שוין אנגעהויבן געווארן פון פריער) איבער די איינפלוס פון די פראנצויזישע שפראך אויף אידיש.
ס'איז שוין געקומען צו רייד אין אן אנדער אשכול, אבער כדאי צו באטאנען דא אז די פראגע "פראנצויזישע ווערטער" אין אידיש איז קאמפליצירט ווייל אין אסאך פאלן (איך רעכן אז אפילו אין רוב פאלן) זענען די "פראנצויזישע" ווערטער אריין אין אידיש נישט דירעקט פון פראנצויזיש, נאר דורך אן אנדער שפראך. אפטמאל דורך א סלאווישער שפראך. (פאראן אן א שיעור פראנצויזישע ווערטער אין רוסיש, אסאך מער ווי אין אידיש, צוליב היסטארישע קולטורעלע סיבות.)
אין ענגליש איז דא דאס ווארט genre טייטש "סארט, טיפ, קאטעגאריע" פון ביכער, פילמען וכו'. ס'איז קלאר אז ס'איז פון פראנצויזיש נישט נאר פונעם אויסלייג, אבער אויך צוליב דעם ארויסרעד: [זשאנרע]. זייער ווייניג ענגלישע ווערטער הייבן זיך אן מיט דעם קלאנג [זש] סיידן זיי זענען פון פראנצויזיש.
אין אידיש זאגט מען אבער "זשאנער" נישט [זשאנרע]. פארוואס? איך ווייס נישט. אבער אין די סלאווישע שפראכן געפינען מיר דאס זעלבע: жанр אין רוסיש און אוקראיניש ([זשאנר]), žánr אין טשעכיש, žáner אין סלאוואקיש, וכו' וכו'. אפילו אין עברית זאגט מען היינט "ז'אנר". מיר ווייסן גענוג איבער דער געשיכטע פון מדינת ישראל און דער עברית'ישער שפראך צו זאגן אז פראנצויזיש האט געשפילט א קנאפע ראלע. ס'איז גאנץ מעגליך אז אזא ניי, מאדערן ווארט ווי "זשאנער" וואלט אריין אין אידיש פון א סלאווישער שפראך מיט וועלכער אידיש איז געווען אין קאנטאקט אין די לעצטע צייטן. און שפעטער אריין אין עברית אויך.
נאך א ביישפיל:
אין ק"ש רעדט מען אסאך וועגן דעם נייעם "מאגאזין" וועקער. ביי אידישיסטן איז דער וועקער נישט קיין "מאגאזין", נאר א "זשורנאל". למאי נפקא מינה, ביידע זענען דאך פראנצויזישע ווערטער אריגינעל?
אין רוסיש איז דאס ווארט магазин (מאגאזין) טייטש: "קראם, קלייט, געוועלב, געשעפט, סטאָר". דער טראפ/קוועטש/אקצענט פאלט אויפן לעצטן טראף/זילבע: magazín, נישט mágazin ווי מ'זאגט אין ענגליש.
אין דער אלטער היים זענען ארויסגעקומען חודש-שריפטן און מ'האט זיי אנגערופן "זשורנאלן". אויך מיטן טראפ אויפן לעצטן טראף: zhurnál, נישט joúrnal ווי אין ענגליש.
ביידע זענען "פראנצויזישע" ווערטער. אבער ביידע זענען רוסישע ווערטער אויך. דאס רוסישע журнал [זשורנאל] האט דעם זעלבן באדייט ווי אין אידיש.
איך געדענק אז איר האט פריער געברענגט ביישפילן פון פראנצויזישע ווערטער אין אידיש אבער ליידער זענען מערסטע פון זיי אויך גוטע "סלאווישע" ווערטער און ס'איז שווער צו זאגן פון וואנען זיי שטאמען דירעקט.