בלאט 3 פון 6

נשלח: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 1:43 am
דורך שבת אחים
אוואדי האט סענדארס גערעדט פון דעם! ער רעדט שוין פון דעם די לעצטע דרייסיג יאהר. דעס איז איינע פון זיינע הויפט אישוס, ער רעדט וועגן דעם ביי יעדע איינציגע ראללי, איך בין שוין מיד פון עס איבערהערן, (קיינמאל באמת נישט מיד פון איבערהערן בערני :) ) אויף יו טוב איז דא פיל מיט קליפס ווי ער רעדט דערוועגן צענדליגער יאהרן פאר ער איז געלויפן פאר פרעזידענט, איך וויל בלי"נ שפעטער ארויפלייגן איך האב מיך יעצט געזעצט עסען

נשלח: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 1:54 am
דורך שמעקעדיג
וואס האסטו מורא צו מאכן א נדר אז דו שרייבסט בל"נ...
מאך שוין א ברכה אויף די עסן פאר די געלט....
זאל זיין צום געזונט!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 2:20 am
דורך שבת אחים
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס האסטו מורא צו מאכן א נדר אז דו שרייבסט בל"נ...
מאך שוין א ברכה אויף די עסן פאר די געלט....
זאל זיין צום געזונט!


:lol: Figure of speech I guess
אז דו וועסט וואוטן פאר בערני הייב איך אן צומאכן ברכות דיעל ? :lol: 8-)

נשלח: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 10:16 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:וואס האסטו מורא צו מאכן א נדר אז דו שרייבסט בל"נ...
מאך שוין א ברכה אויף די עסן פאר די געלט....
זאל זיין צום געזונט!

שמעקעדיג: ווייל אן או.טי.די. און א דערקלערטער אפיקורס איז נאכאלץ א מאמין. ער גלייבט אין באשעפער און ער זאגט נאכלץ בלי"נ. דאס איז די גירסא דינקותא...איך ווינטש איהם (שבת אחים) דאס בעסטע אין לעבן. און ער זאלל האבן נחת פון זיינע קינדער. און זיינע קינדער פון איהם עמו"ש... :D

נשלח: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 10:41 am
דורך שמעון וואלף
כ'מיין מ'דארף טוישן די קעפל פונ'ם אשכול פון 'מאסען FBI ארעסט' צו מאסען FBI רעיד'. האפענטליך זאל מען עס נישט דארפן צוריק טוישן

נשלח: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 11:42 am
דורך גאלד
אידיש: "אבלעווע" אדער "איבערפאל"

נשלח: דאנערשטאג מערץ 17, 2016 11:57 am
דורך שמעקעדיג
יעצט איז בעסער?

Re: מאסן FBI אבלאוועס אין קרית יואל און מאנסי

נשלח: מוצ"ש מערץ 19, 2016 10:45 pm
דורך פליקער
נפתלי מאסטער וחבריו, איש על נפחתו

http://www.lohud.com/story/news/local/2 ... /81923928/

E-Rate is a symptom of a much larger problem of how these yeshivas use this (public) money,” said Naftuli Moster, head of Yaffed, an organization that advocates for improved secular education in yeshivas. “The underlying issue is the lack of oversight, which is what leads to all of this.”

“Chutzpah comes with power,” said Samuel Heilman. “When it comes to fraud and crime, the people who do it think they’re smarter than everyone.”

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 12:16 am
דורך דעת זקנים
סאיז געקומען די צייט מ׳זאל זיך אפלאזן פון אלע שטיק און לעבן ווי נארמאלע מענטשן, כולל איז מער נישט קיין אפשען פאר א אינגערמאן וואס דער טאטע/שווער האלט אים נישט אויס.

די גוטזאגערישער ווארט אז מ׳קען ארומלייגן א געיט ארום די גאנצע שטאט איז מער נישט לאכעדיג, סאיז ליידער א פאקט אז מ׳האט געצילט צענדליגער מענטשן אויף איינמאל.

Re: מאסן FBI אבלאוועס אין קרית יואל און מאנסי

נשלח: זונטאג מערץ 20, 2016 12:45 am
דורך סאשי פיש
אל תקרא דעת זקנים אלא מושב זקנים

Re: מאסן FBI אבלאוועס אין קרית יואל און מאנסי

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 11:30 am
דורך גר ותושב
באקומען אויף וואטסאפ.

גאסט עדיטאריעל

געשריבן דורך: יוסף הירש עקסקלוסיוו צו אידישער ווינקל.

אין אנבליק פון די לעצטיגע און בעפארשטייענדע אטאקעס אויף יהדות מאנסי

***

א מעסעדזש צו די עליט!

לאמיר עס מאכן זייער קלאר, ווי די פיפעל, די מענטשן וואס ארבעטן פעיטשעק טו פעיטשעק, און מוטשען זיך דורכצושטופן דעם חודש זענען 'נישט' שולדיג פאר די העיטרעד און די אנטיסעמיטיזם אין ראקלענד קאונטי. שולדיג זענט עטס די עליט. די דעוועלאפערס וואס שארן אבסין עמאונטס פון געלטער דורך פאראומרייניגן אונזער שטאט מיט ווילדע קאנסטראקשן וואס נישט אידן און נישט גוים ווילן האבן.

יעצט, ווען מיר זענען אונטער אטאקע צוליב ענקערע געמיינע שטיק, זענט עטס נישט דא צום האבן. אז עטס וואלטס אוועקגעגעבן א קליינעם נישטיגן פראצענט פון ענקערע אוצרות וואס עטס רייסטס ארויס פון די קעשענעס פון די פּור מאנסי פיפעל, וואלט מען שוין פונלאנג געקענט טאן עפעס צו דעם פראבלעם.

ווען די הויט ברענט קומט מען זיך צוזאם אויף א כעלמער מיטינג און א טאג דערויף איז מען צוריק ביזי מיט'ן שארן געלט. ביי איינע פון די לעצטיגע אטאקעס אויף יהדות מאנסי האט מען געמאכט א מיטינג און באשלאסן אז מען גייט נעמען גרויסע געלטער פון די מוסדות צו הייערן א פי-אר, מען גייט צוריקפייטן. איז עפעס געווארן דערפון? א נעכטיגן טאג. ווייל עטס זענטס נאר גוט אין שארן גאלד אויפ'ן חשבון פון אונז מאנסיער איינוואוינער.

יא, מיר ווילן האוזינג, אבער נאר ווען ס'קומט מיט א נארמאלן אינפראסטרוקטשור אפדעיט, ווי למשל ברייטע ראודס צו פארנעמען פרישע טראפיק, נייע יוטיליטי, וואסער, סוער און דרעינעדזש ליינס אא"וו צו קענען פארנעמען אזא ריזיגע עמאונט פון מענטשן. ווי אויך ווילן מיר ביליגע הייזער פאר אונזערע קינדער, נישט דירות וואס נאר די רייכע ברוקלינער אידן קענען עפארדן.

יעצט ווען מאנסי איז אונטער אטאקע, און ווי מען הערט איז דאס בלויז דער אנהייב, נאר די הקדמה, איז זייטס מוחל, תבא אמה ותקנח את צואת בנה. עטס זאלטס נעמען דאס אחריות פאר די שנאת ישראל וואס עטס ברענגטס מיט ענקערע שטיק און אנפאנגען צו ספענדן געלט פאר לאיערס און פי-אר צו ראטעווען מאנסי פון די ביטערע גזירות וואס קומען.

אונטערגעשריבן מיט ווייטאג, אין נאמען פון יהדות מאנסי.

נ"ב: צו א קלענערע עקסטענט איז דאס אויך א מעסעדזש צו די מנהלי המוסדות און ראשי הקהלות, וואס בויען בתי מדרשים, מוסדות און חתונה האלס אן קיין נארמאלע פארקינגס, אדער לייגן אריין הונדערטער קינדער אין רעזידענשל הייזער און רעגן אויף די שכנים, אדער האבן נישט קיין נארמאלע סעיפטי מעזשורס. עטס טוטס דאס טאקע צוליב מאנגל אין געלט. למעשה אבער זענט עטס רעספאנסיבל פאר א ריזיגן חלק פון דעם כעס פון די שכנים, אבער ווען מיר ליידן די קאנסעקווענצן זענט עטס שטיל.
פאר אן עקזעמפל, יעצט ווען ס'איז געקומען די מאסיווע רעידס אויף די מוסדות צוליב אי-רעיט האט מען נישט געהערט פון ענק קיין פיפס בשעת די צייטונגען האבן געשריבן וויאזוי עטס האטס געגנבעט געלט וואס האט געדארפט גיין צו אינטערנעט. למעשה שטעלט זיך ארויס אז דאס גאנצע געלט איז גענוצט געווארן צו קויפן עקוויפמענט, ווי למשל סאפיסטיקעיטעד פאון סיסטעמס און אויך קאמפּיוטערס. אנשטאט הייערן א פי-אר קאמפאני דאס קלארצושטעלן פאר די מידיע האט עטס געלאזט דעם נאמען פון גאנץ יהדות החרדית אנגעשטינקען ווערן.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 12:31 pm
דורך Ben-Shishim
One more reason not to use WhatsApp.
Yes I know, it could have been another truck collecting the garbage, but today this was the truck.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 12:58 pm
דורך berlbalaguleh
Ben-Shishim האט געשריבן:One more reason not to use WhatsApp.
Yes I know, it could have been another truck collecting the garbage, but today this was the truck.

בן שישים: און וויאזוי איז דער מצב אין מאנטריאל...?! וואספארא תירוץ פון זעלבסט באשולדיגונג און בארעכטיגונג פאר'ן לאקאלן אנטיסעמיטיזם נוצט מען דארט...? וואס האבן די אידן געטון צו פארדינען דעם שווערן עול הגלות אין יענע מדינה וואו די לאקאלע רשעים לאזן נישט די אידן אפאטעמען. און זיי קומען ארויס מיט נייע גזירות א יעדן טאג...?!
אין א יעדע מדינה וואו די אנטיסעמיטן און שונאי ישראל הייבן די קעפ, זוכט מען אן אנדער'ן תירוץ צו בארעכטיגן זייער שנאת ישראל.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 6:53 pm
דורך Big Boy
גר ותושב האט געשריבן:באקומען אויף וואטסאפ.

גאסט עדיטאריעל

געשריבן דורך: יוסף הירש עקסקלוסיוו צו אידישער ווינקל.

אין אנבליק פון די לעצטיגע און בעפארשטייענדע אטאקעס אויף יהדות מאנסי

***

א מעסעדזש צו די עליט!

לאמיר עס מאכן זייער קלאר, ווי די פיפעל, די מענטשן וואס ארבעטן פעיטשעק טו פעיטשעק, און מוטשען זיך דורכצושטופן דעם חודש זענען 'נישט' שולדיג פאר די העיטרעד און די אנטיסעמיטיזם אין ראקלענד קאונטי. שולדיג זענט עטס די עליט. די דעוועלאפערס וואס שארן אבסין עמאונטס פון געלטער דורך פאראומרייניגן אונזער שטאט מיט ווילדע קאנסטראקשן וואס נישט אידן און נישט גוים ווילן האבן.

יעצט, ווען מיר זענען אונטער אטאקע צוליב ענקערע געמיינע שטיק, זענט עטס נישט דא צום האבן. אז עטס וואלטס אוועקגעגעבן א קליינעם נישטיגן פראצענט פון ענקערע אוצרות וואס עטס רייסטס ארויס פון די קעשענעס פון די פּור מאנסי פיפעל, וואלט מען שוין פונלאנג געקענט טאן עפעס צו דעם פראבלעם.

ווען די הויט ברענט קומט מען זיך צוזאם אויף א כעלמער מיטינג און א טאג דערויף איז מען צוריק ביזי מיט'ן שארן געלט. ביי איינע פון די לעצטיגע אטאקעס אויף יהדות מאנסי האט מען געמאכט א מיטינג און באשלאסן אז מען גייט נעמען גרויסע געלטער פון די מוסדות צו הייערן א פי-אר, מען גייט צוריקפייטן. איז עפעס געווארן דערפון? א נעכטיגן טאג. ווייל עטס זענטס נאר גוט אין שארן גאלד אויפ'ן חשבון פון אונז מאנסיער איינוואוינער.

יא, מיר ווילן האוזינג, אבער נאר ווען ס'קומט מיט א נארמאלן אינפראסטרוקטשור אפדעיט, ווי למשל ברייטע ראודס צו פארנעמען פרישע טראפיק, נייע יוטיליטי, וואסער, סוער און דרעינעדזש ליינס אא"וו צו קענען פארנעמען אזא ריזיגע עמאונט פון מענטשן. ווי אויך ווילן מיר ביליגע הייזער פאר אונזערע קינדער, נישט דירות וואס נאר די רייכע ברוקלינער אידן קענען עפארדן.

יעצט ווען מאנסי איז אונטער אטאקע, און ווי מען הערט איז דאס בלויז דער אנהייב, נאר די הקדמה, איז זייטס מוחל, תבא אמה ותקנח את צואת בנה. עטס זאלטס נעמען דאס אחריות פאר די שנאת ישראל וואס עטס ברענגטס מיט ענקערע שטיק און אנפאנגען צו ספענדן געלט פאר לאיערס און פי-אר צו ראטעווען מאנסי פון די ביטערע גזירות וואס קומען.

אונטערגעשריבן מיט ווייטאג, אין נאמען פון יהדות מאנסי.

נ"ב: צו א קלענערע עקסטענט איז דאס אויך א מעסעדזש צו די מנהלי המוסדות און ראשי הקהלות, וואס בויען בתי מדרשים, מוסדות און חתונה האלס אן קיין נארמאלע פארקינגס, אדער לייגן אריין הונדערטער קינדער אין רעזידענשל הייזער און רעגן אויף די שכנים, אדער האבן נישט קיין נארמאלע סעיפטי מעזשורס. עטס טוטס דאס טאקע צוליב מאנגל אין געלט. למעשה אבער זענט עטס רעספאנסיבל פאר א ריזיגן חלק פון דעם כעס פון די שכנים, אבער ווען מיר ליידן די קאנסעקווענצן זענט עטס שטיל.
פאר אן עקזעמפל, יעצט ווען ס'איז געקומען די מאסיווע רעידס אויף די מוסדות צוליב אי-רעיט האט מען נישט געהערט פון ענק קיין פיפס בשעת די צייטונגען האבן געשריבן וויאזוי עטס האטס געגנבעט געלט וואס האט געדארפט גיין צו אינטערנעט. למעשה שטעלט זיך ארויס אז דאס גאנצע געלט איז גענוצט געווארן צו קויפן עקוויפמענט, ווי למשל סאפיסטיקעיטעד פאון סיסטעמס און אויך קאמפּיוטערס. אנשטאט הייערן א פי-אר קאמפאני דאס קלארצושטעלן פאר די מידיע האט עטס געלאזט דעם נאמען פון גאנץ יהדות החרדית אנגעשטינקען ווערן.


Why are the people not at fault? Who voted for the politicians that made all the zoning laws. In fact, when some wanted to restrict the zoning, they were yelled at “anti-Semite”. You can’t have it both ways.

It is difficult to hire a PR company to say things while you are under criminal investigation and you don’t know exactly against whom or what they’re aiming. In such atime you have to be careful

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 7:06 pm
דורך דעת זקנים
נישט דאס איז געוועהן אונזער מנהג ווען א צווייטער איד איז אין א עת צרה.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 31, 2016 10:20 pm
דורך Big Boy
דעת זקנים האט געשריבן:נישט דאס איז געוועהן אונזער מנהג ווען א צווייטער איד איז אין א עת צרה.



?

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 1:11 pm
דורך בלויע רעקל
גר ותושב האט געשריבן:באקומען אויף וואטסאפ.



יא, מיר ווילן האוזינג, אבער נאר ווען ס'קומט מיט א נארמאלן אינפראסטרוקטשור אפדעיט, ווי למשל ברייטע ראודס צו פארנעמען פרישע טראפיק, נייע יוטיליטי, וואסער, סוער און דרעינעדזש ליינס אא"וו צו קענען פארנעמען אזא ריזיגע עמאונט פון מענטשן. ווי אויך ווילן מיר ביליגע הייזער פאר אונזערע קינדער, נישט דירות וואס נאר די רייכע ברוקלינער אידן קענען עפארדן.


מאנסי דארף נישט קיין ברייטע ראודס, מען דארף נאר אויפשטאפן און עפענען אלע "דעד ענדס".

איך בין געווען דארט אין די זומער, עס איז א ווייטאג צוצוקוקען ווי עטץ מוטשעטס זיך מיט בעסיק פארשטענדליכקייטן, און קיינער וויל נישט "אויפמאכן" זיין גאס ווייל מען קען נאך דארט חלילה וחס "דורכפארן".

נשלח: מאנטאג אפריל 04, 2016 9:24 pm
דורך [NAMELESS]
קענסט ביטע מפרט זיין? וויאזוי קען מען מאכן די טרעפיק אויך 306 מעיפל מעין סטריט 59 בעסער? וועלעכע דעד ענד זאל מען עפענען?

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 1:48 pm
דורך בלויע רעקל
בילד

אפאר פון די זענען אזוי פשוט און גרינג = אבוויאוס, און אפאר זענען אביסל שווערער דורכצופירן, אבער זאגטס נישט אז די טרעפיק האט נישט קיין סאלושען.

וואספארא משוגעת איז דאס אז יעדער מוז פארן דורך מעיפל און 59

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 2:02 pm
דורך געוואלדיג
סתם אין די וועלט אריין,
בלויע רעקל האט געשריבן:
וואספארא משוגעת איז דאס אז יעדער מוז פארן דורך מעיפל און 59


וואספארא משוגעת אז יעדער מוז פארן דורך fdr, יעדע שטאט האט אירע מעין גאסן וואס זענען ווי די הויפט אדערן און עס איז נישט מעגליך אן דעם, חוץ פון דעם וואס נישט אלעמאל מוז מען,

בלויע רעקל האט געשריבן:
מאנסי דארף נישט קיין ברייטע ראודס, מען דארף נאר אויפשטאפן און עפענען אלע "דעד ענדס".



האסט צוגעשטעלט א הערליכע מעפ, איך מיין זאלסט אריין גיין אין ארכיטעקטור, וואסערע שפראך איז צו אנצייכענען אויף א מעפ ווי צו עפענען, אין רוב פעלער שטייט דארט הייזער וכדו', איינצעלע פלעצער איז פארמאכט סתם ווייל די שכנים ווילן נישט מען זאל אריבער פארן, און די פלעצער וואלט סיי ווי נישט געמאכט קיין גרויסע חילוק פאר די טרעפיק.

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 2:09 pm
דורך בלויע רעקל
געוואלדיג האט געשריבן:האסט צוגעשטעלט א הערליכע מעפ, איך מיין זאלסט אריין גיין אין ארכיטעקטור, וואסערע שפראך איז צו אנצייכענען אויף א מעפ ווי צו עפענען, אין רוב פעלער שטייט דארט הייזער וכדו', איינצעלע פלעצער איז פארמאכט סתם ווייל די שכנים ווילן נישט מען זאל אריבער פארן, און די פלעצער וואלט סיי ווי נישט געמאכט קיין גרויסע חילוק פאר די טרעפיק.


פון דעם רעד איך. און שוין... האסט אן ענטפער?

וואס רעדסטו "נישט קיין חילוק"? מאך נאר אויף די חיים פלאר גאס, און עדווין לעין. און הארייזען. עפען אפאר וועגן אנצוקומען צו מעין סט.

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 2:20 pm
דורך בלויע רעקל
געוואלדיג האט געשריבן:
וואספארא משוגעת אז יעדער מוז פארן דורך fdr, יעדע שטאט האט אירע מעין גאסן וואס זענען ווי די הויפט אדערן און עס איז נישט מעגליך אן דעם.

אין המשל דומה לנמשל, איך האב נישט געזאגט אז מען דארף נישט האבן א הויפט גאס, איך האב גערעדט אז ענקער הויפט גאס איז פארשטאפט און פארמאכט, די קליינע אדערן זענען פארמאכט.

איך וועל דיר ברענגען א בעסערע משל.
שטעל דיך פאר אז מען קען נאר אריין גיין צו לי עוועניו דורך טעילאר סט. און אלע אנדערע גאסן זענען דעד ענדס וואס פירן נאר צו בעדפארד, און אלע געשעפטן זענען אויף לי.

נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2016 2:22 pm
דורך בלויע רעקל
געוואלדיג האט געשריבן:חוץ פון דעם וואס נישט אלעמאל מוז מען.


שיינע ענטפער. #סתם אין די וועלט אריין