בלאט 3 פון 4

נשלח: דינסטאג מערץ 22, 2016 1:13 pm
דורך ונבנתה העיר
געפילטע, מאך נישט קיין אישו פון אן אשה, כ'בענק זיך נאך דיר.

ונבנתה העיר האט געשריבן:דו ביסט אנגעקומען אביסל שפעטליך.

געפילטע איז א גאוניש'ער הומאריסט, ווען ער האט צום ערשטן מאל געפענט די טיהר פון זיין התבודדות שטיבל איז געפלאסן ליצנות ווי אין טאלנא אום תשעה באב... נאר געמיינט האט ער אז דעם קאצק'ערס דריי-הונדערט דעכער-אידן זענען זיינע הברה ווענט, אבער ווי וואס ווען, מענטשהייט האט נאר געמאכט פארשריט אין טפשות זייט ער האט זיין התבודדות שטיבל געהאט פארקלאפט.

האט געפילטע אזוי געזאגט צום פאלק: א שמייסערל וועל איך צו מיין הומאר צובינדן, מיט סארקאזאם וועל איך ענק היילן.

אבער ביז דער עולם איז צוריק-געקומען מיט באטעריען האט שוין געפילטע זיין טיהר פארזעצט מיט א ברום - הקאצק'ער צדק! נאר צו צייטן שטעלט ער זיך ביים טיהר און שיכור'ט אהן דעם נארישן הומאן מיט חמה.

כֹּה אָמַר ה' צְבָאוֹת, צוֹם הָרְבִיעִי וְצוֹם הַחֲמִישִׁי וְצוֹם הַשְּׁבִיעִי וְצוֹם הָעֲשִׂירִי ייִהְי' לְבֵית יְהוּדָה לְשָׂשׂוֹן וּלְשִׂמְחָה וּלְמֹעֲדִים טוֹבִים וְהָאֱמֶת וְהַשָּׁלוֹם אֱהָבוּ - נאר דאן וועלן אמת און שלום גיין אינאיינעם.

נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 1:05 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
פידלער האט געשריבן:[left]Because patriarchy isn't new. For the most part, we've lived in a patriarchal society since ever, and culture--the salons you talk of, art, literature, etc.--reflected that. Even today's literary canon is heavily biased in favor of men. In fact, since history is told by the dominating (or winning) side, much of what we know of the past comes to us only through the voices of men. It doesn't take much imagination to figure out which sex men will choose to write more about and how they will choose to portray themselves.[/left]

אז מען רעדט שוין איבער פאטריארכיע איז כדי אננצומערקן אז מאנכע טענה'נן אז די סיבה פארוואס פרויען ברויכן מער שלאף ווי מענער איז וויל קעמפן פאטריאריכיע מיטשעט אויס.
http://nymag.com/thecut/2016/03/study-f ... n-men.html
ואת"ל איז דאס קעפל פונעם ארטיקל נאר בדרך מליצה.

נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 1:26 am
דורך יאיר
איינער קען מיר מסביר זיין וואס איז דאס פרויען?

נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 1:45 am
דורך געפילטע פיש
יאיר האט געשריבן:איינער קען מיר מסביר זיין וואס איז דאס פרויען?

יעדע זאך וואס מענער קענען נישט גרייכן, בארעניצן, דאמינירן, ווערט אנגערופן בשם 'פרוי.' דאס מיינט דער נביא ווען ער רופט אן דאס אידיש פאלק בתולת בת ציון, בת ירושלים.

נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 2:07 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
יאיר האט געשריבן:איינער קען מיר מסביר זיין וואס איז דאס פרויען?

ווי זאגט יענער, זיי מיר קודם מסביר וואס דאס מיינט מענער דערנאך וועל איך דיר מסביר זיין וואס דאס איז פרויען.

נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 6:18 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
חמת מלא צואה ופיה מלאה דם והכל רצין אחריה

נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 8:20 am
דורך פידלער
יאיר האט געשריבן:איינער קען מיר מסביר זיין וואס איז דאס פרויען?


אז ק"ש וואלט ערלויבט בילדער פון זיי, וואלט מיר געווען גרינגער דיר עס אפ'משל'ן.

נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 8:44 am
דורך mevakesh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:חמת מלא צואה ופיה מלאה דם והכל רצין אחריה

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

דיסלייק
יא איך ווייס אז עס איז א מאמר חזל אבער ווען דו ברענגסט עס אראפ גלאט אזוי שטינקט עס

נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 9:08 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טשיל אוט. ס'איז געשריבען אינ'ם יעצטיגען גייסט. מ'מיינט נישט דיר....

נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 9:36 am
דורך פארוואס?
יאיר האט געשריבן:איינער קען מיר מסביר זיין וואס איז דאס פרויען?

קאקי חיוורי

Re: פארוואס איך טרעף זיך היינט ווייניגער אויף קאווע שטיבל

נשלח: מיטוואך מערץ 23, 2016 11:02 am
דורך דעת תורה
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:חמת מלא צואה ופיה מלאה דם והכל רצין אחריה

אויבן אויף זעהט דער מאמר אויס ווי א פרואוו צו פארעקלען דעם מאן און אביסל אפקילן די תאוה. איך מיין אבער אז עס האט א טיפערע פשט: חז"ל ווילן אונז זאגן, קוק נישט אויף א פרוי ווי אויף א **** אבזשעקט. א פרוי איז א בשר ודם, מיט סטרינגס אטעטשד, זי האט צרכים און בעגעזש, אויב דו ביסט גרייט צו הענדלען אלע אספעקטן פון די פרוי, און דאך ווילסטו מיט איר חתונה האבן און שפענדן דיין צייט אויף אירע צרכים מער ווי אויף דיינע, גאו אהעד. אז נישט, פארגעט איט.

ואולי זה הכוונה גם באשת יפת תואר, שמנוולין אותה אים צו פרובירן צי ער איז רעדי פאר די פערזאן מיט אלע מעלות און חסרונות, אין אלע מצבים, אדער עס איז נאר א צייטווייליגע תאוה.

נשלח: דאנערשטאג מערץ 24, 2016 3:56 am
דורך [NAMELESS]
יאיר האט געשריבן:איינער קען מיר מסביר זיין וואס איז דאס פרויען?

דאס איז א מין באשעפעניש, וואס ניינציג פראצענט [אין אמת'ן אריין, מער פון ניינציג פראצענט] מאל וואס דאס ווערט אראפגעברענגט אין די תורה, איז דאס בשייכות מיט סקאנדאליעזע פירונגען בעניני מאחורי הפרגוד, ובפרט נאך די פרשנות פון חז"ל.

א קליינע רשימה'לע, נאר פון ספר בראשית:
חוה ועץ הדעת.
שרה ופרעה.
שרה ואבימלך.
שרה ועוג.
בנות לוט.
ראובן ובלהה.
יוסף ואשת פוטיפר.
יהודה ותמר.

ווער רעדט נאך פון נ"ך, איי, נאך א מזל ס'איז פון די כתבי קודש, אניש וואלטן געוויסע מעשיות גע'אסר'ט געווארן אלס ספרי חשק...

בעצם פארלאנגט דאס א אפהאנדלונג פאר זיך, ואולי יבוא יומו.

נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2016 7:08 pm
דורך וואלווי
יאיר האט געשריבן:איינער קען מיר מסביר זיין וואס איז דאס פרויען?

Re: פארוואס איך טרעף זיך היינט ווייניגער אויף קאווע שטיבל

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2016 5:16 pm
דורך טאמבל סאס
עקסעפט, אלץ וואס טראגט די קעפל פון די דעילי מעיל זאגן מבינים ברויך מען נעמען מיט א שפרענקעלע זאלץ.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

Re: פארוואס איך טרעף זיך היינט ווייניגער אויף קאווע שטיבל

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2016 7:00 pm
דורך טאמבל סאס
עס האבענדיג יעצט געלייענט, פארשטיי איך נישט די גדולה. אוודאי אז סאיז נישטא פרויען איז נישטא וועמען צו אסאלטען. און מחוץ לקלוב, אידאך שוין נישט קיין ראיה אז די קלוב אינקלוסיוויטי איז דער גורם?!

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יוני 24, 2020 10:53 pm
דורך מונטסורי
איך האב מיר דערמאנט פון דעם אשכול ליינענדיג אילה פעדער׳ס פאלגענדע עקסערפט אויף קאווע שטיבל אין ״באהאלטענע אפיקורסים״ (אינם אנדערן אשכול האב איך מגיב געווען איבערן בוך אבער איך האב נישט געוואלט פארדרייען די נושא דארט):
סיי ווער קען זיך איינשרייבען אין ק״ש, אבער זיי דארפען האבן א מענערישע יוזערנעים און אוועטאר, און רוב שרייבען אין אידיש. ווען א פרוי וואס איך קען האט געשריבען אין ענגליש מיט א פעמינישע פסעוודאנים, האט אן אקטיווע מעמבער איר געשריבען אין פארגעשלאגען אז זי זאל נוצן א מענערישע יוזערנעים און שרייבען אין אידיש, אזוי אז יעדער זאל איר פארשטיין.

שפעטער נאכן מצטט זיין א וועקער ריוויוער אויף עמעזאן וואס פילט אז אידיש אז ווי פון פריש געבוירן מיטן וועקער און קאווע שטיבעל, שרייבט פראפעסער פעדער:
איך וואלט צוגעלייגט אז די שפראך איז אפשר ״פריש געבוירן״ אבער נאר פאר מענער וואס קענען פליסיג ליינען און שרייבען א חסידישן אידיש״.

איך פארשטיי אז די נושא איז שוין אויסגעדראשען דא, אבער עס איז שוין אריבער פיר יאר און חזרה שאדט נישט - האט מיין מגיד שיעור געזאגט - ספעציעל ווען פאר מיר איז גאנץ קלאר אז די תועלת וואס די צד בעד א געמיינזאמע פלאץ פאר מענער און פרויען שטעלט פאר, וועגט איבער די פארשידענארטיגע טענות כנגד.

מיר קענען ליידער נישט באקוועמער מאכן פרויען מיט די אידיש פון קאווע שטיבל אבער מיר קענען זיי יא ארויסהעלפען אויב איינע באשלוסט צו פארברענגען דא טראץ די שפראך אפהאלט. אפשר קענען מיר אנקוקן די איצטיגע פרויען מעמבערס ווי אזא בדיעבד'יגע מבחן, האט זיך דאס אזוי שלעכט אויסגעארבעט? איך קלער אז נישט! אלזא פארוואס נישט נעמען א טריט׳עלע ווייטער און לאזן א פרוי זיך אידענטיפיצירן אלץ דינה רות אדער ברוריה.

יא, עס קען אפשר ברענגען צו סעקסועלע טשעפערייען, דאס איז א פראבלעם וואס מען דארף זיך באנעמען אזויווי סיי וועלעכע ווירטואלע טראלעריי, אבער צו פארבאטען פרויען ניקים איז בערך אזוי מסתבר ווי שערן אירע האר אדער גאר אפהאקען די ברוסטען ווי יענער האט פארגעשלאגען.

עס איז איראניש ווי די גאנצע דעבאטע דא איבער ״באשוצן״ פרויען פון סעקסועלע טשעפערייען ווערט געפירט דורך א גרופע מענער, קענען מיר האבן אביסל פעמינישע פערספעקטיוו דא, ביטע?

לדעתי וואלט אפילו די פארום פירערשאפט געדארפט באשטיין פון אמווייניגסטענס איין פרוי ארויסצוהעלפען מיט די טעגליכע פירערשאפט, איך בין זיכער אז זי וואלט אסאך צוגעגעבען צו אקלימאטעזירן פרישע פרויען מעמבערס און באמערקען סיי וואספארא אומ׳יושר׳דיגע התנהגות כלפם, אויב דאס העלפט און די נומערן פון פרויען דאהי פארמערן זיך דארף דאס רעפרעזענטירט ווערן פראצענטועל אין די פירערשאפט אויך.

לאמיר דאס טון אפילו בלויז פאר ״סעלפישע״ סיבות, לאמיר טראכטען וויפיל שענער און רייכער ״אונזער״ פארום וואלט געווען מיט א באדייטענדע צאל פרויען מגיבים? וויפיל מער אקטיוו וואלט געווען דא? וויפיל מער פערספעקטיוו וואלט דאס צוגעגעבען צו יעדע סארט שמועס? וויפיל מער [tag]בת קול[/tag]׳ס וואלטען מיר געהאט דא? ווי איינזייטיג און פארמאכט זענען מיר איצט ווען בלויז מענער זענען מגיב צו מענער און זענען מאדערעיטעד דורך מענער?

גראדעמעכעלע האט געשריבן:די אלע יש ליישב בדוחק'ס און ווייטגרייכענדע גזירות און חששות איז אפשר נוצבאר ווען מען זוכט צו פארענטפערן פארוואס הלכה דיסקרימינירט קעגן פרויען וכדומה, ווען מען האנדלט פון א זאך ואס איז בידנו צו טוישן איז נישט אויסגעהאלטן זיך צו באגראבן מיט אזעלכע טענות,
האט מען עס פרובירט און עס האט נישט געארבעט? @געפילטע איז מעיד אז עס קען יא ארבעטן, אפשר איז ער גערעכט?

אפשר טאקע?

נשלח: מיטוואך יוני 24, 2020 11:15 pm
דורך סדרן
די הנהלה פרובירט צו זיין מער טאלעראנט איבער פרויען ניקים, ובת קול יוכיח. ווען א זאך איז נישט בולט'דיג דער נאמען פון א פרוי ווי פריידי אדער גיטי וועט מען עס דורכלאזן.
דער עיקר פראבלעם איז, אז רוב צי אפשר כמעט אלע וואס האבן זיך שוין פרובירט איינצושרייבן אלס פרויען (כולל איינער דעם חודש) זענען אין מערסטנס פעלער סתם טראלס וואס שפילן פרוי.

נשלח: מיטוואך יוני 24, 2020 11:36 pm
דורך בת קול
איך בין דורך געגאנגען אלע ניקים וואס אידענטיפיצירן זיך אלץ פרויען, און איך זעה נישט קיין איינס זאל זיין א טראל.

[tag]gittygross2[/tag]
[tag]אשת חיל[/tag]
[tag]דבֿורה קאָסמאַן[/tag]

איך גלייב נישט דו מיינסט מיר, ווען איך האלט ביי כמעט 600 תגובות.

גראדע איז געווען ביי מיר פארקערט, איך האב זיך נישט געשפירט באקוועם ארויסצוגעבן אלץ א פרוי פאר א שטיק צייט.

נשלח: מיטוואך יוני 24, 2020 11:51 pm
דורך אברך משי
בת קול האט געשריבן:
איך גלייב נישט דו מיינסט מיר, ווען איך האלט ביי כמעט 600 תגובות.



בת קול טייערע, איך מיין נישט צו טשעפענען ח"ו, אבער סאיז א שאד דיין פלאג. איך ווייס נישט אויב ס'דא נאך איינער אויסער דו אליין וואס מיינט טאקע אז דו ביסט א פרוי. יא, כ'ווייס דו גייסט יעצט שפילן באליידיגט אז מ'גלייבט דיר נישט און דו ביסט עעעעכט א פרוי, ניין, טאקע עכט עכט!. אבער לצערך הרב, ווערן אלטע תגובות נישט פארמעקט, און אין דיינע בראשית יארן ווען ביסט נאכנישט אויפגעקומען מיט די געדאנק פון זיין א בת-קול כפשוטה, האסטו זיך באנומען מיט אלע מענערישע ענינים כאחד הגברים, האסט שיין באנומען און באשריבן מושגים וואס קיין איין פרוי אין אונזערע קרייזן פארשטייט (יא, כ'פארשטיי האסט דיך געוואלט מאכן ווי א מאן, להוציא מלבן של זכרים) איך וויל נישט אטאקירן ח"ו, כ'האב דיר זייער ליב, דו שיינסט צו זיין נישט א קליינע בעל כשרון, און איך האב אפילו הנאה פון דיין עקשנות-הקשה-כנקבה אנצוגיין מיט דיין שפיל. פאר דעם אליין קומט דיר קרעדיט און ביסט ווערד א מעדאל. עלה והצלח חזק ואמץ!

Re: פארוואס איך טרעף זיך היינט ווייניגער אויף קאווע שטיבל

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2020 1:20 am
דורך פאליטיקאנט
@אברך משי ליין די פאעזיע פון @בת קול אין דעם אשכול, וועסטו טוישן דיין מיינונג

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2020 8:03 am
דורך מונטסורי
סדרן האט געשריבן:די הנהלה פרובירט צו זיין מער טאלעראנט איבער פרויען ניקים, ובת קול יוכיח. ווען א זאך איז נישט בולט'דיג דער נאמען פון א פרוי ווי פריידי אדער גיטי וועט מען עס דורכלאזן.
דער עיקר פראבלעם איז, אז רוב צי אפשר כמעט אלע וואס האבן זיך שוין פרובירט איינצושרייבן אלס פרויען (כולל איינער דעם חודש) זענען אין מערסטנס פעלער סתם טראלס וואס שפילן פרוי.

ש'כח פארן ריספאנדען, ס'גוט צו הערן פון די הנהלה. ארומזיכענדיג אויבנאויף קען איך טאקע נישט טרעפען אזא תקנה איבער פרויען ניקים, איז דאס קיינמאל נישט געווען אין די תקנות אדער האט מען עס אזוי שטילערהייט באזייטיגט?

אויב איך מעג פרעגן וויאזוי באשלוסט מען אויב איינער איז א טראל וואס שפילט פרוי? כ'הייב אן צו האבן חשק זיך איינצושרייבען אלץ א פרוי צו פארשטיין די פראסעס בעסער ;)

-----

[tag]אברך משי[/tag] זייער נישט שיין פון דיר. אויב די מיינסט נישט צו טשעפענען און ווילסט נישט אטאקירן, דאן בלייב שטיל.

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2020 10:05 am
דורך הוגה
סדרן האט געשריבן:די הנהלה פרובירט צו זיין מער טאלעראנט איבער פרויען ניקים, ובת קול יוכיח. ווען א זאך איז נישט בולט'דיג דער נאמען פון א פרוי ווי פריידי אדער גיטי וועט מען עס דורכלאזן.
דער עיקר פראבלעם איז, אז רוב צי אפשר כמעט אלע וואס האבן זיך שוין פרובירט איינצושרייבן אלס פרויען (כולל איינער דעם חודש) זענען אין מערסטנס פעלער סתם טראלס וואס שפילן פרוי.


איך האלט גראדע אז די הנהלה נעמט א "געזונטע" ליניע אין דער נושא. איך האלט אויך אז קלוגע פרויען וואלטן אויך מסכים געווען דערצו. אבער נאך אלעם זענען מיר ביידע מענער. פארוואס זאלן מיר זיך "פארשטעלן" ווי איידער זיי ריכטיג empower'ן צו מאכן די באשלוס פאר זיך אליינס?

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:03 am
דורך מונטסורי
איך טראכט בדרך אפשר אז אויב פרויען מעמבערס ווערן נאר אקצעפטירט דא אזוי בדרך לא דרך און איינע וואס אידענטיפיצירט זיך אלץ א פרוי ביים איינשרייבען גייט אריבער אביסל א באזונדערע אונטערזוכונג, זאל מען אויך טון עפעס זיי צו באקוועם מאכן זיך איינצושרייבען. למשל מען קען קלארשטעלן אין די תקנות פונם פארום אז מענער און פרויען זענען זייער וועלקאם אבער די הנהלה וועט פארזיכטיג באטראכטען נייע פרויען ניקים בכדי צו פארמיידן פרעטענדירנדע מענער צו טראלן אלץ פרויען.

וויאזוי אימער פיל איך אז די שמועס דא איז לוקה בחסר ווילאנג די איינציגע אקטיווע פרוי ווערט פארשטילט נאך איין תגובה.