בלאט 3 פון 3

Re: האם מותר להתחבק עם נשים מפני דרכי שלום

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 7:16 pm
דורך יהושע חיים
גרויסע מענטשעלע האט געשריבן:די שאלה ווענדט זיך אויב על פי תורה הייסט ער ווי א זכר אדער א נקיבה.

עס האט נישט מיט זכר אדער נקיבה נאר מיט הירורים (אולי ביי נגיעה של חיבה וועט זיין אנדערש)

Sent from my Fire Phone using Tapatalk

Re: האם מותר להתחבק עם נשים מפני דרכי שלום

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 8:00 pm
דורך גראף
איך אויך האט געשריבן:א רגע נאר ,מען רעדט דא פון די אייגענע ווייב אדער א פרעמדע?

שלום עליכם!!!!!!!

נשלח: זונטאג אפריל 10, 2016 8:43 pm
דורך איך אויך
עליכם שלום אייער מאיסטעט.

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2016 8:53 am
דורך כלבאשבוע
ליצמאן געבט נישט די הענט פאר פראנצויזישע מיניסטער:
https://translate.googleusercontent.com ... 81900.html

http://m.ynet.co.il/Articles/4790964

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2016 10:15 am
דורך ירח בן יומו
שיין צו זעהן אז אין די קאמענסט פון די פרייע סייט (רובם) גייט מען צו צו די זאך אזוי שיין און מיט פארשטאנד און מ'נעמט זיך אן פאר ליצמאן. אשריכם ישראל

נשלח: מיטוואך אפריל 13, 2016 3:16 pm
דורך מור וקציעה
כלבאשבוע האט געשריבן:ליצמאן געבט נישט די הענט פאר פראנצויזישע מיניסטער:
https://translate.googleusercontent.com ... 81900.html

http://m.ynet.co.il/Articles/4790964

סיפור לחיצת היד מעורר סערה בצרפת על רקע העובדה שבמדינה מקפידים מאוד על הפרדה בין דת למדינה. עם זאת, בקהילה היהודית בצרפת הסבירו שליצמן לא התכוון לפגוע בשרה. בעיתון הקהילה בצרפת Joods Actueel דווח כי התנהגותו של ליצמן בסך הכול "שיקפה תפיסה מסוימת לגבי יחסים בין המינים ששומרת באדיקות על הפרדה פיזית בין גבר לבין אישה מחוץ לנישואים".

באתר החדשות הצרפתי "20 דקות" הזכירו שאין זו הפעם הראשונה שליצמן לא לוחץ יד לשרה. פעם נוספת, על פי הדיווח באתר, הייתה ב-2012, אז סירב ללחוץ את ידה של שרת הבריאות הבלגית לורט אונקלינקס, אך היא דווקא כעסה על התנהגותו ואמרה שנפגעה ממנו קשות.

אלא שהסירוב של ליצמן ללחוץ יד לשרת הבריאות של צרפת לא היה הדבר היחיד שהסעיר את הצרפתים
. בביקור גומלין של שר הבריאות הישראלי בצרפת, שבוע לאחר תקרית לחיצת היד, כך מדווח העיתון L'Express, הגיע ליצמן לביקור באסיפה הלאומית בפריז בליווי חבר הפרלמנט הצרפתי-ישראלי מאיר חביב, ולא הסיר את מגבעתו כפי שמחייבים חוקי המקום.

כזכור, בצרפת חל איסור לחבוש כיסוי ראש דתי במקומות ציבוריים - שוב, כחלק מקידוש העיקרון של הפרדה בין דת למדינה ומאופייה החילוני של המדינה. האיסור המקומי תופס ללבוש איסלאמי וכן ללבוש יהודי.

http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-4790964,00.html

יעדער ווייסט דאך די אנגעצויגענע שווערע באציאונגען צווישען מדינת ישראל מיט איר געוועזענע גרעסטע שטיצער פראנקרייך וואס פלעגט איר סופלייען מיט אלע סארט מיליטערישע סופליי, במשך די אלע יארען וואס אמעריקע האט אנגעהאלטען א מיליטערישע עמבארגא אויף ישראל

פראנקרייך איז אויף די יו ען סעקיוריטי קאונסול אין שטעלט די טאן אין די אי יו,
פאר ווער עס ווייסט נישט, די אי יו לייגט לעצטענס ארויף מער און מער שווערע סאנקציעס אויף סיי וועלכע פירמע וואס טוט ביזנעס אין די שטחים, לדוגמה, א פירמע וואס פארקויפט אייער אדער פלייש און נעמט אייער פון פארמער אין די שטחים קען נישט באקומען קיין הלוואה פון אייראפאישע בענק און קען נישט פארקויפן זייערער פראדוקטען אין אייראפע,

די אי יו איז מדינת ישראל'ס גרעסטע טרעידינג פארטנער און רוב ארבעט פון משרד החוץ אין אייראפע איז אויף אנצוהאלטען די עקאנאמישע באצואינגען וואס איז אין געפאר [טייל איירפעאישע לענדער לייגן גרויס לחץ אז די אי יו זאל באיאקטירען אפילו פירמעס וואס זענען נישט דירעקט אינוואלווד מיט די שטחים ווי למשל ישראל'דיגע בענק וואס בארגען פאר מתנחלישע פירמעס וכדומה]

די דיפלאמאטישע סטראטעגיע פון ישראל איז אנצוקניפען נאענטע באצואינגען מיט א קאבינעט מיטגלידער דא און א הויעכראנקיגע דיפלאמאט דארט, אזוי אז ווען די קאבינעט אדער פארלאמענט דעבאטירט פאליסי איבער מדינת ישראל זאל דארט זיין איינער מיט א מער סימפאטישע בליק צו מדינת ישראל, אסאך מאל איז דווקא גרינגער אנצוקניפען מיט א קאבינעט מיטגלידער וואס איז נישט אינוואלווד מיט אויסערען פאליטיק אדער זיכערהייט אנלעגענהייטן, ווייל זיי האבען נישט קיין דירעקטע דרוק מצד די מוסולמענער וועלט וכו'

די סטראטעגיע האט זיך שוין אויסגעצאלט מיט גוטע רעזולטאטען כמה פעמים,
לדוגמה קטנה, די לעצטע וואוט איבער פרישע סאנקציעס אויף די שטחים אין אי יו פארלאמענט איז שטארק פארוואסערט געווארען ווען די עקסטרעים רעכטע פוילן אין די עקסטרעים לינקע גריכלאנד האבען זיך קעגענגעשטעלט די 28 לענדער און פארמיטען די סאנקציעס, כן יעזור ה' הלאה

גראדע ליגט יעצט אויפן טיש פון דע מיניסטארשע -וואס דער שר הבריאות ליצמן האט זיך אנטזאגט צו געבען דאס האנט- א גאר וויכטיגע קריטישע באשלוס איבער די סמכות פון די ישראל'ישע וועטרענירונג און העלט דעפארטמענט אין די שטחים, א באשלוס וואס קען קאסטען די עקאנאמיע הונדרעטער מיליאנען,

מרעדט דא פון עכטע צרכי רבים וואס מטאר נישט נעמען לייכט

אבער זאל זיין אזוי, נניח אז יענקל ליצמן איז גערעכט מיטן נישט געבען די האנט, פארוואס האט ער נישט אויסגעטון זיין הוט און געמוזט טרעטען אויף די אורטיגע פראנצוזישע געזצען, עס ווייזט אויף קאנטעמפט, וואס ברענגט נישט קיין סימפאטיע אין א צייט וואס מיר דארפען עס זייער וויכטיג,

די פראנצוזישע דיפלאמאטען למשל טוען אן א קאפעל ביים באזוכען א יודישע שול אדער יד ושם

איבעריג צו זאגען, אז איך בארעכטיג נישט קיין פראנצוזישע איינזייטיגקייט וואס קען זיך טיילמאל גרעניצען מיט אנטעסמעטיזם, איך רעד יעצט פון א פראגמאטישען ווינקעל

Re: האם מותר להתחבק עם נשים מפני דרכי שלום

נשלח: דינסטאג אפריל 19, 2016 11:34 am
דורך מארמאראשער
דא רעדט מען פון געבן די הענט אבער מענין לענין באותו ענין שמעתי ממורי ורבי הגרמ"מ טירנויער שליט"א אז די תלמידי הישיבה זאלן נישט פרומעצן ווען מען פארט דורך די גרעניץ און מקומט אן צו א פרוי נאר מען זאל איבערגעבן די פאפירן און די האנט און נישט אוועקקוקן

Sent from my SM-G900V using Tapatalk

Re: האם מותר להתחבק עם נשים מפני דרכי שלום

נשלח: זונטאג אפריל 28, 2019 7:06 pm
דורך מי אני
קל וחומר האט געשריבן:אי דמי עליך כי כשורא בעלמא שרי


IMG_4421.jpg


אין שו״ת משנה הלכות ח״ו סימן רכג.

IMG_4422.jpg


און דאס איז אין שו״ת באר משה ח״ד סימן ו. דארט איז ער מתיר לכתחילה צו סתם אזוי איבערגעבן זאכן פאר א פרוי מיד ליד, נאר נישט לחיצת יד.


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 12:26 am
דורך מור וקציעה
איך האב נישט יעצט איבערגעקוקט די פריערדיקע תגובות צו זעהן אויב סאיז שוין ארויסגעברענגט געווארען אז כבר נהגו רבותינו בעלי השו"ע להקל הרבה יותר מזה


עיין בשו"ע אבהע"ז סימן כא סעיף ה
וז"ל

אסור להשתמש באשה כלל, בין גדולה בין קטנה, בין שפחה בין משוחררת, שמא יבא לידי הרהור עבירה. באיזה שימוש אמרו? ברחיצת פניו ידיו ורגליו, אפילו ליצוק לו מים לרחוץ פניו ידיו ורגליו אפילו אינה נוגעת בו, והצעת המיטה בפניו ומזיגת הכוס.

הגה: ויש אומרים דהוא הדין באכילה עמה בקערה נמי אסור בכל ערוה כמו באשתו נדה (בנימין זאב סימן קמ"ג). ויש מקילין בכל אלו, דלא אסרו דברים של חיבה רק באשתו נדה (רשב"א אלף קמ"ח). ויש אומרים דכל זה אינו אסור רק במקום ייחוד, אבל במקום שרוב בני אדם מצויים כגון במרחץ, מותר לרחוץ מעובדות כוכבים שפחות, וכן נוהגים (מרדכי פ' אע"פ בשם הר"ש בר ברוך). ויש אומרים דכל שאינו עושה דרך חיבה, רק כוונתו לשם שמים, מותר. לכן נהגו להקל בדברים אלו



ובבית שמואל שם

(יא) רק כוונתו לשם שמים: לעשות נחת לאביה ולאמה וכה"ג ומזה נהגו לרקד עם הכלה לחבבה על החתן או לכבוד אביה ות"ח ראוי להחמיר רש"ל וב"ח כתב במלכותינו נהגו להקל דלא נהוג אסור, ומשמע מתוס' כל שאין כוונתו לשם חיבה אלא לשם שמים מותר:



אין ב"ח ווערט דארט געברענגט די לשון המרדכי וז"ל מותרת לרחוץ אותנו במרחץ ע"כ

אז מקוקט אריין זעהט מען קלאר אז מרעדט פון נשים וואס פלעגען וואשען מענער בנגיעה וכשהוא ערום אזוי אויך אז מפלעגט טאנצען מיט די כלה במדינותינו , די רמ"א און אנדערע דארט (דרישה בית שמואל) זאגען אז דאס איז געוועהן די מנהג , די רמ"א אין דרכי משה שרייבט אזוי האב איך געזעהן די מנהג, אז מפלעגט זיך וואשען אין בית המרחץ דורך פרויען


אוודאי, די ב"י איז חולק אויפן מרדכי ויש מקום לנהוג כוותייהו במקום שאין חשש איבה וכדומה
אבער געבען די האנט איז אסאך גרינגער פון דעם ווי מרעדט כלל נישט פון קיין דרך חיבה , מרעדט פון בעיסיק מענטשליכקייט

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 2:01 am
דורך לבי ובשרי
שם האשכול איז 'להתחבק' און דערווייל רעדט מען דא נאר פון געבן א דריק אין האנט.

האם מותר להתחבק עם נשים מפני דרכי שלום

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 8:03 am
דורך מי אני
דער באר משה (אין ח״ד) סימן קל חזר׳ט נאכאמאל איבער לאיסור. ער איז אבער אויך מתיר, אין סימן קלד, סתם איבערצוגעבן זאכן פון און צו א פרוי מיד ליד.

רעדענדיג איבער לרקוד עם הכלה איז מערקווירדיג אז דארט אין סימנים קלב און קלג איז ער נאר מתיר פאר א טאטע איר אנצוכאפן ביי די הענט און נישט פאר א זיידע. ער איז סתם אזוי מער נוטה להחמיר אין די ענינים להמעיין בתשובותיו. (אין סימן קיד דארט אסר׳ט ער צו העלפן אנטוהן א מאנטל פאר א פרוי ע״ש.)


Sent from my iPhone using Tapatalk

נשלח: מאנטאג אפריל 29, 2019 9:24 am
דורך זאפטיג
לבי ובשרי האט געשריבן:שם האשכול איז 'להתחבק' און דערווייל רעדט מען דא נאר פון געבן א דריק אין האנט.


און זיך וואשן דורך א פרוי...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2020 12:02 am
דורך כרם זית
סאו וואט האט געשריבן:איך האב געהאט דער שאלה לעצטענס, ווען א זכר איז געווארן א נקיבה, געטוישט זיין דזשענדער. און שטרעקט מיר אויס זיין האנט.
זיי זענען זייער סענסעטיו, און לגבי דער שטאט האבען זיי רעכטן, נישט געוואוסט וואס צו טוען. למעשה האב איך זיך אויסגעדרייט.
אבער ס'איז מיר נולד געווארן שאלה, צו ס'איז לכתחילה מותר. אדער בדיעבד אסור?


געהערט האב איך אמאל פון א ת''ח וועלכע הרב זילבערשטיין שליט''א האט אים געפסקנט אז עס גייט נישט אן קיין יחוד מיט זיי, ולכאורה ה''ה לנידן דידן.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 07, 2020 11:03 am
דורך קול קורא
הגאון ר' שמואל ניימאן שליט"א וועלכע איז א ריזן גאון און נישט באקאנט מיט איבריגע חומרות וכדו' איז שטארק מחמיר אויף דעם אין זיין באקאנע ספר "יצא אדם לפעלו" (וואס איז איבערגעטייטש געווארן אויף ענגליש צו "nine to five" אין איז איינער פון די שטערקסטע ספרים אין די נושא פון הלכות בנוגע ארבעטן אין offices ועניני יחוד וואס ווערט היינט געלערנט אין אלע schools און איז גראדע שטארק מומלץ פאר יעדער וואס ארבעט אין עולם המסר צו קויפן, עם איז א קליין קונטרס'ל מיט א ליייכטע שפראך וואס יעדער איינער קען האבן א תועלת פון דורכליינען)

נשלח: זונטאג אוגוסט 09, 2020 2:26 pm
דורך כרם זית
א חשוב'ע מראה מקום אין די נושא איז די ספר החזיונות פון ר''ח ויטל. דארט דערציילט דער קדוש ר''ח ויטל אז ווען ער האט זיך געטראפן מיט די יודישע מכשפה און פארויסזעערין פרנסיזה שרה, איז ער געפאלן צו די ערד קישנדיג אירע פיס.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:04 pm
דורך מי אני
6C402685-04E2-4385-8BA1-DE3A95D8E572.jpeg

בספר לדוד צבי.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 14, 2022 1:39 pm
דורך berlbalaguleh
ויש לתרץ: אז ס'איז געקומען קאוויד 19 מיט אלע זיינע/איהרע וואריאנטן און האט שוין אלעס פארענטפערט. ס'איז שוין נישט דא קיין התחבקות. און אויך מכח העשטעג. וד"ל. אזוי ווי מיין רבי שליט"א פלעגט אייביג זאגן..."ווער ס'פארשטייט, פארשטייט"...!