בלאט 3 פון 4

נשלח: מיטוואך יאנואר 02, 2019 11:53 pm
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן::lol: :lol: :lol: .sleeveless hoodie


גוט פאר א האלד אפ און מיטען זומער...

Re: לאל

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 1:05 am
דורך זיידי באם
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:[emoji38] [emoji38] [emoji38] .sleeveless hoodie
וואס פונקטליך איז די פראבלעם דערמיט?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 8:48 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך האב אלץ געמיינט אז א האדי איז געמאכט פאר ווען מ'איז קאלט, כנראה טעיתי...

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 10:48 pm
דורך רביה''ק זי''ע

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 03, 2019 10:51 pm
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:הוי"ה בן הוי"ה.


סאו, הוי"ה איז געשטארבן פון פראסטעיט קענסער.. !

sounds cool repeat it to yourself a few times

נשלח: זונטאג פעברואר 10, 2019 7:16 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פארוואס איז די יוטיוב געבלאקט? נישט געוואוסט אז מענטשן היינט צוטאגס טראגן נאך אזעלכע דאגות.

נשלח: מאנטאג פעברואר 11, 2019 1:13 am
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פארוואס איז די יוטיוב געבלאקט? נישט געוואוסט אז מענטשן היינט צוטאגס טראגן נאך אזעלכע דאגות.


לאמיך פרובירן, אפשר ווייל ס'איז כפירה און עס לייקענט אין גילגולים?....

Der mentch lebt einmahl nar

אבער ער גלייבט אין השארת הנפש

Hab kein eltern mer
Sie sind shon langst bie gott

אפשר איז ער אביסל צומישט און ברויך חיזוק אין אמונה...

שטוינענדע אויפדעקונג!!!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 1:59 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שוין צענדליגער יארן וואס מ'מוטשעט זיך פשט פארוואס מ'טרעפט נישט דעם מגילת אסתר צווישן די מגילות קומראן, גאנצעטע מאמרים און בלעטער זענען שוין אנגעפירקלט געווארן איבער דעם, זה אומר בכה וזה אומר בכה. געוויסע טענה'ן אז די מעשה פון פורים איז א שפעטערדיגע אויפטרעף, אנדערע זאגן אז די איסיים האבן געלייקנט די גאנצע מעשה ווייל ס'האט נישט געשטימט מיט זייער אגענדע, אנדערע שטעלן דאס צו צום פאקט אז לויט זייער לוח השנה איז פורים אלץ אויסגעפאלן שבת, אבער וואס באמת איז פארגעגאנגען דארט ווייסט קיינער נישט.

און יעצט צום שטוינענדע אויפדעקונג וועלכע האט אויפגעטרייסלט די גאנצע ארכיאלאגישע און אידישע וועלט.

https://thetorah.com/newly-deciphered-q ... wMV6nhekw0

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 2:53 pm
דורך ונבנתה העיר
אה, ס'איז נאך יא דא בעלי כשרון...

עד מתי עשנת בתפלת עמיך, הא [tag]וואלווי[/tag]?...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 3:16 pm
דורך וואלווי
ונבנתה העיר האט געשריבן:אה, ס'איז נאך יא דא בעלי כשרון...

עד מתי עשנת בתפלת עמיך, הא [tag]וואלווי[/tag]?...


רוב מענטשן זענען צו סיריעס נעבעך. דאס ערפינונג איז געווען א מתנת חינם. מ'דארף זיך לערנען צו יוטילייזן אפארטוניטיס...

נשלח: דאנערשטאג מערץ 14, 2019 7:27 pm
דורך רביה''ק זי''ע
וואלווי האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פארוואס איז די יוטיוב געבלאקט? נישט געוואוסט אז מענטשן היינט צוטאגס טראגן נאך אזעלכע דאגות.


לאמיך פרובירן.


נאך אפאר מאל איבער הערן, האבן איך געכאפט אז דער ענטפער שטייט גראד קעגן מיין נאז, ס'האט א האקנקרייץ... והא ראיה, אלע אנדערע לידער פון יענע טשאנאל האבן האקנקרייצן און זיי זענען אלע געבלאקט.

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 12:19 pm
דורך רביה''ק זי''ע

נשלח: מוצ"ש דעצעמבער 21, 2019 7:45 pm
דורך רביה''ק זי''ע

נשלח: זונטאג דעצעמבער 22, 2019 12:00 am
דורך לבי ובשרי
"ווי האט מען אמאהל געזעהן היימישע אינגעלייט טרינקען קאוק? דערנאך שעמט מען זיך שוין נישט צו קייען gum, מען איז מעלה גירה, דאן איז א וואונדער אז אינגעלייט פארן נאכדעם מיט בייקס."

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9&start=25

עס ווערט געזוכט א בעל שם, צדיק, וכדומה...

נשלח: זונטאג אפריל 26, 2020 4:27 pm
דורך הדסים
macherUSA.PNG

Re: פעסווארד מענעדשער - Password Manager

נשלח: מיטוואך אפריל 29, 2020 1:07 am
דורך פאליטיקאנט
איבערראשענדע בילד צייגט ווי קליין הייפל טוט געווינען קעגן אזויגערופענע מעכטיגע מדינה....בילד

Re: לאל

נשלח: זונטאג מאי 10, 2020 10:50 pm
דורך החוקר
האט מען שוין אויספראבירט צו קראכן אלע סארטן עסן צו זען אויב עס ווערט בעסער אדער איז מען שטעקן געבליבן ביי ווייץ און קארן?

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2020 2:53 pm
דורך berlbalaguleh
לבי ובשרי האט געשריבן:"ווי האט מען אמאהל געזעהן היימישע אינגעלייט טרינקען קאוק? דערנאך שעמט מען זיך שוין נישט צו קייען gum, מען איז מעלה גירה, דאן איז א וואונדער אז אינגעלייט פארן נאכדעם מיט בייקס."

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9&start=25

און זיי (נישט אונז, ח"ו) גייען מדחי אל דחי, רח"ל מהאי דעתא. און זיי גייען שוין אויף די גאס אין די הייסע זומער טעג מיט די יארמולקע און העמד. נישט מיט דעם הוט,רעקל און וועסטל. און וואלענע טלית קטן..! און אז מ'האלט שוין דארט. איז שוין נישט ווייט פון באנוצן זיך מיט אומ-געפילטערטע סמארט פאונס. און לאנגע פאנדיאלאוס. און געפאסטע קליידער. און פארן מיט שייגעץ בייקס. און שיקסע בייקס, רח"ל כבר אמרנו. דאס אלעס קומט ארויס ווייל מ'טראגט מיט דעם (טמא'נע) עירוב...! שיער פארגעסן. לאנגע שייטלעך. און רויטע טורבאנס און סנאאדס...!

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2020 3:13 pm
דורך berlbalaguleh
לבי ובשרי: היי. כ'האב דיך געזעהן אויף איי-וועלט...!

נקודה'לע פון איי-וועלט זאגט אז ער איז מסופק אין א געוויסע מאמר פון די אלטע סקווירא רבי זי"ע וואס האט געזאגט ווען ער האט געוואוינט אין וומסב"ג אז די סאטמאר'ע רבי זי"ע האט שוין מטהר געווען די אוויר פון אמעריקע פון וויליאמסבורג...ער טענה'ט אז דאס איז נישט געווען די סקווירא רבי'ס שפראך... זאג איך אז דאס איז נישט געווען זיין פאליטיק אויכעט. ווייל כידוע איז ער דאך אנטלאפן פון וויליאמסבורג קיין סקווירא/ספרינג וואלי וועגן רדיפות פון סאטמאר...!

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2020 3:28 pm
דורך cictim
berlbalaguleh האט געשריבן:
לבי ובשרי האט געשריבן:"ווי האט מען אמאהל געזעהן היימישע אינגעלייט טרינקען קאוק? דערנאך שעמט מען זיך שוין נישט צו קייען gum, מען איז מעלה גירה, דאן איז א וואונדער אז אינגעלייט פארן נאכדעם מיט בייקס."

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 9&start=25

און זיי (נישט אונז, ח"ו) גייען מדחי אל דחי, רח"ל מהאי דעתא. און זיי גייען שוין אויף די גאס אין די הייסע זומער טעג מיט די יארמולקע און העמד. נישט מיט דעם הוט,רעקל און וועסטל. און וואלענע טלית קטן..! און אז מ'האלט שוין דארט. איז שוין נישט ווייט פון באנוצן זיך מיט אומ-געפילטערטע סמארט פאונס. און לאנגע פאנדיאלאוס. און געפאסטע קליידער. און פארן מיט שייגעץ בייקס. און שיקסע בייקס, רח"ל כבר אמרנו. דאס אלעס קומט ארויס ווייל מ'טראגט מיט דעם (טמא'נע) עירוב...! שיער פארגעסן. לאנגע שייטלעך. און רויטע טורבאנס און סנאאדס...!


אזוי זעהט אויס די חינוך no priorities - כפירה מיט מנהגים איז איין גרויסע מישמאש, נאכדעם איז נישט קיין וואונדער אז אין די אשכול ברענגען אפאר ניקס כפירה ממש - ער איז דאך עפעס אן אויפגעקלערטער...

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2020 7:48 pm
דורך berlbalaguleh
סיקטים: ווייז מיר איין ווארט כפירה אין מיינע פאוסטס. דו פארשטייסט אליינס אז די גאנצע פאוסט איז געשריבן געווארן בלשון ..."טאנג אין טשיעק"...! און די אלע אויסגערעכנטע זאכן גייען אן לשיטתם. פון אזוי גערופענע..."פרומע"...! וועלכע מישן אויס מנהגים מיט איסורי דרבנן און איסורי דאורייתא.

איך לייג נאר אראפ א פארטרעט וויאזוי די פרומע עמי הארצים זעהען אויס...!

Re: לאל

נשלח: מאנטאג מאי 11, 2020 11:29 pm
דורך cictim
ערעבערל... זיך נישט באליידיגען..... זיי נישט די נאר וואס גייט ארויס פון מקוה.... געט א קוק א פינף תגובות פאר אייער תגובה (איך האב נישט געוואלט ציטירין)

Re: לאל

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 5:00 pm
דורך פאליטיקאנט
איינער קומט פראווען שבועות ביים סמבטיון???