ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

מחשבה, השקפה ועיון
פארשפארט
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

שליחה דורך טמיר »

לדעתי איז די עצם זאך פון אוועקמאכן אריז"ל מיט קבלה נישט קיין אפיקורסות, אבער אויב מען מאכט אוועק אזא זאך וואס איז אנגענומען אלס אמת אין גאנץ כלל ישראל, איז פון דא ביז כופר זיין אין תורת משה א קליינע שפרינג.ווייל די קראנטקייט פון תורת משה איז אויך נאר געבויט אויף דעם אז ס'איז מוסכם אזוי ביי כלל ישראל, ס'איז נאר פון פריער

Sent from my SPH-L900 using Tapatalk
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך ווייס נישט וועגן רעכניץ, איך דרוק אויס א מחאה אקעגן דעם זלזול אויף אזא קדוש וטהור ווי דער אר"י הק' זצוק"ל, דאס האנט דארף ציטערן צו שרייבן אזעלכע ווערטער.

ובזה יצאתי ידי חובתי. ליטוואק פון בודאפעסט איז נעקסט אין ליין...
וירח ה' את ריח הניחוח
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

לדעתי איז די עצם זאך פון אוועקמאכן דאס האלטן פאר אפיקורסת, איינער וואס גלויבט נישט אין אריז"ל און קבלה אויך נישט קיין אפיקורסת, אבער פון דא ביז לייקענען אין קבלה איז א שפרונג, און פון לייקענען אין קבלה ביזן לייקענען אין תורת משה נישט מער ווי נאך א קליינע שפרונג
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

שליחה דורך קל וחומר »

אר"י הקדוש!
אלע גדולי מקובלים האבן אויף אים מעיד געווען אלס איש קדוש ונורא!
אלע חסידישע רבי'ס!
אלע גאוני ליטא!
אלע גדולי הפוסקים!
(האסט געטראפן א גדול וואס איז מפקפק אין קבלה? קודם כל לא ראינו אינו ראיה, קעגן רוב רובם פון גדולי ישראל וואס האבן עס אנגענומען מיט א פשטות אלס אמת, און האבן מעיד געווען. שנית ס'דא א דין פון זקן ממרה פאר א סיבה עיי' סנהדרין.)
בקיצור אידן בעלי רוח הקודש, בעלי גילוי אליהו ויעקב אבינו (גר"א) האבן אויף אים מעיד געווען אז ער איז געווען פון די גרעסטע וואס כלל ישראל האט פארמאגט, אלע אין זיין דור וואס האבן אים געקענט רעדן איבער אים מיט אן אימה ופחד, יעצט ווארט מען נאר צו הערן די הכרעה פון אפאר קאווע שטיבלער וואס זיי האלטן איבער זיין קדושה והשגות.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

איך וויל נישט דא אנהייבן א פרישע רעוואלוציע קעגן א ניק, בפרט ווען מען האלט ביים ארויסגעבן א הערליכן קונטרס אויף פסח הבעל"ט, די קאפ דארף אצינד ליגן אין פראדעצירן שיינע באלערנדע ארטיקלען, וואס זאל פארשאפן אן אמת'ע שמחת החג און וואס זאל ברענגן אחווה ורעות צווישן די חברי השטיבל, דאך בעט איך דיר פערזענליך בכל לשון של חיבה, מיסטער יאקאבזון, חזור בך! מען רעד נישט אזוי אויפן הייליגן אר"י הקדוש, איר דרייט זיך דא צווישן אידן מאמינים בני מאמינים, פארמעק דיינע ווערטער און זיי זיך מתנצל, און פליז זיי נישט קליג יעצט זיך מסביר צו זיין וואס דו האסט געמיינט/געטראכט/געזאגט/געשריבן, מעק אויס און געגאנגן ווייטער, איך האב נישט די פאסיגע ווערטער אויסצידריקן מיין פאדריסונג פון אזעלכע שווערע ווערטער. ובזה יצאתי..
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

שליחה דורך טמיר »

נהורא נפישא האט געשריבן:לדעתי איז די עצם זאך פון אוועקמאכן דאס האלטן פאר אפיקורסת, איינער וואס גלויבט נישט אין אריז"ל און קבלה אויך נישט קיין אפיקורסת, אבער פון דא ביז לייקענען אין קבלה איז א שפרונג, און פון לייקענען אין קבלה ביזן לייקענען אין תורת משה נישט מער ווי נאך א קליינע שפרונג

אמת, מ'דארף זיך טאקע היטן די ביינער. אבער פון ק"ש ביז אפיקורסת איז אויך א שפרינג... [emoji5]
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

אקעי, כ׳האב מקבל געוועהן דעת הקהל. כ׳האב אויסגעמעקט די ווערטער וואס האט אייך דענערווירט און ערוועקט אין אייך שטארקע עמאציאנאלע אויפרודעריי. מיין כונה איז צו שטארקן תורת משה און דברי חז״ל און מאכן די דברי הלכה אין שולחן ערוך א מחייב. אלעס אנדערש קען זיין א גרויסע שטער צו אזוינס. לבי אומר לי אז פיהל האבן איבערגעלאזט דת ישראל צוליב די אז״ג תורת הקבלה. אנדערש ווי מאנכע דא, האב איך ב״ה די קאפאציטעט צו זאגן אז ווייל ס׳דא פראבלעמן מיט געוויסע ״אנגענומענע״ זאכן, מיינט נאכנישט אז ס׳גאנצע איז אפגעפרעגט (אגב, כ׳ווייס אויך אז אפילו חז״ל האבן געוואוסט פון א תורת הנסתר פון העכערע זאכן ווצבש״פ מעשה המרכבה).
פאר די וואס טענה׳ן אז פון אוועקמאכן דאס ביז צו כופר זיין אין תורת מרע״ה — תורת ה׳ איז א קליינע שפרונג, זאג איך ווי פאלגענד: דאס האבן דיר איינגעבאקן נארישע לייט וואס האבן נישט געהאט וואס דיר צו ענטפערן אויף שטארקע שאלות. אויב דיין תורה איז אזוי שוואך אז דו האסט אזוי מורא, ביסטו א שוואכע בן תורה און מאמין. זיי קובע מער עתים לתורה.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס איז דא געשען מיט די עולם? וואס איז מיט פרייהייט פון ווארט? דאס איז נישט קיין כפירה, וואס שטערט עס אזויפיל צו הערען און ליינען א פרעמדע מיינונג? וואס לעבט מען אזוי אין יענעמ'ס מיין, ביז דאס זיך טרעפען מיט א פרעמדע דעה שטערט שוין די גלייכגעוויכט? וואו איז אייער זעלבסטשעצונג?

פון דא ביז טעראר איז א קליינע שפרינג

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

שליחה דורך קל וחומר »

הרב יעקובזון, פון וואנעט ווייסטו אז מ'דארף אננעמען אלעס פון חז"ל און מ'קען נישט קריגן אויף זיי? (כ'פרעג ערענסט)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס איז דא געשען מיט די עולם? וואס איז מיט פרייהייט פון ווארט? דאס איז נישט קיין כפירה, וואס שטערט עס אזויפיל צו הערען און ליינען א פרעמדע מיינונג? וואס לעבט מען אזוי אין יענעמ'ס מיין, ביז דאס זיך טרעפען מיט א פרעמדע דעה שטערט שוין די גלייכגעוויכט? וואו איז אייער זעלבסטשעצונג?

פון דא ביז טעראר איז א קליינע שפרינג

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

איך האב אויך די זעלבע קשיא.

איך גיי מארגן באשרייבן מופתים פון רבי חיים קנייבסקי, און דו וועסט זיין שטיל ווי א פיש...!!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך וועל אפשר זיך דינגען, אפשר נישט. אבער פארשווייגען? סטראשען? מוחה זיין? זיכער נישט!
קוק וואס פאסירט ווען מ'בארעדט הרב שך, פאר וועמען איך האב פיהל מער דרך ארץ ווי פאר הרח"ק

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

ליטוואק ביליגע! ווען שטעלט זיך עס אפ? אז מען וועט דא מטיל זיין בספק צו משה רבינו איז יא געוועהן ערליך צו נישט, וועסטו אויך פרעגן פארוואס מען לאזט נישט צו אן אנדערע מיינונג, פארוואס מען איז מוחה? איך וויל באמת פארשטיין וואס דיין ליטווישע פאדרייטע קאפ טראכט, אדער משה איז שוין לאנג אויף די שווארצע ליסט אבער ביי אברהם יצחק יעקב דארט דארף מען טאקע מאכן א בירור, צו זיי זענען געוועהן טאקע אזוי הייליג ווי רב ש"ך? גענוג!
באניצער אוואטאר
שלום על ישראל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1042
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 13, 2013 5:45 pm
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל

שליחה דורך שלום על ישראל »

סמבטיון האט געשריבן:ליטוואק ביליגע! ווען שטעלט זיך עס אפ? אז מען וועט דא מטיל זיין בספק צו משה רבינו איז יא געוועהן ערליך צו נישט, וועסטו אויך פרעגן פארוואס מען לאזט נישט צו אן אנדערע מיינונג, פארוואס מען איז מוחה? איך וויל באמת פארשטיין וואס דיין ליטווישע פאדרייטע קאפ טראכט, אדער משה איז שוין לאנג אויף די שווארצע ליסט אבער ביי אברהם יצחק יעקב דארט דארף מען טאקע מאכן א בירור, צו זיי זענען געוועהן טאקע אזוי הייליג ווי רב ש"ך? גענוג!

אדרבה, זאג דו. ווען שטעלט זיך עס אפ? טאקע אויף קיין שום מענטש וואס דו (און איך) רעספעקטיר, קען מען נישט פרעגן?
(אויב האט איר נישט קיין הנאה און עס האט אייך נישט געקאסט קיין שמייכל, לייק נישט, וחילופיהם בחכם.)
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

ווען סע איז דא א מקום צו פרעגן קען מען פרעגן, אבער ווען מען רעד פון שרפי מעלה, צדיקים וואס מיר האבן נישט קיין השגה ווי הייליג זיי זענען געוועהן און נעמען וואס זענען אנגענימען ביי גאנץ כלל ישראל אין אלע דורות, וואס אויף זייער תורה און הנהגה שטייט אונזער גאנצע עקזיסטענץ דארף מען נישט זיין א בהמה און ארויסשרייבן ספיקות וואס עגבערן (דיין) אויפגעקלערטע קאפ.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ליטוואק מעג מזלזל זיין אין בעש"ט ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

הער אויס, הייב מיר נישט אן יעצט צו פרעגן א ליסטע מיט נעמען וועם יא און וועם נישט, פרעג די גבאים דא. איך האב שוין ארויסגעברענגט מיין פוינט אינעם פריעדיגן תגובה, איך שרייב וואס איך פיהל, ער קען טוהן וואס ער וויל און ער קען שרייבן אויף וועם ער וויל ,פרידאם אוו ספיטש, ער זאל נאר טראכטן, צו שרייבן אויף א מענטש וואס איך מיין אז עס וועט באדערן פאר 95 פראצענט שרייבער דא, צו עס איז אויסגעהאלטן אפילו מצד מענטשליכקייט.

זיי געזונט , צוריק צום ארבעט.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

דאס נישט שרייבן זאכן וואס וועט שטערן פאר רוב רובם פון ק"ש מעמבערס, דאס איז שוין א נייע נקודה.
אפשר דארף מען נעמן וואלן אויב מפיץ אמונה איז טאקע רצוי לרוב אחיו.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ארי נוהם = מתוך קופה של תבן!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

הא הא, ווער געדענקט איהם נאך?

מיר האלטען נאכאמאל ביי די זעלבע נושא. ווען איינער וועט נישט גלויבען אין קבלה, מיט וואס איז זיין לעבען אנדעריש? מ'רעדט פון א פלעינע מענטש, נישט קיין הויכע פענסטער. ער וועט נישט זינגען אתקינו סעודתא? איך זינג עס אזוי אויך נישט. ער וועט לייגען תפילין חוה"מ? אזוי לייג איך אויך. ווי קענסטו זאגען אז רוב דיין לעבען דארף אנקומען צו קבלה?

געדענק וואס איך האב דארט געשריבען. איך גלויב אין קבלה, אבער נישט ווי נגלה, וואס האט קלארע אויפווייזונגען.

דער רואיגקייט און געשמאק פון ק"ש, פאר מיר, איז זיך באגעגענען מיט מענטשען מיט אנדערע מיינונגען. טרעפען די וואס גלויבען און טראכטען פונקט ווי מיר קען איך אין נדבורנא קאווע שטיבל אין לעיקוואוד אויך

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פון מיין זייט זאל יקובזון שרייבן וואס ער וויל אבער ער זאל זיך לכה"פ דעקן. ס'איז ביי איהם מוטל בספק די ערליכקייט פונעם אר"י אינדערצייט וואס קיינער דינגט זיך נישט דערויף, זיינע חולקים דינגען זיך בלויז אויף זיינע חידושים נישט אויפן גברא. וואסערע מין טענה דאס צו פארגלייכן צו ש"ץ וואס האט שוין בשעתו געהאט חולקים אויף זיין עצם ערליכקייט און ביי זיין שמד האט זיך קלאר ארויסגעשטעלט הצדק עם מי.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

רבותי איך בעהט נאר דעם עולם נישט צו מאכן נישט קיין קליינע שפרונג צו טעראר, ק"ש, אדער פאליש וכו' און נישט א גרויסע שפרונג צו זעלבסט מארד,

דער אר"י הק' וואס די פוסקים פון זיין דור און ווייטער ברענגען זיינע ווערטער מיט א יראת הכבוד ברויך באהאנדלט ווערן אויך דא מיט יראת הכבוד, קיינער האט נישט געהאט קיין פראבלעם מיט די אשכול וואס ליטוואק האט געעפנט וועגן קבלה גופא כאטש וואס עס איז חוקר אין זאכן וואס ביי א גרויסע חלק פון אונז איז מוסכם און פשוט ווייל פארדעם זענען מיר דא, אבער ווען פון א דיון לגופו של דבר ווערט דאס א דיון לגופו של דובר איז עס א פראבלעם, און טאקע א דאנק פאר יחיאל פאר אליין מתקן זיין זיין הודעה.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

@ריכטיג געוואלט שרייבן די זעלבע ווי דו שכוח פאר'ן מיר פארשפארן

סתם שרייען ליידיגע ווערטער האט דאך נישט קיין פשט ווילסט מסתפק זיין אין די ערליכקייט פונעם אר"י געבעיסט אויף עפעס (עי' ערך אדנירם וואס האט זיך אנגעלייגט אויף ר' ישראל נאגארא ) אבער סתם אוט אויף די בלו א שיס ארויס א לופטל פארוואס ? און אייגנטליך וואס ווילסטו מיט דעם ווי זוי ווילסטו ס'זאל נתקבל ווערן אפילו ווען דו שיסט סתם היץ ווען ס'איז הייס אנטלויפט מען

נישט חלילה אז איך בין מסכים וואס דו שרייבסט אבער אז דו שרייבסט שרייב מיט דעקונג נישט ווייל דעקונג קען מען נישט אויפדעקן און נישט אז ס'קען נישט זיין שקר אבער געטון כאטש וואס מ'ברויך
יחיאל יעקבזון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 146
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:10 am
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך יחיאל יעקבזון »

כ׳על פרובירן ערקלערן פאר די וואס ווילן און האבן דעם קאפאציטעט צו פארשטיין:
אויב תורת הקבלה החדשה איז מוטל בספק (און שנוי במחלוקת) און צו דעם ביסטו איינשטימיג, דען ערקלער מיר ביטע, מיין טייערע: אויפן צד אז עס איז נישט תורת אמת, וואס זענען דיינע געדאנקן אויפן פארשוין וועמענס אידישקייט איז באזירט אויף אזוינס און איז לכבוד דעם עוקר דברי הלכה וואס איז געוועהן מקובל פאר דעם? וואס האלטסטו וועגן די מיסדים פון אט דאס? המממממממ? איי דיין קשיא אז עס/ער איז אהנגענומען? אויף דעם איז אויך דא השערות פון אידן שומרי תורה פארוואס דאס איז אזוי.

נאכאמאהל און נאכאמאהל, מיינע כוונות זענען גוטע. כ׳פיהל אז די זאכן האבן גורם געוועהן פארשידענע פראבלעמן פארן יהדות און לכבוד דעם האבן פיהל איבערגעלאזט די הייליגע רעליגיע און געווארן אינגאנצן פריי.

לאזט מיר אייך פארזיכערן אז איך האב גאנץ א שטארקע מויער ארום זיך און כ׳גיי נישט שפרינגן, לויפן אדער אפילו געמיטליך ארויסשפאצירן.

כ׳בעט איבער די אלע מיט שוואכערע כשרונות וואס ווערן געטריבן דורך ווייבערישע געפיהלן — כ׳האנישט געמיינט קיינעם וויי צו טוהן. איי בעג יור פארגיוונעס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יחיאל יעקבזון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קל וחומר האט געשריבן:אר"י הקדוש!
בקיצור אידן בעלי רוח הקודש, בעלי גילוי אליהו ויעקב אבינו (גר"א) האבן אויף אים מעיד געווען אז ער איז געווען פון די גרעסטע וואס כלל ישראל האט פארמאגט, אלע אין זיין דור וואס האבן אים געקענט רעדן איבער אים מיט אן אימה ופחד, יעצט ווארט מען נאר צו הערן די הכרעה פון אפאר קאווע שטיבלער וואס זיי האלטן איבער זיין קדושה והשגות.

איז עס דער זעלבער גר"א וואס האט 'מעיד געווען' פארשידענע זאכן אויף די 'כת חסידים'?!

וואו איז יעקב/אליהו דאן געווען, ביים חתמ'נען אויפן נוסח החרם אנטקעגן 'די גרעסטע וואס כלל ישראל האט פארמאגט'?! [כלשונך].

אקעי, פייטס ענק ווייטער, כ'האב גארנישט געזאגט...
פארשפארט