בלאט 3 פון 4
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 9:55 pm
דורך ניו יארק
חאצקל האט געשריבן:איך האב מיר דערמאנט נאך א אידישקיייט פראבלעם וואס דער בייק פארמאגט, און דאס איז אז דער זיץ פונעם בייק דרוקט אויף די...
תשעה באב ווי זיצטו? אויף א הויכע בענקעל? (נו....וועגן דעם דארף שוין משיח קומען)
נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 9:59 pm
דורך איך אויך
חאצקל האט געשריבן:איך האב מיר דערמאנט נאך א אידישקיייט פראבלעם וואס דער בייק פארמאגט, און דאס איז אז דער זיץ פונעם בייק דרוקט אויף די...
גראדע איז דאס א פראבלעם וואס די פראפעסניעלע בייק ספורטלר מוטשען זיך דערמיט אבער עס איז דא עצה'ס דערפאר סאו תנוח דעתך קענסט גיין בייקן.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 4:57 pm
דורך town1
אין מאנסי איז נארמאל צו פארן מיט בייקס, איז אויב איז דיין תאוה אזוי גרויס מופט קיין מאנסי
נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2012 7:07 pm
דורך חאצקל
אין אנטווערפן און אין מאנסי וואו ס'איז מער אנגענומען דאס פארן מיט א בייק ווי אנדערע האבן דערמאנט, קען אויך א רבי'ש קינד אדער עושר'ס א קינד זיך ערלויבן דעם פרייהייט אויף א לעגיטימער שטייגער צו פארן מיט א בייק?
פארוואס דרייווען קרית יואל'ער יונגעלייט נישט קיין בייקס
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:11 pm
דורך הרב_שלום
פארוואס דרייווען קרית יואל'ער יונגעלייט נישט קיין בייקס
איך רעד נישט דא בנוגע יונגלעך און בחורים דאס זאל שוין די וועד החינוך קער נעמען איך רעד דא בלויז פון יונגערלייט
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:12 pm
דורך ידען
ביסט אויפן קאפ געפאלען?
אידישקייט גייט אונטער אויב מע דרייווד א שייגעץ בייק...
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:13 pm
דורך נפתלי
שוין דא עטליכע אשכולות וועגן דרייוון בייקס
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:18 pm
דורך חכם מחוכם
דו פרעגסט נאך?, דו ווייסט צו וואס מ‘קען צוקומען מיט א בייק??, די זעלבע צו וואס מ‘קען צוקומען מיט טעקסט מעסעדשעס
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:21 pm
דורך זר זהב
וויאזוי קען מען דען דרייוון א בייק אויף בערגיגע שטראזן?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:22 pm
דורך שמואל הלוי
זר זהב האט געשריבן:וויאזוי קען מען דען דרייוון א בייק אויף בערגיגע שטראזן?
אין מאנסי איז דען נישטא קיין בערג?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:22 pm
דורך זר זהב
נישט קיין פארגלייך
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:25 pm
דורך שמואל הלוי
נו וועט מען וועג אראפ פליען אזוי שנעל אז ס'זאל אפצאלן די בארג ארויף וואס מען וועט מוזן גיין צופיס.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:50 pm
דורך קורץ און שארף
און וואס איז מיט די אינגעלייט אין ברוקלין? פארוואס דרייוון זיי נישט קיין בייק?
פארוואס דער אינגערמאן וואס וואונט אויף סקילמען קארנער פרענקלין, דארף ארויסלויפן אינמיטן ובא לציון, מיט די לאנטש בעג אין די האנט. און זיך נעמען לויפן אין איין אטעם ביז טעמפלער'ס כולל, ווי ער קומט אן פארסאפעט און אויסגעמוטשעט, קוים וואס ער כאפט זיך דאס אטעם, ענדליך 1:45 איז ער שוין געקומען צו זיך. ווייל די וועג נעמט אים 45 צו וואקן, אבער מיט א בייק נעמט עס 6 מינוט.
קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס ער גייט נישט מיט א בייק?
א נארמאלע הסבר, על פי פשט, נישט על פי דרוש אדער סוד.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 1:58 pm
דורך זר זהב
מיינסט אין "וויליאמסבורג" נישט "ברוקלין"
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:04 pm
דורך נפתלי
קורץ און שארף האט געשריבן:און וואס איז מיט די אינגעלייט אין ברוקלין? פארוואס דרייוון זיי נישט קיין בייק?
פארוואס דער אינגערמאן וואס וואונט אויף סקילמען קארנער פרענקלין, דארף ארויסלויפן אינמיטן ובא לציון, מיט די לאנטש בעג אין די האנט. און זיך נעמען לויפן אין איין אטעם ביז טעמפלער'ס כולל, ווי ער קומט אן פארסאפעט און אויסגעמוטשעט, קוים וואס ער כאפט זיך דאס אטעם, ענדליך 1:45 איז ער שוין געקומען צו זיך. ווייל די וועג נעמט אים 45 צו וואקן, אבער מיט א בייק נעמט עס 6 מינוט.
קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס ער גייט נישט מיט א בייק?
א נארמאלע הסבר, על פי פשט, נישט על פי דרוש אדער סוד.
א) ס'וואוינען נישט קיין אינגעלייט אויף סקילמאן קארנער פרענקלין
ב) מ'רעדט שוין דערפון
דא
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:10 pm
דורך Java
נפתלי האט געשריבן:מ'רעדט שוין דערפון
דא
איך האב צאמגעשטעלט די ביידע אשכולות.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:11 pm
דורך קורץ און שארף
נפתלי האט געשריבן:קורץ און שארף האט געשריבן:און וואס איז מיט די אינגעלייט אין ברוקלין? פארוואס דרייוון זיי נישט קיין בייק?
פארוואס דער אינגערמאן וואס וואונט אויף סקילמען קארנער פרענקלין, דארף ארויסלויפן אינמיטן ובא לציון, מיט די לאנטש בעג אין די האנט. און זיך נעמען לויפן אין איין אטעם ביז טעמפלער'ס כולל, ווי ער קומט אן פארסאפעט און אויסגעמוטשעט, קוים וואס ער כאפט זיך דאס אטעם, ענדליך 1:45 איז ער שוין געקומען צו זיך. ווייל די וועג נעמט אים 45 צו וואקן, אבער מיט א בייק נעמט עס 6 מינוט.
קען מיך איינער מסביר זיין פארוואס ער גייט נישט מיט א בייק?
א נארמאלע הסבר, על פי פשט, נישט על פי דרוש אדער סוד.
א) ס'וואוינען נישט קיין אינגעלייט אויף סקילמאן קארנער פרענקלין
ב) מ'רעדט שוין דערפון
דא
א) איך וואון נישט אין וויליאמסבורג, סאררי.
ב) שמעלץ עס צאם.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 2:12 pm
דורך קורץ און שארף
זר זהב האט געשריבן:מיינסט אין "וויליאמסבורג" נישט "ברוקלין"
די בארא פארקע אינגעלייט זענען נישט קיין אידן?
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 5:57 pm
דורך וואלפה
IMG-20130408-WA0019189726973.jpg
שווערע טויזענטע ערווארטעט צום מעמד קידוש השם אויסצושרייען דעם וויי געשריי אויף דעם וואס איינע פון די ערשטע בייקס סטאנציעס וואס די שטאטישע באאמטע פלאנען אהערצושטעלן איז בפלטרן של מלך אינעם נייעם הארץ פון וומס"ב אויף Myrtle-Franklin Ave שוין ווייטער רייצט זיך דער רשע בלאממבערג שר"י....
נשלח: מאנטאג אפריל 08, 2013 6:24 pm
דורך למדן
דאס זעהט אויס ווי צוויי באזונדערע פלעצער, איז דאס ביידע אין ווימס?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:26 am
דורך לעמיל
ווער וויל א רייד?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:20 pm
דורך גנדי
איך חלש שוין זיך איינשרייבן און אנהייבן נוצען אזא בייק.
ווייסט איינער אויב עס איז שוין דא אין וומסב"ג אדער בארא פארק?
די פון מערטעל קען מען שוין נוצען? ווייסט איינער?
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 1:48 pm
דורך פויער
געלויבט זאלן זיין די באערדע וואס האבן ערלעדיגט און צוגעשטעלט די בייקס פראדזשעקט אין נו יארק און בפרט אין וויליאמסבורג!
איך ווארט שוין צו זעהן ווי די איידעלע יונגעלייט זיצן אויף די צוויי רעדעלדיגע (מיט די הוט און רעקל) און אראפשפרייזן בעדפארד און ליע עוועניא מיט פולן פראכט, און פראנט פון פאפא ביהמ"ד און ראדני זאלן זיין סטעישאנ'ס... און מיט דעם שפארן טויזענטער יודישע דאלארן פאר קארס, געז, קאר סערוויסעס.